☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » סטראבערי = הלכות תולעים

סטראבערי = הלכות תולעים

34 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11120

קאצקע ציקער » דאנערשטאג דעצעמבער 1, 2016 7:08 pm

· #355962
סטראבערי = הלכות תולעים
מיט א פאר יאר צירוק האבן די חשובע רבנים צוגענומען מיין באליבטער שפייז וואס רופט זיך תות אין העברעיש, דא אין אמעריקא רופט מען עס סטראבעריס, מיטן מורה'דיגן סיבה וואס רופט זיך תולעים זיי שרייען אז ס'דא ווערים אינעם סטראבערי ממילה טאר מען עס שוין נישט עסן ביז משיח'ס טאג.

ביי ראמען לעטעס זעה איך באמת נישט דעם פראבלעם , מען לייגט עס פשוט אונטערן לייט און מען קיקט צו ס'דא ווערים מען קען קלאר זעהן אינטערן לעקטער יעדען פינטל אויפן בלעטל מען דארף בכלל נישט זיין א מומחה ווי זיי פראבירן צו זאגן.

ביי סטראבעריס קען זיין איז אביסל שווערער ממילה האלט איך מיך אפ פון עס עסן

וויל איך פרעגן די עולם וואס טוט מען, עסט מען סטראבעריס צו נישט.

מתושלח » דאנערשטאג דעצעמבער 1, 2016 7:14 pm

· #355965
מ'גייט צו א רעסטוראנט וואס האט פרישע סאראבעריס אויפ'ן דעזערט מעניו און מ'רוקט אריין על חשבון פונ'ם בעל מכשיר'ס גן עדן.

איך אויך » דאנערשטאג דעצעמבער 1, 2016 8:21 pm

· #355984
שרייבט נישט דער ראדינער אז ווען עס קומט דערצו וועט מען דיר שמייסן נישט דעם בעל מכשיר (אפשר עם אויך)?

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג דעצעמבער 1, 2016 8:58 pm

· #355997
ס'איז דא אסאך צו שמועסען איבער דעם. טאמער דו ווילטס גוט פארשטייען, טרעף דער ספר פון הרב איתם הנקין הי"ד (באקאנט אויף אוצר החכמה אלס 'תוך כדי דיבור) וואס האט גרונטליך דורכגעלערנט די סוגיות.
ער ברענגט די אוסרים כדוגמת ר' משה ווייא און אנדערע. ער קלערט צו דער איסור איז דאורייתא צו דרבנן, ער מאכט פון דעם א מחלוקת רשב"א און רמב"ם, עיי"ש ותמצא נחת.

אפילו טאמער סטראבעריס זענען אסור, איז דא אן עצה פון אפשיילען. איך האב עס לעצטענס פראבירט און ס'איז נישט אזוי שווער ווי מ'מיינט.

מתושלח » דאנערשטאג דעצעמבער 1, 2016 9:01 pm

· #355999
איך אויך
שרייבט נישט דער ראדינער אז ווען עס קומט דערצו וועט מען דיר שמייסן נישט דעם בעל מכשיר (אפשר עם אויך)?

דער ראדינער האט דען פארשטאנען צו פרישע סטראבעריס און צייטווייליגע גלוסטענישן מיט צייטווייליגע guilt free תירוצים?

קאצקע ציקער » דאנערשטאג דעצעמבער 1, 2016 9:27 pm

· #356005
ליטוואק פון בודאפעסט
ס'איז דא אסאך צו שמועסען איבער דעם. טאמער דו ווילטס גוט פארשטייען, טרעף דער ספר פון הרב איתם הנקין הי"ד (באקאנט אויף אוצר החכמה אלס 'תוך כדי דיבור) וואס האט גרונטליך דורכגעלערנט די סוגיות.
ער ברענגט די אוסרים כדוגמת ר' משה ווייא און אנדערע. ער קלערט צו דער איסור איז דאורייתא צו דרבנן, ער מאכט פון דעם א מחלוקת רשב"א און רמב"ם, עיי"ש ותמצא נחת.

אפילו טאמער סטראבעריס זענען אסור, איז דא אן עצה פון אפשיילען. איך האב עס לעצטענס פראבירט און ס'איז נישט אזוי שווער ווי מ'מיינט.

די אפגעשיילטע חלק איז נאך דאס בעסטע..

רביה''ק זי''ע » מאנטאג דעצעמבער 2, 2019 1:16 pm

· #439440
גיי זאג פאר די רבנים אז זיי אטעמען אריין יעדע רגע מאסן פון פיצינקע ווערים/באצילן, אויב טאר מען נישט עסן קיין ווערים איז עס נאר באופן וואס מ'זעהט עס שנאמר "אל תשקצו" את נפשותיכם בכל השרץ השורץ, ואין גיעול אלא בנראה לעין. קענסט עסן סטראבעריס מיט וואס דו ווילסט רואיגערהייט, כאטש מיט די זעלבע רואיגקייט מיט וואס די אוסרים דאווענען נאך סו"ז תפילה.

מי אני » מאנטאג דעצעמבער 2, 2019 1:41 pm

· #439442
<a class="postlink" href="http://www.rationalistjudaism.com/2018/01/how-to-check-for-bugs.html?m=1">http://www.rationalistjudaism.com/2018/ ... s.html?m=1</a>
זיס.

הדסים » מאנטאג דעצעמבער 2, 2019 4:47 pm

· #439444
קאצקע ציקער
וויל איך פרעגן די עולם וואס טוט מען, עסט מען סטראבעריס צו נישט.

יא, מען עסט סטראבעריס מיט א געשמאק, קאסטקאו האט די פיינע סחורה.

איך מיין אז יעצט איז שוין נישט די ריכטיגע סיזען פארדעם.

אישתישבי » מאנטאג דעצעמבער 2, 2019 7:08 pm

· #439449
דער בוטשאטשער זאגט אז עס זיכער בלױז א דרבנן און אפשר אפילו מותר,
ער רעדט פין א מאכל וואס מען האט געמאכט דערפון.
א. ווער זאגט אז עס האט זיך פורש געוועהן צו דער קערענדעל.
ב. אויב יא איז עס בטל מדאורייתא, בריה ווערט נישט ימוקיםבטל נאר מדרבנן.
און נאך נימוקים.

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג דעצעמבער 2, 2019 7:15 pm

· #439450
מראה מקום ביטע? וועלכע פרוכט רעדט ער?

גדליה » מאנטאג דעצעמבער 2, 2019 9:02 pm

· #439454
ואת זה לא תאכלו: את הסטראבעריס ואת הטרויבן ואת החסא ואת כל שאר ירקות ופירות כי תועבת אלהים כל אוכל סטראבעריס.
ואת זה תאכלו: חלה וגאלע והערינג ויאפטשיק ויין שרף, עד שבטנכם צבה.
ואת המים לא תשתו כי כל שותה מים וכלי הפילטער לא היה צמיד פתיל על גביו ונכרתה הנפש ההיא מעמיה.

יין שרף » דינסטאג דעצעמבער 3, 2019 12:04 am

· #439458
גדליה
ואת זה לא תאכלו: את הסטראבעריס ואת הטרויבן ואת החסא ואת כל שאר ירקות ופירות כי תועבת אלהים כל אוכל סטראבעריס.
ואת זה תאכלו: חלה וגאלע והערינג ויאפטשיק ויין שרף, עד שבטנכם צבה.
ואת המים לא תשתו כי כל שותה מים וכלי הפילטער לא היה צמיד פתיל על גביו ונכרתה הנפש ההיא מעמיה.

Excuse me?

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג דעצעמבער 3, 2019 6:10 am

· #439461
די ענין פון 'אין נראה לעינים' איז גארנישט אזוי פשוט ווי מ'מיינט. מאנכע האבען געמאכט א גאנצע עיקר הדת דערפון, ווען קיין אפענע גמרא האבען זיי נישט דערפאר. איך קום מיר נישט דינגען דערויף, אבער דאס ארויצושיסען ווי דער סליפקין איז נישט אין פלאטץ. סתם אזוי דארף מען וויסען אז עס איז גארנישט קיין נייע הלכה וואס מ'האלט. קוק אין חכמת אדם ווי ער רעדט פון די פראקטישע חלק דערפון. איך געדענק אז איך האב ערגעץ געליינט אז אין אונגארן פלעגט מען יערליכעהייט פרעגן דער רב אויף די קירשען. ער פלעגט בודק זיין וואס איז אריין געקומען, און לויט וואס ער האט געזען האט ער אדער מתיר געווען צו עסן, אדער אין גאנצן גע'אסר'ט, אדער נאר ווען מ'באקוקט עס, יעדעס יאר לויט די אומשטענדן. עס איז נישט געווען קיין גלייכער זאך סתם צו גייען אין וואלד און ברענגען קירשן. די יאגעדע קלייבען איז מסתמא געווען פאר איינגעמאכץ, נישט צו עסן רוי, ועוד פרטים וואס מיר ווייסען נישט היינט.

עס איז ריכטיג אז מ'דארף נישט זוכען מיט קיין שפאקטיב, מ'קוקט מיט די נאקעטע אויגען. אבער קוקען מיינט קוקען! איינער וואס וויל אריין רוקען ערדבערין אן צו קוקען, קען זיך נישט פארלייגען אויף די הלכה פון 'אין נראה לעינים'. מ'דארף אבער קוקען נארמאל אויף יעדער ארט אויף די פרי. און אזוי אויך ביי שאלאט. א פרוכט וואס האט אסאך ווינקלען און קערלעך ווי די ווערים קענען זיך באהאלטען, מוז מען דארט אויך קוקען.

די יסוד פון די הלכה איז אז באמת וואלט מען געמעגט זיך פארלאזען אויף רוב אז רוב פירות זענען נישט פארווערעמט (טאמער עס איז אזוי). נאר וויבאלד מ'קען עס באקוקען צו זען צו די ווערים זענען דארט, און עס איז א מיעוט המצוי (ווען עס איז אזוי), הייסט דער וואס עסט עס א מעלים עין מן האיסור. מ'קען זיך נישט פארלאזען אויף רוב ווען מ'קען עס באקוקען. דאס איז נאר ווען ער קען עס באקוקען נארמאלעהייט. ווען ער מוז אנקומען צו מאשינען און מומחיות, הייסט עס נישט מעלים עין מן האיסור. דארף מען דן זיין יעדער זאך דורך די חשבון, איז עס לייכט צו טרעפן די ווערים אדער נישט?

עס איז דא אנדערע סברות אין די ענין, עס איז נישט על רגל אחת. איך ברענג עס נאר ווייל איך האב געהערט פון אסאך מענטשן א לייכטזיניקייט צו הלכות תולעים, כאילו רבנים ווילען סתם שווער מאכען. איך ווייס נישט וואס רבנים ווייסען און וואס איז זייער כוונה, אבער די הלכות האבען א סאך פרטים. אדרבא, דער וואס האלט אז די רבנים האבען נישט קיין דעה, זאלען זיי אליינס זיצען אויף די סוגיא אין סוף פרק ואלו טריפות, מיט די טור שלחן ערוך סי' פ"ד און די נושאי כלים. עס איז א סוגיא ווי אלע סוגיות, מיט מחלוקת'ן, סברות, תשובות און יסודות.

רביה''ק זי''ע » דינסטאג דעצעמבער 3, 2019 7:10 am

· #439462
גיימער צוריק צו אנפאנג, פארוואס דעמאלטס מעג מען עסן באצילן? בכל אופן שטייט נישט קיין ערגעץ אין גמרא אז מ'דארף באקוקן עסן פון ווערים, צו די ווארט איז נראה לעיניים צו די ווארט איז מתעסק צו וואס אימער דו ווילסט, ס'כאפט נישט קיין גרויסע נפקא מינה.

נאכאמאל, איך האלט נישט אז די רבנים האבן נישט קיין דעה, אבער ווילאנג זיי קענען זיך נישט ספראווען מיט פשוט'ע יסודות'דיגע קשיות אין די סוגיות איז מיר בכלל נישט אינטערעסאנט וואס זיי האבן צו זאגן. נישט איינמאל וואס כ'האב דורכגעטון א סוגיא לעומקה און עס דורכגעשמועס מיט תלמידי חכמים און ארויסגעקומען מיט מער קשיות ווי פריער, וויפיל מאל דארף איך עס איבערטוהן זיך אויסצולערנען אז הלכה האט נישט גארנישט אייגעשטויסן מיט די גמרא?

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג דעצעמבער 3, 2019 7:58 am

· #439465
האסט עפעס מאדנע הנחות דא, הנחות וואס די פוסקים דערמאנען נישט אין קיין שום הלכה אין ש"ס.

פארוואס דארף דער גמרא אונז הייסען בודק זיין פרוכט פאר ווערים? טאמער מיר ווייסען אז ווערים זענען אסור, און א פרי איז מוחזק צו האבען ווערים, דארף מען דער חדר מלמד זאל דיר קלאר אויסזאגען אז ממילא דארף מען צוערשט באקוקען, און אז נישט איז מען נישט קיין שוגג אויף וואס מען עסט? און אפילו ווען עס דארף דיר יא זאגען, זענען די אלע גמרות ביי אנדערע עבירות נישט קיין ראיה? ביי בדיקת חמץ, צו בדיקת נדה ועוד.

דער איסורפון עסן פירות המוחזקים בתולעים אן בדיקה איז נישט קיין המצאה פון דער התאחדות, דאס איז מוסכם ביי אלע ראשונים, וכלשון הרשב"א 'שכל שהאיסור מצוי צריך בדיקה', אז דאס איז אן אלגעמיינע דין ביי אלע הלכות איסור והיתר.

טאמער דו האסט געטראפען אז הלכה שטימט נישט מיט די גמרא ווייס איך נישט וואס דו רופסט אן 'הלכה'. עס מאכט זיך אפט אז די הלכה איז נישט געפסקנ'ט ווי די ראשונים וואס מיר זענען איינגעוואוינט צו לערנען ערשט, אז רש"י און תוספות זענען נישט די שיטות וואס מיר פסקנ'ן לויט זיי. אבער די ראשונים וואס מיר גייען יא מיט, האבען אויך נישט אפגעלאזט די גמרא. עס זעט מיר אויס אז דו האסט זיך נישט אנגעשטויסען מיט די ריכטיגע תלמידי חכמים.

רביה''ק זי''ע » דינסטאג דעצעמבער 3, 2019 8:11 am

· #439466
אוודאי דערמאנען נישט די פוסקים די ענין פון נראה לעיניים, דאס האט מען ערפינדן נאכ'ן אויסטרעף פון באצילן מיט א הונדערט יאר צוריק. היינט אז אונז ווייסן שוין בעסער איז די נראה לעיניים תורה די איינציגסטע תורה וואס איך ווייס וואס פארענטפערט די קשיא, אדרבה, אפשר האסטו א בעסערע תירוץ?

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג דעצעמבער 3, 2019 8:23 am

· #439467
אזוי ווי יעדער נייע מציאות, נוצט מען אלטע יסודות זיי צו לעזען. וואס איז דא די פראבלעם? מ'טאר נישט מעלים עין זיין מן האיסור, און ממילא דארף מען בודק זיין. וויפיהל טרחה דארף מען אריבערגיין דערפאר? קוק ווייטער אין פוסקים, זיי רעדן דערפון אויך.

עס איז דא א געוואלדיגע קטנות הדעת ביי די מאדערן ארטאדאקס, און דער אויבענדערמאנטע סליפקין האט עס אין הויפענעס. די תורה רעדט כללים, נישט פרטים. און פון די כלל דארף מען ארויס נעמן די פרט. 'עס שטייט נישט אין תורה אז מ'טאר נישט עסן אין מ עקדאנאלדס, עס איז אן אויסטרעף פון רבנים וואס ווילען מאכען געלט פון השגחה'. אזא פנים האט די טענה אז די תורה רעדט נישט פון באצילן. די תורה רעדט יא דערפו, אין די כללים פון וואס מיר וועלן מוזען ארויסלערנען.

רביה''ק זי''ע » דינסטאג דעצעמבער 3, 2019 8:44 am

· #439469
ליטוואק פון בודאפעסט
אזוי ווי יעדער נייע מציאות, נוצט מען אלטע יסודות זיי צו לעזען. וואס איז דא די פראבלעם? מ'טאר נישט מעלים עין זיין מן האיסור, און ממילא דארף מען בודק זיין. וויפיהל טרחה דארף מען אריבערגיין דערפאר? קוק ווייטער אין פוסקים, זיי רעדן דערפון אויך.

נו וואס זאגן זיי טאקע?

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג דעצעמבער 3, 2019 8:48 am

· #439470
האסט ADD? האסט געשריבען א נארישקייט, זיי מודה און דערנאך פרעג ווייטער.

רביה''ק זי''ע » דינסטאג דעצעמבער 3, 2019 8:50 am

· #439471
אז נישט איז נישט, איך בין נישט אין די ליין פון זיך טענה'ן איבער פאקטן און לויזע סטעיטמענטס, להתראות בפעם הבאה.

אונטער חכם » מיטוואך דעצעמבער 4, 2019 1:26 am

· #439510
Re: סטראבערי = הלכות תולעים
רביה''ק זי''ע
גיי זאג פאר די רבנים אז זיי אטעמען אריין יעדע רגע מאסן פון פיצינקע ווערים/באצילן, אויב טאר מען נישט עסן קיין ווערים איז עס נאר באופן וואס מ'זעהט עס שנאמר "אל תשקצו" את נפשותיכם בכל השרץ השורץ, ואין גיעול אלא בנראה לעין. קענסט עסן סטראבעריס מיט וואס דו ווילסט רואיגערהייט, כאטש מיט די זעלבע רואיגקייט מיט וואס די אוסרים דאווענען נאך סו"ז תפילה.
נו, אז רביה"ק אליינס זאגט אזוי, מי יבוא אחר המלך? כך קבלתי , א שטיקל ויואל משה איז ווי א רשב"א, עס איז אליינס א מקור.

אישתישבי » מיטוואך דעצעמבער 4, 2019 7:52 pm

· #439531
ליטוואק פון בודאפעסט
מראה מקום ביטע? וועלכע פרוכט רעדט ער?
📎 Screenshot_20191204-194739~2.png

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך דעצעמבער 4, 2019 9:00 pm

· #439539
וואס איך זעי דא אז ער האלט אז מ'מעג נישט עסן כל זמן מ'קען עס נאך בודק זיין. ווען מ'קען שוין נישט, ווייל מ'האט עס שוין געקאכט, דעמאלס איז עס בדוחק בדיעבד מותר. און ווען עס איז געקאכט איז טאקע אנדערש, ווייל דעמאלס איז עס טאקע בטל. די טענה אז עס איז נישט בטל, אפילו מה"ת, איז נאר ווען עס איז רוי. דעמאלס איז מעגליך אז עס איז ניטאמאל א תערובות, פונקט ווי מיין קאר און דיין קאר אויף די גאס זענען נישט קיין תערובות. קוק נאכאמאל אין די קונטרס פון הרב איתם הנקין הי"ד ווי ער ברענגט פארשידענע ראיות צו דער ענין.

אגב, טענת @רביה''ק זי''ע איז נסתר פון א גמרא מפורשת (חולין סז:) אמר לה רבינא לאימיה אבלע לי ואנא איכול, און רש"י איז מסביר, אבלע לי - דכוורי בתוך הדגים תני אותם שלא אראה ואקוץ בם: דאס הייסט ביי תולעים וואס זענען מותר, נאר פון דעסטוועגן זאל מען עס אויסמישען מיט די מאכל כדי ער זאל נישט פארעקל'ט ווערן. הייסט'ס ווען עס איז מותר זאל מען זיך דערווייטערן פון די עקעל פון דאס עסן. ווייזט אויס אז ווען די ווערים וואלטען געווען אסור, וואלט דאס נישט געהאלפען.

רביה''ק זי''ע » מיטוואך דעצעמבער 4, 2019 9:58 pm

· #439541
ליטוואק פון בודאפעסט
אגב, טענת @רביה''ק זי''ע איז נסתר פון א גמרא מפורשת (חולין סז:) אמר לה רבינא לאימיה אבלע לי ואנא איכול, און רש"י איז מסביר, אבלע לי - דכוורי בתוך הדגים תני אותם שלא אראה ואקוץ בם: דאס הייסט ביי תולעים וואס זענען מותר, נאר פון דעסטוועגן זאל מען עס אויסמישען מיט די מאכל כדי ער זאל נישט פארעקל'ט ווערן. הייסט'ס ווען עס איז מותר זאל מען זיך דערווייטערן פון די עקעל פון דאס עסן. ווייזט אויס אז ווען די ווערים וואלטען געווען אסור, וואלט דאס נישט געהאלפען.

באמת איז א דבר פשוט אין גמרא אז א מאכל וואס מ'ווייסט קלאר אז ס'דא דערין ווערים טאר מען עס נישט עסן, נאר פשט איז אז ווען מ'בייסט אריין אין א שטיקל עסן און מ'ווייסט בבירור גמור אז מ'בייסט אריין אין א ווארים, אדער מ'פילט די ווארים אינעווייניג, איז עס אויך אן עקל (אפשר נישט אויף דעם דרגא ווי ווען מ'זעהט עס מיט די אויגן), און דא קען מען און מ'דארף מחלק זיין ביי יעדן סארט ווארים צו ס'איז שייך ביי דעם זיך עקלען ווען ס'איז אין אן עסן. ווען אין סטראבעריס וואלט געווען נרגש א טעם פון ווערים, אדער ס'וואלט געווען א דבר ברור ביי יעדן פשוט'ן סטראבערי עסער אז אריינבייסן אין א סטראבערי מיינט אריינבייסן אין א גראבע ווארים, וואלט עס טאקע געווען אסור (און קיינער וואלט עס סייווי נישט געגעסן). למעשה עסן מענטשן סטראבעריס אגאנצן טאג און זיי ווייסן ניטאמאל אז זיי עסן ווערים, ממש די זעלבע בחינה ווי באצילן, ס'איז א זאך וואס עקזיסטירט אבער אינדרויסן פונעם מענטשליכן תחום.

פארשטייט זיך אז אינעם תחום פון הלכה קען נישט יעדער איינער אפמאכן פאר זיך אז ער עקלט זיך נישט פון ווערים, ס'קען זיין אז ס'גייט צו מיט א בטלה דעתיה אצל כל אדם, אדער אז מ'גייט נאך הבנת התורה אין עקל, דאס איז א דבר פשוט אז כדי א ווארים זאל זיין אסור מוז עס האבן א שייכות מיט'ן ריעליטי אין וואס די מענטש לעבט, נישט סתם אז ס'דרייט זיך ארום און קיינער שטויסט זיך נישט אן דערין אינעם טאג טעגליכן לעבן.

real fake news » מיטוואך דעצעמבער 4, 2019 11:33 pm

· #439545
מגייט שוין אט אט אסרן רייז, זעה דא אן אינטערוויו מיט א בעל מכשיר

אישתישבי » מיטוואך דעצעמבער 4, 2019 11:55 pm

· #439548
אין אמת האב איך קיינמאל נישט געהערט קיין היתרַ צו עסן סטראבעריס, עס פלעגט זיין אנווייזונגען, איך מיין אין די פסח ביכלעך, אז מען קען עס עסן דורך ווייקן אין זייף וואסער, און אױב מען שנייד אפ די שטיקעל אינטער די גרינע בלעטער, בתנאי אויב מען מאכט נישט קיין לאך אין דער סטראבעריס. למעשה שטעלט זיך אויס אז עס איז דא אפאר סארט ווערים אין די סטראבעריס, און אויף די הויט אונטער די שטיקלעך גראבען זיין זיך אריין, אזעלכע שלענגלעך, און עס איז נישטא קיין היתרַ פין לא פירש כידוע.
דאס וואס דער אשל אברהם זאגט אז לא פירש לגרעין איז פארקערט פין שו"ע כפי זכרוני.

עס איז דא אזלעכע וואס טענה'ן אז זיי האבן יא א וועג צו בודק זיין די סטראבעריס, געזונטערהייט, אבער אין אלגעמיין איז אנגענומען אז מען קען נישט.

אין פארשידענע קאמערציאלע קיטשענס האב איך געזעהן משגיחים וואשן פארשידענע זאכן וואס דארפען בדיקה מיט א שלויך וואס האט עקסטרע שטארקע שטראם, און דער סינק האט אונטער דער לאך וואס דער וואסער גייט ארויס א נעץ, און אלע וואסער גייט דארט אדורך, און זיי קוקען אין דער נעץ נאך וואשן די ירקות, און טאמער איז דא דארט ווערים, ליידיגן זיך אויס דער נעץ און וואשן נאכאמאל אלע ירקות, ביז זיי זעהן אז אין דער נעץ איז נישטא קיין ווערים.

דער עצה איז נאר גוט אויב מען ווייסט אז אין די ירקות איז נישטא קיין ווערים מער, נאך טוהן די אלע הדחות, און נאך נישט טרעפען קיין ווערים אין דער נעץ.

ביי סטראבעריס איז דא וואס ווייזען אז די קאטערפילערס זענען דארט נאך אלע הדחות.

גראף » דאנערשטאג דעצעמבער 5, 2019 1:17 am

· #439552
Re: סטראבערי = הלכות תולעים
איז דא א מציאות להלכה ביי פירות און ירקות אז ווערם אדער ווען זיי זענען נאך אין א סטעיזש פאר זיי טוישן זיך צו עדאלטס זאלן בטל ווערן צום פרי אזוי ווי פיש? איז דא עפעס וואס זיי האבן אין קאממען?

Sent from my SM-G950U using Tapatalk

אישתישבי » דאנערשטאג דעצעמבער 5, 2019 3:15 am

· #439553
נאר אויב מען ווייסט אז די ווערים זענען באשאפן געווארן נאך דעם וואס מען האט זיי אנגעשניטען פין דער בוים. טאמער זענען זיי געוועהן ווען עס איז נאך געוועהן מחובר הייסט עס שרץ השורץ על הארץ און איז אסור. דאס איז א גמרא.

ביי פיש איז טאקע אייביג דא דער היתר פין לא פירש.

היינט, היות די חוקרים טענה'ן אז אלעס קומט פין א איי וואס א מאמע האט געלייגט, איז דא וואס זענען מחמיר, מחשש אז דער מציאות האט זיך געטוישט.

דאס איז פין די פלעצער וואס לויט די גמרא איז עס מותר, און דער היינטיגער מציאות זאגט אסור.

איך האב געהערט סברות אין דעם אזוי.
א. כל זמן פרומע אידען האבן נישט חוקר געוועהן און געזעהן אז די מציאות איז אנדערש פון וואס עס שטייט אין די גמרא, דארף מען נישט מחמיר זיין.
ב. די גמרא זאגט עס איז מותר, איז עס מותר אפילו עס איז געבויט אויף א פאלשע מציאות, ווייל חז"ל האבן געהאט בקבלה אז עס איז מותר, און געזאגט א סברא, און אפילו דער סברא ווערן אפגעפרעגט איז נאך אלץ דא דער קבלה אז עס איז מותר.
ג. דער גמרא רעדט פין א מציאות וואס מען זעהט, היות לעינים זעהט אויס ווי עס ווערט באשאפען פין דער פיש, אדער פין דער פרי, קוקט מען נישט אויף דעם וואס עס ווערט באשאפען פין א איי וואס מען קען נישט זעהן. בקיצור, עפעס וואס מען זעהט נישט האט נישט קיין מציאות אין הלכה.

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג דעצעמבער 5, 2019 3:33 am

· #439554
ס'דא א פערטע סברא אויך, אז טראץ דעם וואס די ווארים איז געבוירן פון א ווארים וואס איז געווען שורץ על הארץ, איז אבער די ספעציפישע ווארים קיינמאל נישט געווען שורץ על הארץ.

למען האמת, לויט'ן רמב"ם (און אזוי איז אויך משמע פון רש"י) אז די אלע דרשות חז"ל זענען נאר תירוצים צו פארענטפערן די מנהג, איז בכלל נישט נוגע צו זיי האבן געוואוסט די מציאות צו נישט. למעשה איז די מנהג געווען אז ווערים שלא פירשו האט מען געגעסן, און די גמרא האט געטראפן א דרש אין א פסוק עס צו פארענטפערן, און אפילו אויב ס'שטעלט זיך ארויס אז די דרש פארענטפערט נישט דעם מנהג איז די מנהג נאך אלץ שריר וקיים, אפשר קען מען גיין זוכן א נייע דרש (יעצט כאפ איך אז מן הסתם מיינסטו דאס מיט אות ב, והשם הטוב יכפר).

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג דעצעמבער 5, 2019 6:16 am

· #439557
די סוגיא אין סוף פרק אלו טריפות רעדט ארום די גאנצע נושא. עס ווענדט זיך אויף צוויי תירוצים דארט אין תוספות. אין בריסק זאגט מען 'א פערד איז א פערד ווייל די מאמע איז געווען א פערד, א שרץ איז א שרץ ווייל ער איז א שרץ'. דאס איז מסביר צו זיין די רמב"ם אין ספר המצוות (ל"ת קעט), וואס איז אויך ראטזאם צו לערנען. עס איז אן אריכות דארט, שלא כהרגלו, אבער העכסט אינטרעסאנט

real fake news » דאנערשטאג דעצעמבער 5, 2019 9:35 am

· #439569
אישתישבי

היינט, היות די חוקרים טענה'ן אז אלעס קומט פין א איי וואס א מאמע האט געלייגט, איז דא וואס זענען מחמיר, מחשש אז דער מציאות האט זיך געטוישט.


דאס איז א פשוטע זאך אז מדארף מחמיר זיין ווייל די מציאות האטזעך געטוישט, נאר לקולא טאר מען ח"ו נישט גיין נאך די מציאות...

אישתישבי » דאנערשטאג דעצעמבער 5, 2019 10:05 am

· #439572
ליטוואק פון בודאפעסט
די סוגיא אין סוף פרק אלו טריפות רעדט ארום די גאנצע נושא. עס ווענדט זיך אויף צוויי תירוצים דארט אין תוספות. אין בריסק זאגט מען 'א פערד איז א פערד ווייל די מאמע איז געווען א פערד, א שרץ איז א שרץ ווייל ער איז א שרץ'. דאס איז מסביר צו זיין די רמב"ם אין ספר המצוות (ל"ת קעט), וואס איז אויך ראטזאם צו לערנען. עס איז אן אריכות דארט, שלא כהרגלו, אבער העכסט אינטרעסאנט


טאקע העכסט אינטערסאנטע רמב"ם, ווייל עס איז גאר שווער צו פארשטיין, און דער רמב"ן פרעגט שוין די נויטיגע קשיות.
כפי זכרוני איז דער רמב"ם מסביר אז די גמרא רעדט פין דער זעלבע שרץ וואס קען זען אלע סארט שרצים.

דער בריסקער ווארט איז טאקע א אמת'ער לויט ווי די גמרא האלט אז שרצים קענען באשאפען ווערען פין שמוץ.

איז דא א סיבה אז די בריסקער דערמאנען נאר די מאמע און נישט דער טאטע?

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג דעצעמבער 5, 2019 2:43 pm

· #439598
דער בריסקער ווארט איז נישט קיין מפורש'ע גמרא, עס ווענדט זיך אויף צוויי תירוצים אין תוספות דארט אין אלו טריפות.

דערמאנען די מאמע איז נישט קיין קשיא. די גמרא אין בכורות האנדעלט דאך אויב חוששין לזרע האב אדער נישט.