☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » פאעזיע » דער סוף

דער סוף

21 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11122

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג דעצעמבער 1, 2016 8:24 pm

· #355985
דער סוף
דער סוף קאלט
דער סוף באלד

דער סוף שווארץ
דער סוף נאס

דער סוף לעהר
דער סוף טרער

דער סוף בייז
דער סוף מת

דער סוף ערד
דער סוף ווער קערט

דער סוף טונקל
דער סוף אין ווינקל

דער סוף בלאסע געזיכט
דער סוף ליכט

דער סוף דא
דער סוף יעדע שעה

דער סוף בקרוב
דער סוף חרוב

דער סוף אין ארון
דער סוף פון יארן

דער סוף ס'איז נאנט
צום סוף מ'פארט

דער סוף פארלוירן
דער סוף פון געבוירן

דער סוף צאתכם לשלום
דער סוף ס'איז קיין חלום

דער סוף צום ווידערזען
דער סוף מ'וועט זעען וואס וועט געשען.

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג דעצעמבער 1, 2016 8:39 pm

· #355991
[ציטאט אראפגענומען]


שטארק אין דער שחורה כעת
נישט ווערן בייז

דער מרה איבערגערינען
גארנישט געבליבן

שוואך פארלוירן און צובראכן
די הארץ אזוי געטראפן

ווייל וואס גייט דא זיין
עס פארט אפ די באן

און וועם אינטערעסירט
וואו מיין גוף פארקירט

א מציבה א פראכט
ווער זעהט ביינאכט

די געים איז פארלוירן
א שאד די געבוירן

ווערטער אזוי קאלט
געפילן צו אלט

צו באשרייבן די שרעק
אז עס נעמט באלד אן עק

אלזא, חברה כ'דארף גיין
אין די ערד אריין...

וואלווי » דאנערשטאג דעצעמבער 1, 2016 8:53 pm

· #355996
כ'האב נישט געוויסט אז לענערד כהן האט רויטע וואנצעס

און אז ער לעבט נאך

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג דעצעמבער 1, 2016 9:05 pm

· #356000
איך שריי כ'האב מורא
ס'וועט אבער נישט העלפן
איך שריי געוואלד
די ווידערקול לאכט צוריק
די שאטענס קומען און גייען
ווי צו שעפן הנאה פון מיין פיין
די פענסטער פארהאקט
אירע נעגל ראסטיג
די דאך נידריג
זי וויל זיין מיין קבר
די ווענט שמוציג
זי ווינקט מיט טריץ
כ'שוועב אין א שווארצע וואלקן
אן קיין טיר
כ'גראב ערד מיט די הענט
כ'טרעף דארט ביינער
טריקן פון טרערן
טריקן פון געפיל
מיין פיין פארלוירן איר נאמען
ווייל די ווארט קען איר נישט ענהאלטן
זאמד איך עס
בלוט איך טרינק
דא איז די לאנד שווארץ
דא איז די לאנד פון טויטע
קיין תאוה צו גארנישט נאר צום סוף
קיין שאיפה צו גארנישט נאר צו די שטומע
די שטומע רופן מיט זייערע רוחות
זיי זוכן חברותא אין זייער מיתותא.

טמיר » דאנערשטאג דעצעמבער 1, 2016 9:39 pm

· #356007
Re: דער סוף
רויטע, דער עולם איז גענוג אנגעזעצט אזוי אויך. מדארף אביסל חיזוק

מפוזרי » דאנערשטאג דעצעמבער 1, 2016 9:40 pm

· #356008
Re: דער סוף
אינטרעסאנט, נארמאל דערציילן די וואס האבן א נאכן טויט איבערלעבעניש; אז ס'שיינט יא עפעס א שטארקע שיין.
זעט אויס אז דו לעבסט נאך...

וואלווי » דאנערשטאג דעצעמבער 1, 2016 9:52 pm

· #356009
טמיר
רויטע, דער עולם איז גענוג אנגעזעצט אזוי אויך. מדארף אביסל חיזוק


צרת רבים חצי נחמה

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג דעצעמבער 1, 2016 9:57 pm

· #356010
קוק, דער עולם איז גאר גוט אויפגעלייגט... מיינע שורות האבן נישט איבערגעלאזט קיין שחורה פאר א צווייטן אויפן וועלט.

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג דעצעמבער 1, 2016 9:59 pm

· #356011
מפוזרי
אינטרעסאנט, נארמאל דערציילן די וואס האבן א נאכן טויט איבערלעבעניש; אז ס'שיינט יא עפעס א שטארקע שיין.
זעט אויס אז דו לעבסט נאך...



גוט!!!!!

מפוזרי » דאנערשטאג דעצעמבער 1, 2016 10:01 pm

· #356012
Re: דער סוף
אין אמת'ן האסטו מיר מיט די גאנצע מעשה נישט אפגעשרעקט. נאר די נאסע ערד, דאס איז טאקע אומבא'טעמ'ט.

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג דעצעמבער 1, 2016 10:21 pm

· #356016
😂

שמעקעדיג » דאנערשטאג דעצעמבער 1, 2016 10:26 pm

· #356017
רויטע וואנצעס


און וועם אינטערעסירט
וואו מיין גוף פארקירט

א מציבה א פראכט
ווער זעהט ביינאכט

די געים איז פארלוירן
א שאד די געבוירן

אפגעזען וואו דיין גוף וועט זיין פארקירט, דיינע הערליכע ארטיקלען און פאעזיעס וועלן פארבלייבן דא לדורות הבאים, או עס וועט זיין שפתותיו דובבות בקבר מיט א געשמאק און א נחמה, וועסט דאן איינזעהן אז שוין גארנישט קיין שאד געווען דיין געבוירן, אלע אור-אייניקלעך וועלן געבן א רויטע נאמען נאך דיר און זיך וואונטשן צו זיין ווי דעם אלטן רויטן זיידן ע"ה....

רויטע וואנצעס » פרייטאג דעצעמבער 2, 2016 12:49 pm

· #356077
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/172627">viewtopic.php?p=172627#p172627</a><!-- l -->

שמעלקא'לע » פרייטאג דעצעמבער 2, 2016 12:57 pm

· #356080
צו דעם איך האף
אן קיין בלאף
אז ס'וועט נישט זיין קיין סוף
פונעם וואנצעס שטאף!

מיר באלעקן די פינגער
פון זיינע הערליכע געזינגער
כאטש מ'ווערט נישט יונגער
מאכט ער אונז דעם גוסטע פיל גרינגער.

כאשט אומגלויבליך דאך א פאקט
מיר זענען בכלל נישט גע'שאקט
אז אויב צום סוף זיך ער פאקט
וועט עס שוין נישט זיין א "שטיבל וואס ראקט"...

דערפאר איז אונזער בקשה קלאר
עס זאל ביזן סוף נעמען נאך עטליכע יאר
וייל דו גיסט אונז בענזין ווי מיט א לעוואר
און מיר דארפן דיר דא פאר שאר!!!

רויטע וואנצעס » פרייטאג דעצעמבער 2, 2016 1:07 pm

· #356081
א שמחה א מזל טוב
דער שמעלקא זיך צולאזט
געגעבן חיזוק לרוב
ווערטער גוטע שטאף
איך בעט און איך האף
און זאג אמן דערויף
די יאוש איז enough
צום הימל above
נאר שמחה און לאוו
פון די גוטע stuff
מער נישט זיין אזוי rough
דער סוף איז א בלאף
וועגן ס'איז דאך אין סוף.

שמעלקא'לע » פרייטאג דעצעמבער 2, 2016 1:20 pm

· #356082
שטיבל געב א שמייכל
רויטע קומט צום שכל
עס ווערט גרויס ווי דער היכל
צושפרייט זיך א גוט ריח'ל

מיר אלע שטראלן ווי דער זון
פון שמחה וואו טוט מען זיך אהין
פון די דערפרעסיע מער מאכט זיך נישט צוטון
ער לעבט אויף, די שמחה גיט זיך א רין...

העלאו און וועלקאם צו א עתיד א נייע
עס קומען גוטע טעג, ס'וועט זיין א מחיה
לאמיר שמייכלען נישט קוואקען ווי דער צפרדע
ווייל נאר אזוי וועלמיר איבערלעבן די אפשייע!

א איד » פרייטאג דעצעמבער 2, 2016 2:15 pm

· #356083
Re: דער סוף
נישט געוויסט אז דו ביזט א פאעזיטאר אויך...

שמעלקא'לע » זונטאג דעצעמבער 4, 2016 12:08 pm

· #356129
דאס איז אמת ויציב ונכון וקיים
אז יעדער איז זיין לעבן אמאל מסיים
פון א גוף בלייבט נאר עטוואס שיריים
ווען מ'איז שוין נישט בין החיים.

והחי יתן אל לבו
נישט צו ווערן צובראכן אויב אזוי
ווילאנג מען עקזיסטירט אשרי לו
עס ווירבלט א לעבן במלוא

אבער איין זאך נעמען אין געדאנק
זיך נישט לאזן בייסן ווי פון א שלאנג
עס טאר בכלל נישט זיין באנג
נאר זיך מחזק זיין מיט איין געזאנג:

כל זמן מ'לעבט - זאל זיין געלעבט!!!

שמעלקא'לע » זונטאג דעצעמבער 4, 2016 12:25 pm

· #356131
א איד
נישט געוויסט אז דו ביזט א פאעזיטאר אויך...


דער אמת שווימט ארויף...

אייז קריעם » מאנטאג דעצעמבער 5, 2016 4:46 pm

· #356269
פאעזיע קען איך אזוי גוט ווי מיין גויטע
און א פארמעסט מיט שמעלקע און רויטע

איך האף קיינער וועט נישט האבן קיין פאראיבל
איר זענט די בעסט אינעם קאווע שטיבל
👍

שמעלקא'לע » מאנטאג דעצעמבער 5, 2016 4:57 pm

· #356274
דער זאפטיגער אייזקריעם
גיבט מיר דא א רום
כאטש כ'פארדין נישט קיין שום
נויגונג ווי ביים ווינטל דער בלום.

דיין גויטע קען גראמען לכאורה
אויב דו קומסט מיט אזעלכע סחורה
זאל אפהיטן דער בורא
כ'קום שוין מיט א קול קורא...

דאנקע שיין פאר די גוט ווארט
איך שפיר מיר זיס ווי א טארט
קריעמיג און זאפטיג ווי יעדן סארט
אז איך האב געווינען דעם קאורט!

שכ'ח שכ'ח שכ'ח!!!