ראסיזם: טיף איינגעווארצלט ביי ארטאדאקסישע אידן
45 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11094
ראסיזם: טיף איינגעווארצלט ביי ארטאדאקסישע אידן
אין א מוסר שמועס לעצטע וואך, האט ראביי
דזשערעמי ווידער, א ראש ישיבה אין ישיבה אוניווערזיטעט, שארף פארדאמט די נייגונג צו ראסיזם וואס הערשט ביי פרומע אידן.
נאטורליכערהייט, וואלטן מיר אידן - זייענדיג א פאלק וועלכער איז נע ונד און פארפאלגט שוין טויזענטער יארן - ווען געדארפט זיין שארף אויסגעשפראכן קעגן אפילו בלויז א שמעק פון ראסיזם און געזאלט האבן מיטלייד מיט אונטערגעדרוקטע פון סיי וואספארא סארט.
משום מה, איז די מציאות פארקערט.
ראביי ווידער האט זיך באצויגן צו א בילד פון נאך די עלעקשאנס ווי מען זעהט א פרומער סטודענט, ווארשיינליך א טראמפ שטיצער, איינגעוויקלט אין א
קאנפעדערט פאן וועלכער
דינט היינט אלץ סימבאל פאר ווייסע סופרעמיסטן.
📎 IMG_0037.JPGמיט באדויערונג, אבער זעלטנע אפענקייט, האט ער זיך אויסגעדרוקט: ״ליידער איז ראסיזם טיף איינגעווארצלט ביי ארטאדאקסישע אידן״ (דער פולער אבער קורצער שמועס קען געהערט ווערן
דא).
ראסיזם איז שוין
ברייט אויסגעשמועסט געווארן דא אין שטיבל, אבער יעצט נאכ׳ן טראמפ געווינס ווי ס׳האט זיך ארויסגעשטעלט אז
רוב מנין ובנין פונעם היימישן ציבור האט אים געשטיצט, איז כדאי צו עפענען און ממשיך צו זיין דעם שמועס פונדאסניי.
וואו קומט דאס טאקע אז מיר היימישע אידן קענען זיין אזוי אומסענסיטיוו צו די סכנה פון ראסיזם? איז דאס א חלק פון תמימות און אומפארזעהעניש? אדער האט דאס גאר א טיפערער פסיכאלאגישע באדייט און איז מעגליך א דירעקטע תוצאה טאקע פון זיין א דערשלאגן פאלק (א שטייגער ווי עפעס א סארט
שטאקהאלם סינדראם)?
איך וואלט געזאגט עפ"ר קומט דאס פון תמימות/איגנאראנץ געמישט מיטן געפיל פון אתה בחרתנו.
Re: ראסיזם: טיף איינגעווארצלט ביי ארטאדאקסישע אידן
די קאנפעדערט פאן האט מיט ראסיזים גארנישט, נישט איעדער וואס איז שטאלץ מיט זיין מדינה ווערט א ראסיסט,
קאסטנער: איך בין נישט מסכים מיט דיר. די קאנפעדערעיט רעפובליק עקסזיסטירט מער נישט. אונז זענען אין די יוניאן. מילא, ווען א ווייסער גוי פון די סאוטה, באגייט אזא אקט, קענמען נאך מלמד זכות זיין, אז ער האט נאסטאלגיע צו די אמעריקע פון אמאל. מיט אלע איהרע נעגאטיווע אספעקטן. אבער א איד אין די נארטה-איסט וועלכער הילט זיך איין אין א קאנפעדערעיט פלעג האט דאס נאר איין פשט. ראסיזם. זיך רייצן מיט די שווארצע באפעלקערונג, וועם ס'טוט זייער שטארק ווי צו זעהן אט דעם פאן. ווייל ס'דערמאנט זיי פון ווען זיי זענען געווען שקלאפן. און די שטארקע דיסקרימינאציע אקעיגן זיי...!
Re: ראסיזם: טיף איינגעווארצלט ביי ארטאדאקסישע אידן
די קשיא איז בכלל נישט קיין קשיא. ראסיזם איז א שיטה אז געוויסע ראסן זענען חשובער פון אנדערע. דאס אז מיר האבן געליטן פון ראסיזם איז בכלל נישט קיין ראיה אז ראסיזם איז פאלש, עס קען נאך אלס זיין אז ראסיזם איז אמת און די נאכפאלגונגען וואס מיר האבן געליטן איז זיך אונז ערליך געקומען, אדער קען זיין אז מיר האלטן אז אנדערע ראסעס זענען נידריגער פון אונז, און זיי ברויכן פארגאזט ווערן אין קאלך אויוון.
די שיטה אקעגן ראסיזם, אז אלע ראסן זענען אייניג און קיינער איז נישט חשובער פון א צווייטן, איז אדער א פילאזיאפישער, דאס הייסט אז מען האלט אזוי מחמת ווייל צו אזא מסקנא איז מען צוגעקומען מסברא, אדער א פראקטישער, אז מען טוט אלס תקנות העולם אזוי פראמאוטען, נישט ווייל עס איז אמת נאר פשוט צו פארמיידן שנאה צווישן די פעלקער. אזוי צו אזוי פארלאנגט זיך אביסל מער געלערנטקייט עס צו פארשטיין, עפעס וואס עמך חסידים זענען נישט ראוי דאס משיג צו זיין ליידער.
ר' שמערל, אזעלכע חידושים נוראים האב איך שוין לאנג נישט געהערט.. דו קענסט אפשר לינקען צו אן ארטיקל וואס גיט אזא פלאזאפישע הסבר פארוואס נישט צו זיין ראסיסיטיש? אדער נאר מפני תקנת העולם? איך האב אלס געוואוסט אז די אנדערע ראסעס האבן א מוח, א הארץ, זיי קענען וויינען און לאכען, און אויך לערנען פונקט ווי אונז. איז ווער איז אויפגעקומען מיט די גאונישע הסברים??
שיין וועלן מיר אויסזעהן אז מיר וועלן מוסר נעמען פו די יעשיווע יוניווערסיטי אנטיסעמיטן. די חברה האבען פיינט א פארצייטישע ערליכע איד פיהל מער ווי דער גרעסטער אנהענגער פון רז''ל האט פיינט ר' אהרנן.
מאטיאיך וואלט געזאגט עפ"ר קומט דאס פון תמימות/איגנאראנץ געמישט מיטן געפיל פון אתה בחרתנו.
איגנאראנץ איז בלתי שום ספק דער יסוד פונעם ראסיזם צווישן אונז. די אלע וואס זענען דערקעגן דאס אינפארסירן אביסל לימודי חול אין מוסדות-התורה, האבן וואס זיך צו קלאפן די בייכער. ס'כאפט ממש א פחד.
די איראניע איבער דער "אתה-בחרתנו-ארגעזעם," איז איום ונורא. די חוצפה און געוואגטקייט פון אזאנע צו נעמען אין יעדן מעגליכן פאל ווי קרעדיט אויף איינשטיינ'ס קאפ און אויפטוען, צי די אלע אנדערע אידישע חכמים וואס כמובן האבן זיי נישט גראדואירט UTA, און זייער וועלט-אויסקוק איז נישט געבוירן געווארן אין ראטשעסטער ביים זוכן תפילין.
דער פראסטער המון האט אגב קיינמאל נישט פארגעסן וואס איז געווען דער שורש פורה ראש ולענה צו כמעט אלע אידישע צרות, ווארום זיי האבן קיינמאל בעפאר נישט געוואוסט. וויפיל פראצענט קען דען אפילו אפס קצהו פון דער אידישער היסטאריע?
פארוואס עפעס ״ווארשיינליך א טראמפ שטיצער״?
געוואלדיגפארוואס עפעס ״ווארשיינליך א טראמפ שטיצער״?
טאקע לאו דווקא א טראמפ-ממש שטיצער. קען פשוט זיין אז צוליב דעם וואס David Duke איז נישט געווען אויפ'ן פרעזידענטליכן טיקעט, האט ער געשטיצט טראמפ, ווי איידער קלינטאן. גענוג קלאר? וואס פונקטליך איז דיין קשיא? לכאורה איז ער א גאר שטארקער ליבעראלער וואס האט געוואלט זאגן מה-יקר אונטער א פאלאסטינער פאן, נאר אז ער האט נישט געטראפן, האט ער גענומען דעם קאנפעדערט. במקום שאין
ראסיזם איז אן אנגענומענע טעאריע ביי אונזער סאסייעטי. די תורה הק', גמרא א.א.וו. זענען פול מיט ראסיסטישע סטעיטמענטס, א שטייגער ווי מ'האמיר געלערנט די וואך - עם החמור, עם דומה לחמור. מיט די מהלך המחשבה ווערן מיר עדיוקעיטעט און ס'איז איינגעבאקן פון די יוגענט. די חילוק איז אבער אז די אלגעמיינע וועלטליכע ראסיזם קומט באגלייט מיט העצערייען און צומאל אויך געוואלטאטן, קעגן אנדערע געמיינדעס בעת די תורה'דיגע ראסיזם האט בלויז די ציל צו דערהייבן מעלות עם ישראל אז אונז זאל מיר זיך נישט אפלערנען שלעכטס פון די אומות ווייל מיר זענען דאך סאך העכער פון זיי
קינד_אן_קייט אבער יעצט נאכ׳ן טראמפ געווינס ווי ס׳האט זיך ארויסגעשטעלט אז
רוב מנין ובנין פונעם היימישן ציבור האט אים געשטיצט, איז כדאי צו עפענען און ממשיך צו זיין דעם שמועס פונדאסניי.
אמת אבער ס'אויך וויכטיג אויסצוקלארן אז נישט יעדער וואס האט געשטיצט טראמפ איז א ראסיסט. אז נישט באגייט מען די זעלבע טעות ווי ראסיסטן דהיינו Generalization
שמעון וואלף די חילוק איז אבער אז די אלגעמיינע וועלטליכע ראסיזם קומט באגלייט מיט העצערייען און צומאל אויך געוואלטאטן, קעגן אנדערע געמיינדעס בעת די תורה'דיגע ראסיזם האט בלויז די ציל צו דערהייבן מעלות עם ישראל אז אונז זאל מיר זיך נישט אפלערנען שלעכטס פון די אומות ווייל מיר זענען דאך סאך העכער פון זיי
נישט ממש, איבעראל הייבט זיך עס אן די זעלבע. העצערייען און געוואלדאטן איז נאר א תוצאה וואס איז אוממעגליך ס'זאל נישט נאכקומען אריינגערעכנט ביינונז אידן. מעגליך אביסל שטייטער ווייל ווי נישט ווי זעמיר א אפגעשוואכטע מיינאריטי אבער ס'שוין געווען גענוג העיט קריים'ס אפילו ביי היימישע אידן אזוי ווי שומרים למשל.
וואל דער רעה-ביי זאגט אזוי איז עס שוין א פאקט??
יואב, זיי נישט בייז, די ארעסטירטע פאר די לעצטע האקןקרייצן זענען פערצופאל געווען קלינטאן שטיצער וואס האבן געוואלט עס זאל אויסקוקן ווי אזעלעכע זאכן קומען פון טראמפ שטיצער, סא איך וואלט ענדערש געזאגט ווארשיינליך א אנטוישטער קלינטאן שטיצער...
אפדערעדט אז די קעפל פונעם אשכול האט א ערנסטע ראסיסטישע שמעק...
Re: ראסיזם: טיף איינגעווארצלט ביי ארטאדאקסישע אידן
קינד_אן_קייטאין א מוסר שמועס לעצטע וואך, האט ראביי
דזשערעמי ווידער, א ראש ישיבה אין ישיבה אוניווערזיטעט, שארף פארדאמט די נייגונג צו ראסיזם וואס הערשט ביי פרומע אידן. ?
דאס איז שוין זייער אן אלטע און איינגעווארצלטע פראבלעם, וואס ליידער זענען דא מענטשן וואס נעמען א געמיש פון גמרות מיט פאקטן און שמועסן פון גדולים אדער פון זייער רבי'ס וואס איז געזאגט געווארן אין א געוויסע צייט, און פון דעם מאכן זיי א רעליגיעזן פשעטל, און דערנאך איז שוין זייער שווער צי פירן א קאנסטרוקטיוו דיאלאג, ווייל ביז מינוטן ווערט מען אנגערופן א כופר און דערנאך ענדיגט זיך די שמועס.
לפי עניות דעתי זענען דא אסאך פאקטן וואס האבן זיך געטוישט אין עס איז נישט דא קיין פראבלעם וואס מען האט אמאל געטון, נאר היינט פארשטייט מען זאכן אנדערש סא זאל מען זיך ריקן ווייטער,
לאמיר ארויסלייגן אפאר זאכן וואס אסאך אידן האלטן וואאס סאיז אפן און גראב אן אמאליגע טראכט און ראסיזם הייטיגע צייטן,
איינס. אז סנישט קיין פראבלעם אז א גוי ווערט געהארגעט און מדארף נישט מיטפילן דערמיט, למשל 9/11 איז נאר א פראבלעם ווייל ביגלאייזן איז אויך געשטארבן, אבער ווען נישט ביגלאייזן???.
צווייטןס אז פרויען זענען טיפשים נערנים וכו' וואס איז נישט אמת, אמת זיי זענען אנדערש דאס מאכט נישט אז מען זאל זיי אויסניצן זיי האבן די זעלבע רעכטן.. סאיז דא נאך אבער איך זיי נישט אלע אויסרעכענען,
די עיקר פארוואס איך רעדט דערפון איז ווייל אויב מוועט זיך נישט אויסלערנען צי רעספעקטירן יעדעמס לעבן זענען מיר פונקט ווי דער אראבער דעם מעג מען הרגענען און עם מעג מען הרגענען ביז אידן וועלן זיך אויך אויפרייסן
טרויבן 88: איך בין מסכים מיט א סאך פון וואס דו זאגסט. אבער די מסקנא פון דיין מאמר מאכט מיך קוילערן פאר געלעכטער. ס'געפעלט מיר צו וועלכע אבסורדאלע מסקנות דו נעמסט דיין ארגומענט.
איך וויל דיך בארואיגן אז אידן וועלן זיך קיינמאל (לכה"פ אין די נעקסטע טויזנט יאר) נישט אויפרייסן. ביי די שטינקעדיגע אראבערס ארבעט עס בערך אזוי. דער אימאם דרשנ'ט אין די מאסק אז די מצוה פון דזשיהאד פונ'ם הייליגן נביא מוחמד פארלאנגט אז מ'זאלל גיין מיט מסירות נפש צו הרג'נען די כופרים. און דער וועלכער וועט דאס מקיים זיין איז א שאהיד. און ער איז מזומן לחיי העולם הבא. אין מוסלאמינישן גן עדן. און דארט וועללן איהם אפווארטן 72 בתולות. וואס ער וועט טון מיט זיי, איז מסתמא מאכן א מנין און זאגן פסוקים פון קוראן. דאס צורייצט דעם אפעטיט ביי די דום-קעפ. און קיין איינער פון זיי פרעגט נישט די פשוט'ע קשיא. אויב ס'איז אזא גרויסע מצווה זיך צו הרג'נען. און דער שכר איז אזוי גרויס. פארוואס זעהט מען נישט אז איינער פון די גרויסע און געלערנטע און חשוב'ע אימאם'ס און שעיקה'ס זאללן זיך אויך גיין הרגנ'ען...?!
משא"כ ביי אידן ארבעט עס אנדערש. אויב דער רב, משגיח אדער ראש ישיבה (כמידת הרב שלמה העלבראנץ שליט"א)זאלל איין טאג אויפשטיין און דרשנ'ען אז ס'איז א מצוה זיך צו גיין הרג'נען דורך אנטון א סואיסייד וועסטל, וועט דער עולם (גולם) איהם צוריקשרייען אינמיטן פון זיין דרשה אז די רבי איז מכובד צו גיין ערשט... 😂 🙄
Re: ראסיזם: טיף איינגעווארצלט ביי ארטאדאקסישע אידן
געוואלדיגאפדערעדט אז די קעפל פונעם אשכול האט א ערנסטע ראסיסטישע שמעק...
פארקערט דאס אז מען שמועסט עס אויס און מען וויל פארעכטן איז נאר ווייל מיר האלטן אז עס קומט נישט פון אונזער ראסע נאר פון די געוואוינהייט און געזעלשאפט
mevakeshגעוואלדיגאפדערעדט אז די קעפל פונעם אשכול האט א ערנסטע ראסיסטישע שמעק...
פארקערט דאס אז מען שמועסט עס אויס און מען וויל פארעכטן איז נאר ווייל מיר האלטן אז עס קומט נישט פון אונזער ראסע נאר פון די געוואוינהייט און געזעלשאפט
ווען א אשכול ווערט געעפנט ווייל א ראבאיי האט עפעס געזאגט ווייל א לינקער ליבעראלער כזית קאפעלע איד האט עפעס געטוהן און די קעפל איז ארטאדאקסישע אידן איז עס אין מיינע אויגן ראסיסטיש.
Re: ראסיזם: טיף איינגעווארצלט ביי ארטאדאקסישע אידן
דער ראביי מיט דער ספעציפישער מעשה איז קוים א משל און נישט דאס איז די נקודה
איך האב נישט געטראכט אז דאס איז בכלל א ספק
יעדער וואס דרייט זיך ביי אונז הערט און זעהט ראסיסטישע מיינונגען ווי מען גייט
אובמה איז אפיציעל דער שחור אין נארמאלע שמועסן אין ביהמ"ד
דער שמועס דא איז פון ווי דאס קומט און פארוואס עס איז אזוי
מבקש: אוקעי. יעצט וועללן מיר פראבירן פיהרן אדער אונטערהערן א היימישן שמועס אין פאליש פון אונזער ביהמ"ד. אדער אין מקוה...ראובן: דו האסט געהערט וואס דער אפריקאנער-אמעריקאנער געעהרטער (די זעלבע ווי יר"ה פון סאקמער) פרעזידענט האט דערקלערט איבער די חשוב'ע לגב"ט קהילה...?
שמעון: יא. דו מיינסט אוודאי ער האטציך אפגערעדט אז מ'דיסקרימינירט אקעיגן זיי, און מ'וויל זיי נישט אננעמען אין געוויסע פאזיציעס ווי צו זיין טיטשערס אין פאבליק סקול. נו, וואס האט ער געזאגט...?: ר': ער האט געזאגט אז ער וועט ארויסגעבן אן עקזעקיוטיוו ארדער אז א יעדער ארבייטסגעבער וועט מוזן אונטערשרייבן אז מ'גייט נישט מאכן קיין חילוק פון ס' פרעפרערנצן אדער אדער זשענדער איידענטיפיקעישן...! ר' פייביש: אן עלטערער איד מישט זיך אריין אין שמועס...וואס רעדט עטץ... וואספארא שפראך רעדט עטץ...? איך האב קיינמאל אין מיין לעבן נישט געהערט די ווערטער אדער אויסדרוקן...!
נאך א שמועס: דו האסט געהערט וואס די האסידיק דזשוס (אקעיגן זיי מעג מען נאכאלץ דיסקרימינירן און שפעטן פון זי אן קאנסעקווענצן.) האבן געטון צו אן אומשולדיגן אפריקאנער-אמעריקאנער געי יונגערמאן. ער איז זיך פרידנדיג געגאנגען שפאצירן אויפ'ן גאס אום 3:30 פארטאגס. און די האסידיק דזשוס זענען איהם באפאלן אן קיין שום פראוואקאציע און איהם בלינד געמאכט אויף איין אויג. אלעס ווייל ער איז אן אפריקאנער-אמעריקאנער און געי (ס'איז איהם אנגעשריבן אויפ'ן שטערן). זאללן זיי יעצט באצאלן דעם פרייז, די דזשוס...!
ביבערשמעון וואלף די חילוק איז אבער אז די אלגעמיינע וועלטליכע ראסיזם קומט באגלייט מיט העצערייען און צומאל אויך געוואלטאטן, קעגן אנדערע געמיינדעס בעת די תורה'דיגע ראסיזם האט בלויז די ציל צו דערהייבן מעלות עם ישראל אז אונז זאל מיר זיך נישט אפלערנען שלעכטס פון די אומות ווייל מיר זענען דאך סאך העכער פון זיי
נישט ממש, איבעראל הייבט זיך עס אן די זעלבע. העצערייען און געוואלדאטן איז נאר א תוצאה וואס איז אוממעגליך ס'זאל נישט נאכקומען אריינגערעכנט ביינונז אידן. מעגליך אביסל שטייטער ווייל ווי נישט ווי זעמיר א אפגעשוואכטע מיינאריטי אבער ס'שוין געווען גענוג העיט קריים'ס אפילו ביי היימישע אידן אזוי ווי שומרים למשל.
אינטרעסאנט עס קומט ביי אונז אזוי שפעט, שוין איבער דריי טויזנט יאר פון ראסיזם און אונז זענען נאכאלס נישט ביי די מדריגה אז א גוי זאל מורא האבן זיך צו דרייען אין א אידישע געגנט ווי א איד אין א גויאישע געגנט.
חוץ אפשר אויב ביזט א שווארצער וואס קוקט אויס פארדעכטיגט פרייטאג צונאכטס אויף טרופ ?
איך ווייס אז עס איז נישט דא אסאך אזעלכע מעשיות און איך ווייס נישט צו עס איז דירעקט ראסיזם אבער איך מיין אז מיטן זיך שטעלן מער אויף כבוד האדם באשר היא קען זיין אז עס וואלט פארמיטען געווארען
דיין נקודה פון מער הקפדה אויף כבוד האדם איז זייער ריכטיג און נישט נאר לגבי גוים און מיניאריטעטן נאך אויך און נאכמער לגבי אידן ווי למשל פון א צווייטע קהילה אדער קינדער בחורים וכדו׳.
Re: ראסיזם: טיף איינגעווארצלט ביי ארטאדאקסישע אידן
געוואלדיגדיין נקודה פון מער הקפדה אויף כבוד האדם איז זייער ריכטיג און נישט נאר לגבי גוים און מיניאריטעטן נאך אויך און נאכמער לגבי אידן ווי למשל פון א צווייטע קהילה אדער קינדער בחורים וכדו׳.
ריכטיג דער פראבלעם הייבט זיך נישט אהן ביי ראסיזם אבער עס קומט דארט ארויס אויף אן עקסטרעמע אופן
לגבי גוים איז עס אויף גאר אן עקסטרעמע אויפן און ספעציעל לגבי מינאריטעטן
Re: ראסיזם: טיף איינגעווארצלט ביי ארטאדאקסישע אידן
בכלל קומט נישט אריין דא צו ביי אונז איז שוין אהנגעקומען די תוצאות
מען קען אריינגיין אין א שמועס איבער פארוואס עס איז נאך נישט אהנגעקומען צו ביטערע תוצאות צו ווייל מיר זענען איידעלער אדער ווייל מיר האבן פאר די לעצטע צוויי טויזנט יאר נישט געהאט די מעגליכקייט
דאס מאכט נישט בעסער די ראסיזם כמו שהיא
אז מ'רעדט שוין: איך דערמאן מיך אז איינמאל אינדערפריה (א לאנגע צייט צוריק) ווען כ'האב געזאגט גוט מארגן פאר א גוי'אישן שכן וועם איך האב געקענט, האטציך אנגערופן א יונגל אויף מיין באס, און ר'האט געפרעגט בלשון בתמיה...דו זאגסט גוט מארגן פאר גויים אויך...?
דער יונגל קומט פון א משפחה וועלכע מאכן דעם רושם אין פאבליק אלס שטארקע קנאים, וואו ציוניזם איז נאך א סאך ערגער ווי נאציזם. קדושים וטהורים. דערווייל האבן זיי געהאט טעלעוויזשן אויך. ( איך האב דאס אויפגעכאפט, ווען דאס יונגל האט איבערגעשפיעלט א סצענע פון די טעלעוויזיע.) אבער זיי האבן אויפגעצויגן די קינדער מיט דעם גייסט אז גויים זענען נישט קיין מענטשן. און מ'דארף זיך נישט באציען צו זיי מענטשליך...!
Re: ראסיזם: טיף איינגעווארצלט ביי ארטאדאקסישע אידן
berlbalagulehטרויבן 88: איך בין מסכים מיט א סאך פון וואס דו זאגסט. אבער די מסקנא פון דיין מאמר מאכט מיך קוילערן פאר געלעכטער. ס'געפעלט מיר צו וועלכע אבסורדאלע מסקנות דו נעמסט דיין ארגומענטlol: 🙄
ראדיקאליזם וואקסט נישט איבערנאכט אונז האב מיר גענוג און נאך פסוקים ווער סזאל ארויפגיין אויף א ליסט וועם צי הרגענען, נאר וואס איז די חילוק אז אונזער קולטור איז נארמאלער און א מענטשליך לעבן איז רעספעקטירט אדער על כל פחות כמעט קיינער האלט נישט נישט אז מען דארף היינטיגע צייטן הרגענען gays וכדומה, אבער איין זאך זאל דיר קלאר זיין מיט די גרויס געלעכטער אויב געוויסע רבנים זאלן נאר ווילן פראדיצירן suiciders קען מען אויך, נישט לאנג צירוק איז געווען א מיזרחישטע רב וואס האט ארויסגעגעבן א ספר וויאזוי צי הרגענען גוים.. סא לאך מיר נישט אזוי.
און בכלל האב ארויסגעברענגט געוויסע פונקטן וואס איז מער פארשטענדליך
טרויבן88: אויב דו פיהלסט זיך געטראפן מיין אויסדרוק אז איך קוילער מיך פאר געלעכטער, בעט איך דיך איבער. דו מאכסט שטארקע נקודות. ספעציעל איבער דעם אזוי-גערופענעם רב פאר וועם ס'פעהלט דער פינפטער שולחן ערוך. וועלכער האט ארויסגעגעבן א ספר אונטער וועלכע אומשטענדן מ'מעג הרג'נען גויים. דאס איז דאך א שטיק טיפשות. ווייל דער מציאות איז דאך נישט דא היינט. אויך, האט מען איהם אנגעקלאגט אין די פאליציי. און דער ישי שליסל וועלכער האט דערשטאכן די שיקסע שירה באנקי, ביי דעם געי פרייד פערעיד אין ארץ ישראל. ער איז דאך א צורודערטער פארשוין. דער פחד איז דאך טאקע אז אויב א רב וועט ברוב טיפשותו ..."מברר"... זיין אז מ'מעג הרג'נען מעמבערס פון א געוויסע גרופ, וועט זיך טרעפן א צורודערטער פארשוין, וועלכער וועט מקיים פסק זיין...! מיט דעם אלעם ביניך מסכים. אבער אז ס'וועט זיין אידישע סואיסייד באמבערס, דאס האלט איך, וועט קיינמאל נישט געשעהן. פשוט. וועגן די אידישע מענטאליטי. כמו שאמרתי לעיל...!
דער געוועזענער רב הראשי און היינטיגער רב פון ירושלים, הרב שלמה עמר, האט די פארגאנגענע וואך געמאכט א סטעיטמענט אז די געיס זענען חייב מיתה. האטציך שוין געטון איבער דעם. מ'האט איהם אנגעקלאגט אין די פאליציי. דארט איז געווען א פראבלעם. ווייל א געי איז נישט חייב מיתה פאר זיין א געי. נאר ווען ס'איז דא עדות והתראה. און מ'גייט צו א בית דין. אויב ער וועט מודה זיין אז זיין בית דין האט נישט קיין כח צו הרג'נען א מענטש, וועט דאך זיין גאנצע פאזיציע זיין א חוזק. ממילא האט ער נאר געזאגט א האלבן סטעיטמענט. ער וואלט געדארפט צו זאגן, אז היינטיגע צייטן קען א בית דין פון רבנות (און אפילו פון די עדה החרדית) נישט ארויסגעבן א פסק פון חיוב מיתה בידי אדם...!
berlbalaguleh ביי די שטינקעדיגע אראבערס ארבעט עס בערך אזוי. דער אימאם דרשנ'ט אין די מאסק אז די מצוה פון דזשיהאד פונ'ם הייליגן נביא מוחמד פארלאנגט אז מ'זאלל גיין מיט מסירות נפש צו הרג'נען די כופרים. און דער וועלכער וועט דאס מקיים זיין איז א שאהיד. און ער איז מזומן לחיי העולם הבא. אין מוסלאמינישן גן עדן. און דארט וועללן איהם אפווארטן 72 בתולות. וואס ער וועט טון מיט זיי, איז מסתמא מאכן א מנין און זאגן פסוקים פון קוראן. דאס צורייצט דעם אפעטיט ביי די דום-קעפ. און קיין איינער פון זיי פרעגט נישט די פשוט'ע קשיא. אויב ס'איז אזא גרויסע מצווה זיך צו הרג'נען. און דער שכר איז אזוי גרויס. פארוואס זעהט מען נישט אז איינער פון די גרויסע און געלערנטע און חשוב'ע אימאם'ס און שעיקה'ס זאללן זיך אויך גיין הרגנ'ען...?!
וואס איז די קשיא? די אימאם'ס באקומען דאך פראצענטן פאר יעדן שאהיד וואס זיי שיקען ארויף
לענין עיקר האשכול אפאר הערות.
קודם דארף מען אויפמערקזאם מאכען אז דאס אז דער וואס האט געשטימט פאר טראמפ איז א רעיסיסט איז א שקר גס פין די לינקע לוזערס וואס שרייען אז טראמפ גופא איז א ראסיסט (נישט אמת) ולא עוד, נאר יעדער וואס האט פאר אים געשטימט איז א ראסיסט.
די לינקע זענען זייער נישט קלוג מיט דער פאלשע הנחה, ווייל דאס רוב וואס האט געשטימט פאר טראמפ, אויף וויפיל זיי ווייסען שוין אז די פרעסע איז מלא שקר ונגיעות, ווערט עס יעצט נאך שטערקער ביי זיי.
בכלל די אידען, פרייע און לינקע וואס האבען פיינט א פרומע איד מער ווי זיי האבען בלב פיינט די שווארצע, און שטעלען אהן כאילו טראמפ איז נישט גוט פאר ישראל, זענען סתם שקרנים, ווי מען זעהט שוין יעצט אז באלטאן האט אנגעווארענט דער שווארצע ראסיסטישע פרעזידענט, אבאמא, זאל נישט וועגען צו מאכען זיינע שטיק אין די או"ם קעגען ישראל, ווען היללארי וואלט נישט נאר נישט געווארענט, נאר אפילו מחזק געוועהן, להפיס דעתם של המוסלמים.
ממילא קען מען אפירנעמען אפאר מסקנות.
א. טראמפ איז נישט א ראסיסט.
ב. די וואס האבען געשטימט פאר טראמפ זענען נישט קיין ראסיסט.
ג. די ליבעראלען וואס האבען פארלוירען און פראבירען אנשמירען טראמפ ווי א שונא ישראל, זענען אזוי ווי די גוים העומדים עלינו בכל דור לכלותינו וואס האבען גלייקענט און געזאגט אז זיי זענען גאר דא אונז צו באשיצען.
ד. דאס אז ארטדאקסישע אידען זענען ראסיסטען איז גראדע אמת, אבער נישט כלפי שווארצע, נאר כלפי זיך אליין, לדוגמא, אברונים האבען פיינט זאלונים און בני יואל אויף א ראסיסטישע אופן, וכו' ביי אלע חסידים צווישען זיך, וכולם אקעגען די ליטאים, און די ליטאים צווישען זיך.
ולא עוד, משפחה ומשפחה, דער משוגעת אז מיט יענער משפחה איז מען זיך נישט משדך איז אויך א ראסיסטישע, און איך רעד שוין נישט ווען איינער איז א בעל תשובה צו ער האט אן אנדערע הברה.
ממילא צדקו דברי הרב, ראסע הערשט ביי אונז גאר שטארק, אבל לא מטעמיה, נישט ביי זיינע משלים.
שוין כמה פעמים ארויסגעברענגט געווארן דא אז טראמפ איז נישט קיין ראסיסט, אבער אפילו אז יא מיינט נישט אז איינער וואס וואוט פאר עם איז אויך א ראסיסט, נאר קען זיין אז ער פארקיקט אויף דעם וועגן אנדערע ריזענס,
איך וואלט געזאגט אז כמעט אלע יודען (חוץ פארשטייט זיך סאטמאר וכדו') וואס האבן געוואוט טראמפ האבן געקיקט אויפ'ן טובה פון מדינת ישראל, וואס נאך אכט יאר מיט די שווארצע האבן זיי געהאלטן אז עס מעג קומען בעסערע צייטן, און צווישן הילערי און טראמפ האלטן זיי איז דא מער טשענסעס אז טראמפ זאל זיין א בעסערע פרעזידענט,
רוב ארטאדאקסישע יודען האלטן אז מדינת ישראל איז א לעגיטימע זאך בפרט נאך די ביטערע חורבן, ווי מען האט אונז אריינגעפירט אין קאלך אויווען כצאן לטבח, און אונז ווילן נישט אז דאס זאל זיך איבערשפילן, און מדינת ישראל איז די איינציגסטע פלאץ ווי א יעדע יוד איז וועלקאם און איז אויפגעשטעלט געווארן כדי דאס זאל זיך נישט איבערשפילן נאר יעדע פאלק וואס וועט אויסרופן א גזירת שמד אויף כלל ישראל וועט זיך אנשטויסן אין א ביטערע געפעכט מצד מדינת ישראל, נאכאמאל וועלן מיר נישט אין גאז קאמער אריינגיין נאר מיר וועלן פייטן ביז'ן לעצטע מינוט,
ממילא פילן אסאך מענטשן א צורך זיך צורעכענען מיטן טובה פון מדינת ישראל פארן טובה פון ווי זיי וואוינען יעצט ווייל דארט איז זייער ערי מקלט.
Re: ראסיזם: טיף איינגעווארצלט ביי ארטאדאקסישע אידן
גיבורשוין כמה פעמים ארויסגעברענגט געווארן דא אז טראמפ איז נישט קיין ראסיסט, אבער אפילו אז יא מיינט נישט אז איינער וואס וואוט פאר עם איז אויך א ראסיסט, נאר קען זיין אז ער פארקיקט אויף דעם וועגן אנדערע ריזענס,
גערעכט א טראמפ שטיצער איז נישט אוטאמאטיש א ראסיסט
איך וואלט געזאגט אז כמעט אלע יודען (חוץ פארשטייט זיך סאטמאר וכדו') וואס האבן געוואוט טראמפ האבן געקיקט אויפ'ן טובה פון מדינת ישראל, וואס נאך אכט יאר מיט די שווארצע האבן זיי געהאלטן אז עס מעג קומען בעסערע צייטן
אבער צומאל יא
דער פראבלעם מיט טראמפ איז נישט אזוי ווייט אז ער איז א ראסיסט נאר אז ער איז געלאפן אויף א ראסיסטישע פלאטפארמע און אז ס׳איז אוממעגליך צו פארקוקן דעם פאקט אז יא, א גרויס חלק פון זיינע שטיצער זענען ראסיסטן.
ביז די טראמפ פענאמענאן, האט זיך א פובליק פיגור נישט דערוואגט צו זיין ראסיסטיש אין דער עפנטליכקייט און אוודאי האט קיינער נישט גע׳חלומ׳ט פון מאכן ראסיזם אן אויסגעשפראכענער חלק פון א קאמפיין אדער אגענדא. אצינד, קען זיך ראסיזם הייבן דעם קאפ. זיין לויפן און געווינען שטעלט פאר א פרעצעדענט און ערמעגליכט אז ער זאל קענען גרינגער נאכגעפאלגט ווערן דורך אן אמת׳ער ראסיסט, ס׳זאל נישט געמאלט זיין.
ס׳איז שאקירענד אז אחב״י זעהען נישט איין די געהויערע סכנה וואס שטעקט אין אזא פאראדיים טויש. מ׳שפירט זיך באקוועם צו זיין אין איין שיף מיט קליינקעפיג ״ווייט טרעש״ אמעריקא און מען פאטשט זיך דעם בייכל מיט די אומזעליגע. מ׳קלויבט אויס הנאה צו האבן פון טראמפ דער פערזאהן, טראמפ דער ביזנעסמאן און געווינער, און מען פארזעהט דעם גרעסערען בילד, דער חורבן וואס קען ארויסקומען צוליב זיין נצחון.
@קינד_אן_קייט.
גערעכט אז די רעכטע נאציס האבן זיך געהויבן די קעפ ביי די וואלן, אבער די מסקנות וואס דו ציהסט פון דעם האט נישט קיין זין.
1) פון די ארום 60 מיליאן מענטשען וואס האבן געשטימט פאר אים, וויפיל פראצענט וואלסטו געזאגט האבן געשטימט פאר אים אלץ אלט-רייט נאציזם ?, איך וואלט געזאגט אז 90 פראצענט האבן געשטימט אלץ געווענליכע רעפאבליקאנער וויילער, און רוב פון די איבעריגע זענען געווען די ווייסע ארבעטער אין די ראסט בעלט וואס האבן אים פאקטיש דעליווערט דעם זיג, און ס'קען זיין אז אפאר פראצענט זענען טאקע געווען אויסגעקראכענע נאציס.
2) זיין פלאטפארמע איז זיכער נישט געווען קיין נאציזם, זיינע קאנטראווערסיאל פאליסיס לגבי מעקסיקאנער אומלעגאלע אימיגראנטן זענען געווען געציהלט צו ברענגן די ארבעטסלאזע מענטשען צום טיש וואס האבן נישט קיין דזשאס צוליב זיי (אפגערעדט צו דאס איז 'טאקע' די מציאות, אדער צו דעמאלטס איז עס יא גערעכט, מ'רעדט פון די 'כונה'), און לגבי זיינע מוסלומענער סטעיטמענטס איז די ציהל געווען סעיפטי, נישט ווייניגער וויאזוי די איזראעלי וועכטער טריעטן די בורקעס.
3) די סיבה פארוואס היימישע אידן האבן געשטיצט טראמפ (אויב דאס איז טאקע די מציאות, איך גלייב אז ס'איז נישט קיין רוב), איז זייער קלאר, אדער איז ער א אינגער צוצאק וואס האט נאכנישט פארפעלט קיין איין שמועס פון יאסי געשטעטנער, אדער איז ער סיק ענד טייערד פון 'נאך' א וואשינגטאן פאליטישאן, און ער גלויבט אז טראמפ גייט מאכן אן ערדציטערניש אין וואשינגטאן. (אויב דיין פילטער לאזט דורך אייוועלט... קענסטו מער ווייניגער זעהן אז דאס איז די סיבה פארוואס די 'באזעסענע' אידן שטיצן טראמפ.
4) אויב דו ווילסט טאקע מאכן טאקע חקירות און דרישות, קען מען אנהייבן אריינקוקן אין די דעמאקראטישע פארטיי און כאפן א בליק ווי ריין זייערע פאליטיקאנטן זענען פון ראסיזם, געדענקסט ראבערט בוירד ? ווייסטו וואס הילערי האט געשריבן אויף אים ?, קענסט עליסאן דער וואס וויל לויפן פאר מינאריטי ליעדער ? דו ביזט באקאנט מיט זיינע קשרים ?
איז ראסיזם נאר אלט-רייט דעיוויד דיוק סטיל ? אדער איז נעישאן אף איסלאם אויך ראסיסטיש אין דיינע אויגן ?
אונטערשטע שורה, איך זעה נישט קיין שום פארבינדונג פון די חרידישע טראמפיס, ביז די 'אנגעבליכע' ראסיזם פראבלעם ביי אונזער עולם.
Re: ראסיזם: טיף איינגעווארצלט ביי ארטאדאקסישע אידן
@יעקב מענטש די האסט געמיסט די פאוינט פון @קינד_אן_קייט.
די נקודה איז אז טראמפ האט געעפנט ראסיזם אלס נאך א פלאטפארמע אויף וואס מען קען לויפן, פון היינט און ווייטער קען קומען אן עכטער ראסיסט צו לויפן פאר סיי וואספארא פאזיציע און עס וועט קיימים קימערן.
berlbalagulehאז מ'רעדט שוין: איך דערמאן מיך אז איינמאל אינדערפריה (א לאנגע צייט צוריק) ווען כ'האב געזאגט גוט מארגן פאר א גוי'אישן שכן וועם איך האב געקענט, האטציך אנגערופן א יונגל אויף מיין באס, און ר'האט געפרעגט בלשון בתמיה...דו זאגסט גוט מארגן פאר גויים אויך...?
דער יונגל קומט פון א משפחה וועלכע מאכן דעם רושם אין פאבליק אלס שטארקע קנאים, וואו ציוניזם איז נאך א סאך ערגער ווי נאציזם. קדושים וטהורים. דערווייל האבן זיי געהאט טעלעוויזשן אויך. ( איך האב דאס אויפגעכאפט, ווען דאס יונגל האט איבערגעשפיעלט א סצענע פון די טעלעוויזיע.) אבער זיי האבן אויפגעצויגן די קינדער מיט דעם גייסט אז גויים זענען נישט קיין מענטשן. און מ'דארף זיך נישט באציען צו זיי מענטשליך...!
הוי מקדים שלום לכל אדם (משנה אבות, ד, טו), ואפילו לנכרי בשוק (ברטנורא).
אז מען רעדט שוין וויל איך ארויסברענגען לשבח, איך בין געווען נעכטן ביי א חתונה אין א האל אין וויליאמסבורג, און דער גוי וואס ארבעט דארט האט גערוקט טישן ימין ושמאל און געדארפט רוקן א טיש אין א צווייטע צימער, א בחור׳ל וואס איז געשטאנען דערנעבן האט באמערקט אז עס איז איז אביסל שווער צו רוקן דעם טיש דורך א טיר וואס מאכט זיך כסדר צו האט ער שנעלצוגעלייגט א האנט זיכער מאכן אז די טיר בלייבט אפן און העלפן דעם גוי עס טראגן וואו ער האט געדארפט.
החוקר@יעקב מענטש די האסט געמיסט די פאוינט פון @קינד_אן_קייט.
די נקודה איז אז טראמפ האט געעפנט ראסיזם אלס נאך א פלאטפארמע אויף וואס מען קען לויפן, פון היינט און ווייטער קען קומען אן עכטער ראסיסט צו לויפן פאר סיי וואספארא פאזיציע און עס וועט קיימים קימערן.
כאפ א בליק אויף זיין ערשטע תגובה אין דעם אשכול, ער ברענגט עפעס א ראביי וואס רעדט זיך אפ אויף איינגעגעסענע ראסיזם ביים היימישן עולם, האב איך אנגעצייגט אז אידישע טראמפ שטיצע האט גארנישט מיט ראסיזם (נניח אז ס'עקזעסטירט)
אגב, איז דער ראביי ווידער עפעס א באקאנטער מוכיח בשער ? איינער פון וועם מ'הערט מוסר אויף אנדערע אישוס אויך ? אדער באווייזט ער זיך נאר ווען מ'קען שיטן קריטיק אויפן 'היימישן עולם'. נישט ווייל דאס מאכט אים יא אדער נישט גערעכט, נאר ס'לייגט זאכן אביסל אין פערספעקטיוו
יעקב מענטש...איז דער ראביי ווידער עפעס א באקאנטער מוכיח בשער ? איינער פון וועם מ'הערט מוסר אויף אנדערע אישוס אויך ? אדער באווייזט ער זיך נאר ווען מ'קען שיטן קריטיק אויפן 'היימישן עולם'. נישט ווייל דאס מאכט אים יא אדער נישט גערעכט, נאר ס'לייגט זאכן אביסל אין פערספעקטיוו
ער שיט נישט קיין קריטיק פון "זיך" (אומ-ארטאדאקס) צו "זיי" (ארטאדאקס), נאר פון זיך (אלס פראפעסאר פון די יוניווערסיטי ווי די אינצידעט האט פאסירט) צו אונז אלע (ארטאדאקסן; דעטס רייט, YU איז ארטאדאקס).
ומן הנכון ער זאל ווען שיסן זיינע דברי חכמה פון זיין קלאסרום דירעקט צו דעם חכם מיטן פלעג.
Re: ראסיזם: טיף איינגעווארצלט ביי ארטאדאקסישע אידן
דא קענט איר הערן די דרשה אויף טעלעגראם
קרעדיט: Z9
<a class="postlink" href="https://telegram.me/JewishMedia/7596">https://telegram.me/JewishMedia/7596</a>
טרויבן88דא קענט איר הערן די דרשה אויף טעלעגראם
קרעדיט: Z9
<a class="postlink" href="https://telegram.me/JewishMedia/7596">https://telegram.me/JewishMedia/7596</a>
ווי אויך אויף
סאונד-קלאוד (פאר ווער ס'האט נישט קיין טעלעגראם).
החוקר@יעקב מענטש די האסט געמיסט די פאוינט פון @קינד_אן_קייט.
די נקודה איז אז טראמפ האט געעפנט ראסיזם אלס נאך א פלאטפארמע אויף וואס מען קען לויפן, פון היינט און ווייטער קען קומען אן עכטער ראסיסט צו לויפן פאר סיי וואספארא פאזיציע און עס וועט קיימים קימערן.
שקר וכזב.
אבאמא איז געלאפען אויף ראסיזים, טראמפ איז אלעס גלייך.
ווען איינער שטימט פאר אבאמא ווייל ער איז שווארץ, צו פאר היללארי ווייל זי איז א פרוי איז ער א ראסיסט.