☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » גניבה פארמיטן געווארן אין אלט וויליאמסבורג

גניבה פארמיטן געווארן אין אלט וויליאמסבורג

10 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1110

zamel » דינסטאג יולי 17, 2012 2:47 pm

· #25118
גניבה פארמיטן געווארן אין אלט וויליאמסבורג
די פארגאנגענע נאכט האט זיך א איד דערוועקט אויף קליימער סט. בערך 3:30 ווי זיין געווענליכע שטייגער צו דינען דעם בוכ"ע אין די פארטאגס שעה'ן, ארויס בליקענדיג פון זיין פענסטער דערזעט ער פלוצים צווי גוים זיך ארום קוקען אויף די גאס אויף אלע זייטן און דערנאך זענען זיי אריין אין וויזניץ'ע ביהמ"ד אויף 6 LEE , דער יונגערמאן האט גלייך גערופן שומרים צו פארציילען וואס ער האט נאר יעצט צוגעזען, שומרים האט גלייך אראפגעשיקט איינע פון זייער געטרייע וואלאניטרען, אנקומענדיג אויפן פלאץ האט שומרים נאך א שנעלע באראטונג ענדערש גערופן די פאליציי און זיי מכבד געווען מיטן אריינגיין אין שיל.

אריינקומענדיג אין שיל האבן די פאליציי געמערקט ווי די גוים ארבייטן אויפצוברעכן די סעיף אין איינע פון די שטיבלעך מיטן ציל צו גנבנען ספרי תורות מיט פארשידענע תשמישי קדושה וואס ליגט דארט באהאלטן.

כלל ישראל האט זיך דערוועקט צופרי מיט די גוטע בשורה אז מען האט פארמיטן די גניבה.

שמועות פורחות אז דאס אינסייד ארבייט אויף דעם וויל איך אנפרעגן דעם עולם וואס האלט דער עולם איז דאס אינטערגעשטעלט? אויב יא פון וועם? וואס איז זיין ציל?? און אזוי ווייטער

פה אלט וויליאמסבורג

NAVY SEAL » דינסטאג יולי 17, 2012 5:21 pm

· #25161
זיי האבן לכאורה נישט געהערט די ליינען פון מאנטיג האבן זיי געוואלט אליינס ליינען אבער קוקט אויס זיי האבן זיך געשעמט האבן זיי עס געמוזט טון אינמיטן נאכט........

שמיטה » דינסטאג יולי 17, 2012 5:52 pm

· #25186
בילד ווי די פארברעכער ווערט ארעסטירט
קרעדיט JDN
📎 וויזניץ 1.jpg

שמיטה » דינסטאג יולי 17, 2012 5:54 pm

· #25187
קאפי פון מודעות ארויסגעהאנגן היינט בביהמ"ד וויזניץ אין צוזאמענהאנג מיט'ן געשעעניש
📎 וויזניץ 2.jpg 📎 וויזניץ 3.jpg

זר זהב » דינסטאג יולי 17, 2012 8:11 pm

· #25247
וואלטן זיי געקענט אויפברעכן א סעיף?

zamel » דינסטאג יולי 17, 2012 9:47 pm

· #25303
זיידעטשקע
zamel


שמועות פורחות אז דאס אינסייד ארבייט אויף דעם וויל איך אנפרעגן דעם עולם וואס האלט דער עולם איז דאס אינטערגעשטעלט? אויב יא פון וועם? וואס איז זיין ציל?? און אזוי ווייטער

וואס זענען די שמיעות פורחות???

איך בין זייער נייגעריג וואס דיין ציל מיט דיזען תגובה איז?

מענטשען טענ'ן אז עס איז אן אינסייד דזשאב וואס דאס קען מיינען צוויי וועגן אדער האבן זיי געוואלט צופיקסן וויזניץ אדער גאר האבן זיי עס געוואלט פארקויפן פאר גיט געלט, און פאסיבל אז יד ישראל באמצע.
און זאג מיר געדענקסט אפשר וואס עס איז פארגעגאנגען ביי ר' יחזקאל ראטה שול צוויי יאר צירוק לג בעומר?
ווי אזוי האט מען צירוק באקומען די ספרים דארט??

דבילה » דינסטאג יולי 17, 2012 10:41 pm

· #25347
וואס עפעס זאלן גוים זוכן צו גנב'ענען ספרי תורה? האט עם דען די גלח געשיקט? אפשר גאר די פויבסט אליין? אתמהה!

די אלע "גוים" ספרי תורה גנבים האבן אונטער זיך אידישע שיקערס. ווארטס נאר ביז די שקצים גיסן אויס די בונדלעך און אלע טשאדזשעס ווערן פלוצלינג נעלם...

zamel » דינסטאג יולי 17, 2012 11:00 pm

· #25360
זר זהב
וואלטן זיי געקענט אויפברעכן א סעיף?

מבינים געבן איבער אז א סעיף נעמט ווייניגער ווי א האלבע שעה אויף צו ברעכן אויב ווייסט מען פונקטליך ווי צי דריללען.

פראבירן » דינסטאג יולי 17, 2012 11:30 pm

· #25377
אפשר פינף מינוט, ס'איז דריי פלעצער ווי מען דארף אריין דרילן.

זר זהב » דינסטאג יולי 17, 2012 11:47 pm

· #25387
א דאנק....