☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » בד"ה פידל קסטרו מקובה

בד"ה פידל קסטרו מקובה

20 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11106

לבלר » מוצ"ש נאוועמבער 26, 2016 6:40 pm

· #355480
בד"ה פידל קסטרו מקובה
בד"ה הרב החסיד פידל קסטרו מקובה הלך לעולמו בגיל 90

הוגה » מוצ"ש נאוועמבער 26, 2016 8:50 pm

· #355489
[ציטאט אראפגענומען]


הממממ, האמיר א סתירה צווישן וואס די קובאנער בירגער זאגן, (די וואס וואוינען אין פרייע לענדער) און ריכטיג פון ק"ש. וועם זאל מען גלייבן? 😕

שמעון וואלף » מוצ"ש נאוועמבער 26, 2016 11:31 pm

· #355497
די קובאנע בירגער וואס וואינען אין אויסלאנד זענען דאך זיינע שונאים וואס זענען אנטלאפן. @אנאנים איז מעגליך א קובאנע איינוואינער

berlbalaguleh » מוצ"ש נאוועמבער 26, 2016 11:56 pm

· #355502
הוגה
[ציטאט אראפגענומען]


הממממ, האמיר א סתירה צווישן וואס די קובאנער בירגער זאגן, (די וואס וואוינען אין פרייע לענדער) און ריכטיג פון ק"ש. וועם זאל מען גלייבן? 😕

הוגה: ביידע גרופס זענען גערעכט. סיי די קובאנער פליטים, וועלכע זענען בארויבט געווארן דורך איהם פון זייער גאנץ פארמעגן און זענען אנגעקומען קיין פלארידע בעירום ובחוסר כל. אויך האט ער צוגערויבט ביליאנ'ס פון גרויסע אמעריקאנער און אייראפע'אישע קאמפאניס וולכע האבן געהאט אינוועסטמענטס אין קובא. זיי האבן נישט באקומען א פרוטה אחת פון קאמפענסעישן. אבער פאר די ארימע באפעלקערונג פן זיין לאנד האט ער אויפגעטון זייער א סאך. איינס פון זיינע הויפט אויפטוען זענען געווען אז ער האט אוועקגעשטעלט א העלטה סיסטעם וועלכע האט זיך נישט צו שעמען פאר קיין שום אנדער לאנד פון 3'טע וועלט לענדער. זיכער איז עס נישט געווען אויפ'ן סטאנדארט פון אמעריקע אדער מדינת ישראל. אבער א יעדער איינציגער בירגער האט געהאט א גאראנטי צו באקומען עלעמענטערי העלטה קעיר. קיין מעדיקל ריסוירטש אינסטיטוציעס האט ער טאקע נישט געבויעט. ווייל לויט זיין קאמוניסטישן סיסטעם איז א יעדער געווען א שנארער. און קיין נדבנים האט ער נישט געטראפן. זיין רבי און פארעהרער ניקיטא כרושטשעוו ע"ה פונ'ם סאוויעטן פארבאנד איז שוין בעלמא דקשוט. אויך די יו.ס.ס.ר. איז שוין א פארגאנגענהייט.

איין מקור הפרנסה פאר די קובאנער באפעלקערונג זעה איך יא. ווען זיי וועללן פארקויפן זייערע אנטיק קארס פון די1940'ס און '50'ס פאר די אמעריקאנער און וועלט'ס ליבאהבערס פון אנטיק קארס, וועללן זיי כאטש לייזן א פאר דאללער. ווייל די וועלט באוואונדערט וויאזוי זיי האבן געקענט האלטן די אלטע קארס אין פונקציאנירנדן פארם די אלע יארן. ווייל נאכ'ן אמעריקאנער עמבארגא האט מען נישט געקענט אימפארטירן קיין חלקים פאר די קארס. און דאך פארן זיי געהעריג ארום בי'ן היינטיגן טאג...! אויך די טוריזם אינדוסטרי וועט זיך שטארק הייבן...!

berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 27, 2016 12:07 am

· #355504
ריכטיג: און וואס וואלסטו געטון פאר פרנסה...?! אפשר געווען א קינדערגארטן מלמד. אדער א מגיד שיעור אין ישיבה קטנה...? אדער אפשר גאר געדרייווט א טעקסי. אדער א דזשולערי סוחר. וואלסט ממילא אנגעקומען אין דזשעיל. אויף רעגירונג'ס קאסט...!

berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 27, 2016 12:28 am

· #355508
ריכטיג: נאכמער. ער אדער זיינער רעגירונג'ס מענטשן האבן נישט ארויסגעוויזן קיין טראפ אנטיסעמיטיזם פאר די אידישע באפעלקערונג. פארשטייצעך, אז אלס איינער וועלכער האט געהאלטן די קאמוניסטישע אידעאלאגיע האט ער נישט געהאלפן אויפבויען חדרים און ת"ת. ווייל ער האט געוואלט אז די אידן זאללן זיך אויסמישן מיט די אלעגמיינע באפעלקערונג...!

איך אויך » זונטאג נאוועמבער 27, 2016 6:22 am

· #355516
פידל קאסטרו צדיק הדור סאדאם חוסיין פלעינע פלעינע צדיק.

berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 27, 2016 7:55 am

· #355518
איך אויך: טאקע אזוי. סאדאם חוסעין אליינס איז נישט געווען קיין אנטיסעמיט. ער איז געקומען פון די שטאט טאקריט/תכרית. מ'האט איהם גערופן סאדאם תכריתי. זיין משפחה האט געהאט אידישע שכנים. און א אידישע פרוי איז געווען זיין בעיביסיטער...! יא. ער האט געפיהרט זיין לאנד מיט א פעסטע האנד. דארט מוז מען. מ'זעהט דאך אז ווען א מעריקע האט געוואלט אויפשטעללן א דעמאקראטיע האט זיך עס נישט איינגעגעבן. און אמעריקע האט באצאלט זייער א טייער'ן פרייז מיט די לעבנס פון איהרע סאלדאטן, שוין נאכ'ן מלחמה, ווייל אמעריקע איז א דעמאקראטיש לאנד און זיי האבן געפיהרט די רעגירונג מיט רחמנות. נישט מיט אכזריות. האבן זיי טאקע פארלוירן טויזנטער און הונדערטער טויזנטער זענען פארוואונדעט געווארן. אמעריקע איז ארויס פון דארט בשן ועין...!

אישתישבי » זונטאג נאוועמבער 27, 2016 8:49 am

· #355521
[ציטאט אראפגענומען]


און דאס אלעס איז קןבא אליין מעיד. ממש עד מפי שד. ממש א גן עדן, נאר א חידוש אז פין די גאנצע וועלט טוט מען נישט אימעגרירען אהין.

ציבעלע-קיגל » זונטאג נאוועמבער 27, 2016 11:08 am

· #355530
אזוי ווי רוב רעבנים זענען דאך קאמעניסטען ספיציעל דער פון ש.ס. לאמיר זעהן ווער גייט פארען צו די לוי.

יעצט גייען די אידישע צייטונגען שרייבן אז ער שטאמט פון אידען און מען גייט שאפן געלט איהם צו ברענגען צו קבר ישראל

berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 27, 2016 11:53 am

· #355534
ציבעלע קוגל: ס'געפעלט מיר דיין פשט'ל אז היות די רבנים, ספעציעל פון ש"ס זענען קאמוניסטן, וועללן זיי זאגן אז ר'איז געווען א איד. און זיי וועללן צוזאמנעמען געלט כדי איהם צו ברענגען לקבורה אין ארץ ישראל...לאל...! נאר וועגן דעם איינעם טעם אז ער (פידל קאסטרא) איז א ביליאנער. (מ'האט געשמועסט בערך 8-10 ביליאן דאללער.) קיין ווייב און קינדער האט ער נישט געהאט. קיין דאגות פון צאללן שכר לימוד אויכעט נישט. ווייל אין קובא צאלט די וואוילע רעגירונג פאר עדיוקעישן...! קיין פעקלעך פון תומכי שבת האט ער אויכעט נישט גענומען. (די באפעלקערונג וואלט אפשר יא געקענט נהנה זיין פון דעם). דער טעם וואס ער איז כמעט קיינמאל נישט געגאנגען אין פאבליק מיט א סוט און נעקטיי. נאר מיט א מיליטערישן יוניפארם, איז נישט ווייל ער האטציך עס נישט געקענט ערלויבן, ח"ו. נאר ווייל ער האט זיך געהאלטן זיין גאנץ לעבן פאר א רעוואלוציאנער. און ער האט סימפאטיזירט מיט די ארעמע שיכטן פון זיין פאלק. אין זעלטענע פאללן האט ער יא אנגעטון א שיינעם, טייערן סוט און נעקטיי. און ר'האט אויסגעזעהן א ביסל מענטשליך, איז געווען ווען זיין הייליגער פויפסט איז געקומען אויף א באזוך אין זיין לאנד. האט ער געוואלט ווייזן וואספארא וואויל, ערליך קאטויליש יונגל ער איז. האט ער זיך לכבודו אנגעטון שיין, מענטשליך...!

איך אויך » זונטאג נאוועמבער 27, 2016 12:13 pm

· #355537
ווי אייביג איז די טריקענע הארטע מציאות שטערקער ווי יעדע פראפאגאנדע. ווען אונזער שווארצער באמא האט אנאנסירט בעסערע באצואינגן מיט פידעלע נישט נאר האט דאס נישט גורם געווען צו קיין שמחה נאר טויזענטער האבען זיך גלייך געלאזט אין וועג אלס מורא אז זיי וועלן פארלירן די אוטומאטיש רעפיודשי רעכט אין אמעריקא! (אמעריקא האט אלע יארן געהאט די באקאנטע און מאדנע ''נאסע פיס, טריקענע פיס'' פאליסי דהיינו: א פליט פון קיובא וואס ווערט געכאפט אויפן וואסער ווערט צוריק געשיקט אבער אויב זיין פוס האט אנגערירט סיי ווי אויפן אמעריקאנער באדן איז ער גלייך א רעפיודשי וואס קען בלייבן.)

זעה מער דא
<a class="postlink" href="http://www.dailymail.co.uk/news/article-3384207/New-Cuban-refugee-crisis-thousands-flee-Castro-regime-hope-getting-stranded-Central-America-penniless-blocked-getting-Mexican-land-border.html">http://www.dailymail.co.uk/news/article ... order.html</a>


אפשר פארציילסטו אביסל ווען קיובא האט עקספערימענטד מיט עפענן די בארדער? איך האב קיינמאל נישט געהערט דערפון און ר גוגל הדור ווייסט נישט דערפון צו זאגן.


ר' בערל, די התאחדות הרבנים פון פידל האט ג'אסרט צו עקספארטן די אלע קלעסיק קארס, דערפרר איז דא אזויפיל פון זיי דארט.

איך אויך » זונטאג נאוועמבער 27, 2016 1:00 pm

· #355540
berlbalaguleh


איין מקור הפרנסה פאר די קובאנער באפעלקערונג זעה איך יא. ווען זיי וועללן פארקויפן זייערע אנטיק קארס פון די1940'ס און '50'ס פאר די אמעריקאנער און וועלט'ס ליבאהבערס פון אנטיק קארס, וועללן זיי כאטש לייזן א פאר דאללער. ווייל די וועלט באוואונדערט וויאזוי זיי האבן געקענט האלטן די אלטע קארס אין פונקציאנירנדן פארם די אלע יארן. ווייל נאכ'ן אמעריקאנער עמבארגא האט מען נישט געקענט אימפארטירן קיין חלקים פאר די קארס. און דאך פארן זיי געהעריג ארום בי'ן היינטיגן טאג...! אויך די טוריזם אינדוסטרי וועט זיך שטארק הייבן...!

דער תירוץ איז.

We didn’t mention the cars, did we? It’s a cliché but like every other Havana visitor you will be transfixed by the big-haunched Buicks and shark-finned Chevvys that cough around town apparently powered by three-star phlegm, their ready-to-blow gaskets sealed with chewing gum. These charming, sclerotic hunks have now become an iconic image of tourist Cuba, foreigners marvelling at their survival and old-fashioned American build quality. ”Ha!” exclaimed my driver as we passed a chundering Studebaker. “This is not am American car! This is what we call ‘una Chino maquina! - a Chinese invention.”

That is to say, the car in front may look like it is an authentic, all-American hunk of Duane Eddy-era engineering from the outside, but pop up the hood and you’ll find, say, a Nissan engine, Datsun transmission and a stick-shift gearbox off a salvaged Honda and threaded through a hole bashed in the floor pan.

איך אויך » זונטאג נאוועמבער 27, 2016 1:30 pm

· #355542
ר' בערעלינו ליין אויך דאס.

But surely health care for all is a major accomplishment, right?

No. As has been noted in many other places, Cuba has three separate health care systems. One for paying customers from places like the U.S., who go to Cuba for discount treatments of cosmetic surgery and the like.

There's another for Cuba's ruling Communist elite, also a good system. This is the health care system visiting journalists are taken to see, and that they later glowingly report on.

But there's still another system for the rest — the average Cubans. It is abysmal, and even that might understate how bad it is.

"Cubans are not even allowed to visit those (elite) facilities," according to the Web site The Real Cuba. "Cubans who require medical attention must go to other hospitals, that lack the most minimum requirements needed to take care of their patients."

It goes on: "In addition, most of these facilities are filthy and patients have to bring their own towels, bed sheets, pillows, or they would have to lay down on dirty bare mattresses stained with blood and other body fluids."

As for doctors, well, they make an average of about $25 to $35 a month. Many have to work second jobs to make ends meet, using substandard equipment. Drug shortages are rife. As a result, one of Cuba's ongoing problems is that doctors leave as soon as they can for other countries, where they can make a decent living.

The country has over 30,000 doctors working overseas officially. Why? Out of kindness? No. The Castro regime earns an estimated $2.5 billion a year in hard currency from doctors working elsewhere, which means Cuba's poor must go without decent care or access to doctors.

As for "universal literacy," please. Primary and secondary schools are little more than Marxist indoctrination centers, where students are taught only what the state wants them to know. That's how they keep people quiet.

Then there's Cuba's higher education, in which "universities are training centers for bureaucrats, totally disconnected from the needs of today's world. To enter the best careers and the best universities, people must be related to the bureaucratic elites, and also demonstrate a deep ideological conviction," notes Colombian journalist Vanesa Vallejo, of the PanAm Post, a Latin American news site.

Nor is it "free." In fact, those who graduate from college must work for a number of years for the government at a substandard wage of $9 a month. They are in effect slave labor. As with most "free" things the socialists offer, the price is very high and nonnegotiable.

In sum, Castro took a healthy country and made it sick. Those who glorify him deserve the scorn they get for propagating such a longstanding lie.

איך אויך » זונטאג נאוועמבער 27, 2016 2:20 pm

· #355545
חח אוי ביסטו זיס. עס איז וואויל באקנט אז פידעלע האט דעמאלטס געעפנט אלע תפיסות און ארויסגעלאזט אלע ערגסטע פארברעכער און מאפיאנערן פארדינענדיג צווייפאכיג, פטור געווארן פון קרימינאלן און פראבירט צו פארשווארצן דאס פנים פונעם קיובער פליט אין אמעריקע אז זיי זענען בעיקר קרימינאלן.

קיינער זאגט נישט ער איז געווען א נער.

Notable Mariel boatlift refugees include:

Julio González, arsonist and mass-murderer

Luis Felipe, convicted murderer and founder of the NY branch of the Latin Kings gang

Pedro Medina, executed for murder

<a class="postlink" href="http://articles.sun-sentinel.com/1985-09-26/news/8502100720_1_mariel-boatlift-criminals">http://articles.sun-sentinel.com/1985-0 ... -criminals</a>


Most of the 125,000 Mariel refugees who sailed into Key West in the ``Freedom Flotilla`` have managed to adapt to American life, starting businesses, marketing their skills and raising families.

But their successes have been overshadowed by the actions of an estimated 16,000 to 20,000 criminals and other misfits who have contributed to an alarming increase in South Florida crime.


``The first couple of days, they were basically good, solid citizens who were coming here to be with relatives,`` said Dwayne Peterson, deputy district director for the immigration service.

``Toward the end of April, we started seeing people right out of prison and a lot of mental patients. We saw fewer and fewer relatives until, at the end, about 75 percent of the people were chosen by Castro.``

Many believe Castro used the boatlift to rid his communist nation of ``undesirables`` at America`s expense.

berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 27, 2016 4:35 pm

· #355549
איך אויך: די וועבסייטס וואס דו האסט צוגעברענגט און די רעפארטערינס טוען א ביסל איבערטרייבן מיט זייערע נעגאטיווע באריכטן. דער אמת איז ערגעץ אינמיטן. דאס לעבן דארט איז נישט פויגל'דיג. די באפעלקערונג באדט זיך טאקע נישט אין געלט און אין לוקסוס. מ'זיצט נישט טאג און נאכט און מ'פלאנירט וואו און וויאזוי צו פארן אויף די נעקסטע וואקאציע. אבער ס'איז אויך נישט אזוי געפערליך. ספעציעל פאר א גוי וועלכער דארף נישט קיין כשר פלייש און מילך. ווייל די סקולס פונקציאנירן דארט גאנץ גוט. און אויך די העלטה קעיר פאסיליטיעס. פארשטייצעך, אז נישט אויף דעם אמעריקאנער אדער קאנאדישן סטאנדארט. אבער עלעמענטארע העלטה סערוויסעס זענען צוגענגליך פאר א יעדן.

לגבי די אלטע קארס וועלכע פונקציאנירן, איז נישט די פוינט אז די רעגירונג לאזט נישט עקספארטירן. דער חידוש איז אז טראץ דעם אמעריקאנער עמבארגא, וועלכע איז אריין אין עפעקט אין סוף פון יאר1959 אדער אנהייב 1960 האבן די קובאנער מצליח געווען צו פאבריצירן און צו פאסן אייגענע פארטס פאר די אלטע אמעריקאנער קארס. ס'איז אזוי ווי די צייט וואלט זיך אפגעשטעלט. ווען מ'זעהט מאסן פון קארס פון יענע תקופה, וועלכע פארן ארום נארמאל. און זענען בכלל נישט אפעקטירט געווארן פון דעם אמעריקאנער עמבארגא. דאס ווייזט אויף א שטארקן רצון און טויגליכקייט (דאס פארקערטע פון אומבאהאלפנקייט.). אויסער דעם, האבן די אלטע קארס א גרויסע פינאנציעלע ווערד ביי די אמעריקאנער קאר-ליעבהאבערס, וועלכע זענען גרייט צו צאללן א סאך געלט פאר די קארס צו האלטן פאר זיך. אדער אלס אינוועסטמענט צו קענען פארקויפן דא אין אמעריקע מיט גרויסע רווחים...! דער ריטייערטער טי.ווי. שאו האוסט פון נייטליין, דזשעי לענא איז אויך איינער וועלכער האט א האבי צו האלטן א גרויסן גאראזש פול מיט אנטיק קארס און מאטארבייקס...!

איך קען אויכעט א איד (כמעט א היימישער) וועלכער איז א מעקעניק. און ער קויפט אפ אלטע, אנטיק קארס, און פיקסט זיי אויף מיט נייע פארטס. און אויך דעם באדי. אבער דער אויסזעהן בלייבט די זעלבע. נאכדעם פארקויפט ער עס מיט גרויסע רווחים...!

איך אויך » מאנטאג נאוועמבער 28, 2016 10:07 am

· #355568
<a class="postlink" href="http://web.nli.org.il/sites/NLI/Hebrew/library/reading_corner/Pages/cuba.aspx">http://web.nli.org.il/sites/NLI/Hebrew/ ... /cuba.aspx</a>

ציבעלע-קיגל » דינסטאג נאוועמבער 29, 2016 10:17 am

· #355617
berlbalaguleh
ציבעלע קוגל: ס'געפעלט מיר דיין פשט'ל אז היות די רבנים, ספעציעל פון ש"ס זענען קאמוניסטן, וועללן זיי זאגן אז ר'איז געווען א איד. און זיי וועללן צוזאמנעמען געלט כדי איהם צו ברענגען לקבורה אין ארץ ישראל...לאל...! נאר וועגן דעם איינעם טעם אז ער (פידל קאסטרא) איז א ביליאנער. (מ'האט געשמועסט בערך 8-10 ביליאן דאללער.) קיין ווייב און קינדער האט ער נישט געהאט. קיין דאגות פון צאללן שכר לימוד אויכעט נישט. ווייל אין קובא צאלט די וואוילע רעגירונג פאר עדיוקעישן...! קיין פעקלעך פון תומכי שבת האט ער אויכעט נישט גענומען. (די באפעלקערונג וואלט אפשר יא געקענט נהנה זיין פון דעם). דער טעם וואס ער איז כמעט קיינמאל נישט געגאנגען אין פאבליק מיט א סוט און נעקטיי. נאר מיט א מיליטערישן יוניפארם, איז נישט ווייל ער האטציך עס נישט געקענט ערלויבן, ח"ו. נאר ווייל ער האט זיך געהאלטן זיין גאנץ לעבן פאר א רעוואלוציאנער. און ער האט סימפאטיזירט מיט די ארעמע שיכטן פון זיין פאלק. אין זעלטענע פאללן האט ער יא אנגעטון א שיינעם, טייערן סוט און נעקטיי. און ר'האט אויסגעזעהן א ביסל מענטשליך, איז געווען ווען זיין הייליגער פויפסט איז געקומען אויף א באזוך אין זיין לאנד. האט ער געוואלט ווייזן וואספארא וואויל, ערליך קאטויליש יונגל ער איז. האט ער זיך לכבודו אנגעטון שיין, מענטשליך...!


איינס פון די גרעסטע סיבות פארוואס זיי גייען פארען איז טאקע ווייל ער האט נישט איבער געלאזט קיין עכטע יורשים ווי א ווייב אדער קינדער [נאר א ברודער] מען גייט זיך יעצט ארום הרג'נן אויף די ירושה. און דער רבי דער געווינער וועט נאך האבען אויף זיין ס'מדרש שער הכינור(פידל) מיט'ן תירוץ, דו זעהסט? ער איז געוועהן א איד וואס האט איבער געלאזט א ירושה פאר א ס'מדרש.

לאמיר אריבער גיין צו קול מבשר פידעל עקספערט...

מאן דאמר » דאנערשטאג דעצעמבער 22, 2016 11:37 pm

· #357836
יעצט צאריקגעקומען פון א באזוך אין קובה, איך וועל עס מאכן אין קורצן, און פילייכט שפעטער אביסל שרייבן א לענגערע ארטיקל.

ערשטענס, פון וויפיל איך האב פאשטאנען פון שמועסן מיט די קובאנער בירגער, קובה לאזט יעדן גיין וואו זיי ווילן, אבער עס איז שווער פאר א קובאנער צו באקומען א וויזיע צו גיין סיי וואו, קיינער ברויך נישט קיין ארימע אימיגראנטן וואס קומען אן לעול ולמשא בעירום, ובחוסר כל.

אין שפיטאל בין איך נישט אריין, אבער איך בין דורך געפארן 2 שפיטעלער, איינס פון זיי האט מיר דער טאקסי דרייווער געזאגט, אז דאס איז די בעסטער שפיטאל אין קובה, און פון אינדרויסן זעעהן זיי נישט זייער גוט אויס, נאר וואס דען, די בירגער רעדן זיך נישט אפ, זיי זאגן אז די שפיטעלער זענען גוט, און זיי זענען צופרידן. צו עס קען קאנקערירן מיט א בעלגישער אדער א מעקסעקאנער שפיטאל, שווער צו גלייבן.

עדוקעישן איז זייער גוט, לעצטענס גראדואירן יערליך 5,500 טעכנאלאגיע שטודענטן, ווייל פידעל האט זיך געמאכט א ציל צו מאדערנעזירן די טעכנאלאגיע אין לאנד, אין איר מאכן א טעכנאלאגיע צענטער, דער עולם אין די גאס קומט פאר גוט געלערענט.

אבער דאס אז ער האט געהאלפן די ארעמע קובאנער איז א שקר ווי די מאמא מאריא׳ס באציאונג מיט גאט, פארקערט, דארט איז דא הערליכע בנינים, וואס דאס האבן נאר געקענט בויען עשירים, און זיי פאלן צאם, ווייל ער האט די רייכע ארעם געמאכט, אין די ארעמע זענען געבליבן ארעם, די רעגירונג געבט פאר יעדן בירגער א קליין בארכע, אביסעלע רייז, און בונדלעך פער טאג, איין טשיקן פולקע פער מאנאט , און איך מיין אביסעלע אויל, צוקער וזהו, דער עולם האט נישט וואס צו עסן, ער פירט א סיסטעים פון צוויי וואלוטעס, וואס דאס איז א לעינגערע שמועס, אבער די בירגער באקומען פון די רעגירונג $20 ביז $30 א מאנאט, א טאמאטע קאסט באלד א דאלאר, און עס איז גאר שוואכע קוואליטעט, קארןפלעיקס איז לוקסוס, $11 , גאזאלין אי $1 פער ליטר (כמעט $4 א גאלאן) און מיט $25 קומט מען אין ערגעץ נישט אן, איין קובאנער האט מיר געזאגט אז די רעגירונגס פארציע איז אים גענוג פאר 2 טעג. מילך האט ראול קאסטרו געוואלט איינפירן אבער עדיין לא עלתה בידו, קארטאפל איז יעצט נישטא כמעט אין לאנד, דער עולם גייט מיט ארימע קליידער, דו הייזער פאלן צאם, צועסן איז נישטא, זיי האבן אלע פיינט די רעגירונג, איך האב נישט געהערט קיין איין גוט ווארט פון קיינעם אויף די רעגירונג.

אין די חוצפה איז, אז ראול׳ס זון בויעט זיך א פאלאץ אין מיראמאר, דו שענסטע געגענט אין האוואנא!

בנוגע פארברעכן, איז דא גאנץ ווייניג, גנבים איז דא, ווייל דער עולם הונגערט, אבער אויך ווייניג, איך האב שפאצירט אין די גאסן שפעיט ביינאכט, און קיינער וואגט נישט צו טשעפען.

מאן דאמר » דאנערשטאג דעצעמבער 22, 2016 11:40 pm

· #357837
.