ווער וועט (צייטווייליג) פארנעמען שש משזר'ס פלאץ...?
איך האב, ליינענדיג די אלע תגובות און שקלא וטריא'ס אין די סוגיא פון אנאנים'ס יא גיין אדער נישט גיין אויף אפרוה פון קאווע שטיבל געטראכט אז ס'דארף זיין א ממלא מקום. א שטעלפארטרעטער, וועלכער זאלל אריינברענגען א רוח החיים אין שטיבל. וועלכער זאלל אויפקומען מיט פראוואקאטיווע געדאנקען און א פערספעקטיוו פון וואס דער סתם עולם-גולם האט נישט געטראכט. וואס וועט גורם זיין א לעבעדיגע דיסקוסיע דא אין שטיבל. ווייל מיר זעהן אז די רש"י אין אנהייב פ' ויצא איז מקויים געווארן. איך וויל נישט ברענגען דעם פסוק רש"י ככתבו. ווייל דאס וועט ארויפברענגען א שמייכל אויף די ליפן פון א סאך מענטשן...!
איז מיר איינגעפאלן עטליכע קאנדידאטן וועלכע זאללן זיין ראוי איבער צונעמען זיין תפקיד. איך וועל זיי דא פארשלאגן. איך וויל הערן וואס דער עולם זאגט...!
והנה:...דולה ומשקה...!: דער געוואגטער יונגל...!: ...ווער ס'האט נאך קאנדידאטן זאלל ביטע ארויפלייגן. איך קען מיך יעצט אויף די מינוט נישט דערמאנען פון נאך אנדערע ניקס...!