☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אשכול אן א טיטל #11070

אשכול אן א טיטל #11070

55 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11070
בלאט: 1 2

געוואלדיג » מאנטאג נאוועמבער 14, 2016 8:35 am

· #354510
מיר וועלן בענקען צו זיינע לאנגע טיפזיניגע אשכולות דורכגעפלאכטן מיט פילע ידיעות בהרבה מכמני תבל.

בענדזשאמין פרענקלין » מאנטאג נאוועמבער 14, 2016 11:29 pm

· #354604
פארפאסט זיך געהעריג געזעגענן פון אנאנים. דער אמת איז מיר האבן זיך קיינמאל נישט געהעריג געטראפן.
טראכט איך צו מיר אז אפשר איז גוט אז שש נעמן שוין אביסל ערלויב, מיין באבע פלעגט זאגן אז צופיל זיסקייט איז אויך נישט גוט, איך זאג אז צופיל זיסקייט ווערט ביטער. פון דער אנדערע זייט דער שלום עליכם אשכול שלאפט אויך נישט עס טוט זיך דארט א געפילדער אפשר ווארט איינער דארט עס זאל ווערן שטיל אין בית מדרש אז ער זאל שוין קענען רעדן.

שמואל פרימו » דינסטאג נאוועמבער 15, 2016 8:48 pm

· #354681
שלום וברכה הרב אנאנים.

אין נאמען פון באשעפער און פון גאנץ כלל-ישראל, וויל איך אייך באגריסן פאר אייער אויפריכטיגער און קלוגער שריט. עס איז נישט קיין ספק אז א פערזענליכקייט פון אייער סארט, קען פיל שטייגן און בליען, אויב זאל ער טון די ריכטיגע שריט וואס ער דארף טון. וויל איך אייך הערצליך באגריסן און מיט א וואונטש אז איר זאלט פילן א טעם אין לעבן, א געשמאק אין לעבן, עולמך תראה בחייך, און צוקומען צום ריכטיגן תכלית.

באמת וויל איך נאך שרייבן א לענגערע תגובה, אבער לעצטנס בין איך שטארק פארנומען מיט פארשידענע כלליות'דיגע איינגעלעגנהייטן, אזוי אז די צייט איז נישט מיט מיר אלעמאל. אבער מיין האפענונג איז נאך צו שרייבן געהעריגע דברי פרידה, דברים כדברונות... מיר האבן דאך א באזונדערע קשר... לאמיר האפן אז איך וועל אנקומען דערצו.

זאל מיין וואונטש דערהערט ווערן, בכל אשר תפנה תשכיל, איר זאל געפירט ווערן פון הימל אויף די ריכטיגע וועגן, נישט פארשוועמט ווערן נאך די גאס וואס דראעט צו דערטרענקען אזא טייערע נשמה. שש-משזר, איר ווייסט מסתמא אז אויב וואלט איר געבוירן געווארן מיט הונדערט יאר צוריק און נישט געטראגן די נסיונות פון די היינטיגע גאס, וואלט איר געוויס געווען א גרויסער זאך אויף די וועלט, ווארשיינליך א באקאנטער נאמען, און איר ווייסט אז איר מוטשעט זיך מיט די היינטיגע גאס. "אחד היה אברהם" - איר זענט איינער אליין קעגן אזא היינטיגע גאס, וואס קוקט אויס בריטאל און מעכטיג, אבער עס איז א ספק צי איר ווייסט אז איר זענט גאר שטערקער פון די דאזיגע גאס און איר קענט דאס בייקומען. אויב קומט איר דאס געוויס דורך, זענט איר א ריז און א העלד.

איך ווייס נישט צי איך וועל נאך לענגער שרייבן, אבער איך וואונטש אייך אלעס גוט, לסולם העולה בחכמה וביראה, דרך בית אל.

הכ"ד דברי המכירך ולא ידעתיך
שמואל פרימו

berlbalaguleh » דינסטאג נאוועמבער 15, 2016 8:55 pm

· #354684
על סעניאר פרימו שליט"א: איך האב געליינט מיט גרויס שפאנונג אייערע ברכות און גוטע וואונטשן. איך האב שטארק מיטלייד מיט אייך. ווייל אייער פיין און יסורים שרייען ארויס פון א יעדע שורה. איך ווינטש אייך אז איהר זאללט מער נישט וויסן פון קיין צער. קאן מוטשא גוסטא אסטא סיענטע אי וועינטע אניאס קאן סאלוד...אמן...!

סקרן » מיטוואך דעצעמבער 14, 2016 4:09 pm

· #357060
אונז וועלן זיך מיזן נאכאמאהל געזעגענען מיט הרב שש אויף א חודש
Cant Wait to see you back
בלאט: 1 2