☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » וואס וואלט איר געטון

וואס וואלט איר געטון

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11086

אייז קריעם » מאנטאג נאוועמבער 14, 2016 7:49 pm

· #354581
וואס וואלט איר געטון
אין לעבן מאכט זיך אמאל אז מען טרעפט זיך און א דילעמא, מען קען נישט פרעגן קיינעם ווייל עס פאסט נישט, אבער עס מאכט זיך גאנץ אפט, און עס איז אינטערעסאנט צו וויסן וואס אנדערע טיען און אזא פאל. אוין ענגליש רופט מען דאס awkward moment.

1. די בארעדסט איינעם, און נאך אפאר מיניט דרייסטו דיך ארום והנה דער מדובר האט געהערט ווארט ביי ווארט.

2. מען רעדט דיר א שידוך א קינד פון א נאנטער חבר, און יענער וויל נישט אדער די ווילסט נישט. זייט דעמאלטס ווען די טרעפט אים, און ער עקט פאני אדער צוריקגעצויגן. זאל מען עס לאזן גיין, אדער קאנפראנטן.

3. וואס טיט מען אז מען איז א גאסט ביי איינעם, מען גייט און בית הכסא און מען זעט אז עס איז אנגע'קטנ'ט.
אדער ס'פאסירט און א קליינעם אפיס אדער רעסטאראנט ווי עס איז נאר דא איין ביה"כ. ווען די קומסט ארויס זעהט מען דאך, און דער נעקסטע מענטש טראכט מן הסתם אז דאס איז דיין געטיעכטס.

4. די טוסט איינעם א טובה, אבער א צווייטער נעמט קרעדיט. די האסט חשק יענעם אויפצוקלערן ווי שווער די האסט געארבעט פאר דעם, אבער ס'מאכט נישט קיין סענס.

רויטע וואנצעס » מאנטאג נאוועמבער 14, 2016 11:18 pm

· #354601
אפענהארציגקייט איז די געשמאקסטע וועג ווי אזוי צו האנדלן מיט די זאכן. זאג יענעם וואס דו שפירסט, און די עבר בלייבט אין די עבר, בעת דיין אפענהארציגקייט, אמת'דיגקייט, און פריינטליכקייט ברענגט א פאזעטיווקייט פון יעצט און ווייטער.

שמעון וואלף » דינסטאג נאוועמבער 15, 2016 9:04 pm

· #354687
צו ענטפערן נומבער 3
טאמער איז עס נישט געפערליך פאר'חזר'ט וועל איך נעמען א טישא און עס אפווישן

וואלווי » מיטוואך נאוועמבער 16, 2016 4:58 am

· #354704
געזען געווארען אין בעסקיסע אין טובי'ס אין מאנסי:
📎 1109161459.jpg