☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » פאעזיע » ווען עס וויינט א הארץ

ווען עס וויינט א הארץ

10 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11089

בר-כוכבא » מיטוואך נאוועמבער 16, 2016 5:28 pm

· #354766
ווען עס וויינט א הארץ
ווען עס וויינט א הארץ,
קענען טרערן נישט באנעמען;
שווייגן אויגן, שרייט די נשמה.
ווען תהום מיט טרויער ברימט,
הערט נאר דער,
וואס קיין אויער פארמאגט.


די פיס מאכטלאז זיך אראפלאזן,
איידער פארזינקען דער מענטש עס ווערט.
א פארשטיקט געבעט, אבער --
דעם טרערן-פלוס פארהאלט:


הער, אה גאט, וואס אלעס קען:
האסט מיר לעבן געשאנקען,
און דערצו אלץ דערלאנגט.
מיינע אויגן מיט טרערן פול,
הארץ יאמערט אין דער שטיל.
ווען א הארץ עס וויינט --
געוואלד שרייט די נשמה.
הער, אה גאט מיינס:
כ'בין עלנט אליין;
שטארק מיך,
פחד פון מיר פארטרייב.
די ווייטאג אזוי גרויס --
ווייטער ווי אנטלויפן כ'קען.
ברענג דעם סוף,
ווייל דער כוח מיינס,
פארלאזט מיך ער האט.


ווען א הארץ ס'וויינט,
די צייט אנטשטומט ווערט.
ס'לעבן ווי נישטיג און קליין,
פאר די אויגן שפילט זיך אויף.


אהין וואו כולו פרעמד,
פיס מיט עקשנות אנטשוויגן.
א קרעכץ -- מסתמא דער לעצטער,
דער תהום-ברעג צווינגט ארויס:


הער, אה גאט, וואס אלעס קען:
האסט מיר לעבן געשאנקען,
און דערצו אלץ דערלאנגט.
מיינע אויגן מיט טרערן פול,
הארץ יאמערט אין דער שטיל.
ווען א הארץ עס וויינט --
געוואלד שרייט די נשמה.
הער, אה גאט מיינס:
כ'בין עלנט אליין;
שטארק מיך,
פחד פון מיר פארטרייב.
די ווייטאג אזוי גרויס --
ווייטער ווי אנטלויפן כ'קען.
ברענג דעם סוף,
ווייל דער כוח מיינס,
פארלאזט מיך ער האט.


[איבערגעזעצט פון דא]

מפוזרי » מיטוואך נאוועמבער 16, 2016 6:15 pm

· #354781
Re: ווען עס וויינט א הארץ
אויסערגעווענליך!

שוייגן אויגן, שרייט די נשמה. אוי וויי געוואלד...

מפוזרי » מיטוואך נאוועמבער 16, 2016 6:20 pm

· #354783
Re: ווען עס וויינט א הארץ
"די ווייטאג אזוי גרויס -- ווייטער 'ווי' אנטלויפן כ'קען." ס'קומט מסתמא 'וואו', כאטש ס'האט אזוי אויך א פשט.

הוגה » מיטוואך נאוועמבער 16, 2016 6:26 pm

· #354786
דער ניגון רייסט ביים הארץ און שרייט פון די טיפעניש אינעם נשמה. קיינער לייגט עס נישט אזוי גוט אראפ ווי שרית חדד.

זבולון » מיטוואך נאוועמבער 16, 2016 7:36 pm

· #354801
Wow.
דאס איז מעכטיג powerful. דאס איז איינס פון מיין פעיווערייטס.

יעיד עלי יודע תעלומות, אז איך האב שוין לאנג געהאט אין מיין דרעפטס א פלאן דאס צו איבערטייטשן, ולא עלתה בידי. כ'זעה דו האסט געמאכט א געוואלדיגע ארבעט.

קל וחומר » מיטוואך נאוועמבער 16, 2016 8:18 pm

· #354804
Re: ווען עס וויינט א הארץ
מפוזרי
אויסערגעווענליך!

שוייגן אויגן, שרייט די נשמה. אוי וויי געוואלד...

ער האט לכאורה געמיינט אז די ווארט איז ד(ו)מה...
די ווארט איז דמעה.

נעגעל וואסער » מיטוואך נאוועמבער 16, 2016 8:24 pm

· #354805
הוגה
דער ניגון רייסט ביים הארץ און שרייט פון די טיפעניש אינעם נשמה. קיינער לייגט עס נישט אזוי גוט אראפ ווי שרית חדד.



קול באשה אלערט!
ציונישע פאן אלערט!..

דאכצעך אז די ניגון פלעג איך הערן נאך יעדע טעראר אטאקע אין א"י אויף די איזאעלישע ראדיא.


הערלכיכע ארבעט @בר-כוכבא.
נאר א שאד מ'קען נישט זינגן אידיש אויף די ספרד'ישע הבהרה...

קל וחומר » מיטוואך נאוועמבער 16, 2016 8:28 pm

· #354806
Re: ווען עס וויינט א הארץ
הוגה
דער ניגון רייסט ביים הארץ און שרייט פון די טיפעניש אינעם נשמה. קיינער לייגט עס נישט אזוי גוט אראפ ווי שרית חדד.

כ'גיי משוגע פאר די שטיקלעך מיט די פידלעך ביי בערך 4:00.

בר-כוכבא » מיטוואך נאוועמבער 16, 2016 10:40 pm

· #354816
Re: ווען עס וויינט א הארץ
קל וחומר
מפוזרי
אויסערגעווענליך!

שוייגן אויגן, שרייט די נשמה. אוי וויי געוואלד...

ער האט לכאורה געמיינט אז די ווארט איז ד(ו)מה...
די ווארט איז דמעה.


כ׳האב עס אזוי געשריבן ווייל ס׳איז שענער אזוי.
ביי איבערזעצונגען איז א סך מאל שווער צו בלייבן געטריי צום טעקסט.

פערינא » דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2016 6:27 am

· #354835
Re: ווען עס וויינט א הארץ
דודי קנאפלער, שלמה גערטנער, פליז זינגטס עס און אידיש פאר אונז.