☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » דעת הקהל

דעת הקהל

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11099

דעת הקהל » דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 11:53 am

· #355189
דעת הקהל
בס"ד האט א חשוב'ע ניק ה"ה @ליטוואק פון בודאפעסט מיר אריינגעשיקט א הערליכע ארטיקל וואס שפיגלט גוט אפ די מיינונג פון רוב נארמאלע מענטשטען בנוגע די מערכה אנטקעגען די אינטערנעט.
די ארטיקל איז געשריבן אויף אן אופן וואס רעדט צו די ראדיקל יחידים בבחינת ענה כסיל כאולתו.

לא כל הזכיות שמורות. ליין. פרינט און פארשפרייט. און שיק ווייטער!

ווער עס האט אן ארטיקל אין בויך קען מיר שיקן אין אישי און מ'וועט מהנה זיין דעם עולם דערמיט. און אזא קלייענע וועלט פארן די זאכן ארום גאר שנעל און קומט אהן אסאך ווייטער ווי מ'מיינט.

הצלחה!
📎 Daas Hakuhol #1.pdf

קאצקע ציקער » דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 12:02 pm

· #355190
הערליך.
מען דארף נישט דאס סתם ליינען דא , מען דארף דעס פרינטען און ארויסלייגן אין אלע בתי מדרשים

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 3:40 pm

· #355229
ייש"כ פאר'ן ארויפלייגען און מסדר זיין. איך האב געוואלט אז אזא ארטיקל זאל ארויסגייען אין דער נידריגע גאס ווי מ'פארטיילט די פאסקודנע קארטלעך, נישט דוקא אין די דערהויבענע אטמאספערע פון אונזער שטיבעל. נאר מיטלען זענען אונז געשטאנען אין וועג, בעסער געזאגט, די מאנגאל פון מיטלען. טאמער איינער האט א וועג דאס צו פארשפרייטען, אדער אין בתי מדרשים, אדער אין אן אויסגאבע וואס ווערט געלעזט דורך מענטשען וואס דארפען און וועלען ארייננעמען די מיינונג אין קאפ, ביטע מפרסם צו זיין, ולך תהיה צדקה.

שמעקעדיג » דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 4:11 pm

· #355236
עס פארט שוין ארום ב"ה.
לאמיר מקיים זיין דעם ופרצת ימה וקדמה צפונה ונגבה.

שלום על ישראל » דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 7:33 pm

· #355255
אויף טעלעגראם האבן שוין דערווייל איבער עלעף הונדערט געזעהן
דעת הקהל.png

דעת הקהל » דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 7:34 pm

· #355256
ב"ה אז די ארטיקל פארט שוין ארום.

לאור א בקשה אין אישי לייג איך דא ארויף די ארטיקל אלס איין בלאט, אזוי וועט עס זיין גרינער צו פרינטען.
📎 Daas Hakuhol #1 spread.pdf