☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מייסטערווערק » אשכול אן א טיטל #11061

אשכול אן א טיטל #11061

56 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11061
בלאט: 1 2

— » דינסטאג נאוועמבער 8, 2016 11:13 am

· #353902

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

שמעלקא'לע » דינסטאג נאוועמבער 8, 2016 11:21 am

· #353909
געקומען צום שכל, און צום טאש...
👍 👍 👍

שמעלקא'לע » דינסטאג נאוועמבער 8, 2016 11:28 am

· #353912
[ציטאט אראפגענומען]

אדרבא ואדרבא הרב שש, אפשר דערציילסטו אונז אביסל איבער די השתלשלות פונעם אסיף, וויאזוי ס'גייט צו די קלויבן ארטיקלען, רעדאקטירן, גראפיקירן און דרוקן, אז מיר זאלן טאקע אביסל בעסער פארשטיין צו שעצן די שווערע ארבעט און צולייגן נאך אפאר גרייצער צום קעסע פונעם מוסדות?

כוכב » דינסטאג נאוועמבער 8, 2016 11:36 am

· #353916
אויסנאך רייכער תוכן, און הערליכע גראפיקס.

Bpjew » דינסטאג נאוועמבער 8, 2016 11:47 am

· #353923
גייט זיין ביי 49?

רויטע וואנצעס » דינסטאג נאוועמבער 8, 2016 11:51 am

· #353925
היינט איז ביי מיר "חג ה'אסיף"!


הערליך, משוגע, מורא'דיג, געוואלדיג, טאלאנט, גראפיקס, אויסלייג, היסטאריש, פיקאסא, אנאנים.

אאפס.. שיעור פארגעסן:

א ריזן יישר כח!

רויטע וואנצעס » דינסטאג נאוועמבער 8, 2016 11:57 am

· #353927
שש, אפילו וועסט שיסן איינעם אויף פיפטע עוועניו, וועל איך נאך אלץ בלייבן א חסיד פון דיר.

קל וחומר » דינסטאג נאוועמבער 8, 2016 11:58 am

· #353928
רויטע וואנצעס
שש, אפילו וועסט שיסן איינעם אויף פיפטע עוועניו, וועל איך נאך אלץ בלייבן א חסיד פון דיר.

סיידן אויב ער שיסט דיך...

פליקער » דינסטאג נאוועמבער 8, 2016 11:59 am

· #353929
רויטע וואנצעס
היינט איז ביי מיר "חג ה'אסיף"!


הערליך, משוגע, מורא'דיג, געוואלדיג, טאלאנט, גראפיקס, אויסלייג, היסטאריש, פיקאסא, אנאנים.

אאפס.. שיעור פארגעסן:

א ריזן יישר כח!

איך גיי נישט ארבייטן היינט, פארוואס נישט עלעקשן דעי פרעגט מיר איינער, ניין עס איז חג האסיף, ווד"פ, אה מסתם וואוסטו פאר טראמפ.

קל וחומר » דינסטאג נאוועמבער 8, 2016 12:08 pm

· #353936
אזא אויסגאבע איז נאך אין אידישע היסטאריע נישט געווען!

סיי מצד די מאס רייכע ארטיקלן.

סיי מצד די סאמע בעסטע שרייבער.

סיי מצד די אפענקייט צו כמעט אלע סארט תוכן (וואס אידישקייט דולט, כמובן).

סיי מצד די רייכע און ריינע גראפיקס.

סיי מצד די פאקט אז עס איז בחינם על אף די ביטער שווערע ארבעט פון די רעדאקטירער.

"דער אויסגאבע מאכט היסטאריע!"

בואו ונחזיק טובה למוציאי לאור את ההר הטוב והלבנון הזה ע"י השתתפות בממון יותר כפי יכלתנו כדי שנוכל לקבל עוד מן הטוב והמטיב הזאת.

שמעלקא'לע » דינסטאג נאוועמבער 8, 2016 12:42 pm

· #353942
און וואס איז מיט אפסטעיט?

ווייל אזוי » דינסטאג נאוועמבער 8, 2016 12:44 pm

· #353943
וואס טוט זיך מיט מאנסי?

ירח בן יומו » דינסטאג נאוועמבער 8, 2016 3:26 pm

· #353975
[ציטאט אראפגענומען]

איך מיין אז צימערמאן איז א גוטע אדרעס. ער וועט זיכער מסכים זיין צו פארשפרייטן זיין בילד און ווארט.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג נאוועמבער 8, 2016 5:12 pm

· #353987
מיט גרויס פרייד קען איך מעלדען אז מ'קען קויפען דער נייעם וועקער אויף עמעזאן.

די קאלירטע ווערזיע קען מען קויפען דא

דער שווארץ און ווייס ווערזיע קען מען קויפען דא

שמעקעדיג » דינסטאג נאוועמבער 8, 2016 5:39 pm

· #353994
Currently Unavailable

No price

הוגה » דינסטאג נאוועמבער 8, 2016 5:49 pm

· #353995
איך האב דערווייל נאכנישט געהאט א געלעגנהייט צו ליינען די ארטיקלן (אויסער מיינע צוויי) אבער איך בין שנעל אריבער די גאנצע חיבור און עס איז עפעס אויסערגווענטליך! די שלל פון נושאים וואס ווערן דא געדעקט מיט אזא ברייטקייט טרעפט מען נישט ערגעץ אנדערש. די אויסשטעל און גראפיקס איז הערליך שיין, פול מיט אויסנאם געניאלע איידיעס. עס דערקענט זיך אז עס ליגט דערין א געוואלד מיט ארבייט און פראפעסיאננאליזם. דער @פיקאסא איז אן ארטיסט איינס אין דער וועלט!

א גרויסע יישר כח פארן מנהל הפרויקט @אנאנים, עוסק לילות כימים למען הצלחת הוועקער בשלימות און פאר אלע מיטארבייטער.


.

מאטי » דינסטאג נאוועמבער 8, 2016 6:01 pm

· #353998
גם אני מצטרף לכל הנ"ל.. שש דו ביזט א חידוש אין די בריאה.

בד"וו דארפסט אפדעיטן דיין חתימה.

ונבנתה העיר » דינסטאג נאוועמבער 8, 2016 6:04 pm

· #353999
נאכנישט אנגעיאגט צו גארנישט. כ'וויל נאר געבן א פערזענליכען דאנק פאר @פיקאסא פאר די אויסערגעווענליכע ארבעט וואס ער האט געמאכט מיט מיין ארטיקל. תודה.

פיקאסא » דינסטאג נאוועמבער 8, 2016 7:01 pm

· #354002
כ'האב נישט די ווערטער אין מויל צו דאנקן יעדן איינעם פאר די געוואלדיגע הצחלה אין די פרישע אויסגאבע "אסיף" יו אר אלל אמעזינג!

ווי יעדער זעהט, האבן די לייבן פונעם שטיבל ארויסגעגעבן דבר בעט"ו מה טוב, און געשריבן גאר גאר אינטערסאנטער און הערליכע ארטיקלן פון אלע מינים. די שרייבערס זענען די רוקן ביין פון די גאנצע פראדזשעקט, און בשם כל הקהל הקודש בין איך זיי מכיר טובה פון טיפען הארצן!
עקסטער וויל איך באדאנקן פאר די חברים וואס האבן מיך פערזענליך ארויסגעהאלפן איש על מחנהו ואיש על דגלו ה"ה @ליטוואק פון בודאפעסט , @פליקער, @אנאנים, און @אנאנים

און וועגען @אנאנים קען איך אפילו נישט אנהייבן צו רעדן. (איך ווער פשוט אימאושענעל...) די מאס פון שעות וואס ער האט אריינגעלייגט אין דעם פראדזשעקט איז לא יאומן! (איך באקום קאשמארן...)
כ'וועל מיך פשוט אויסדרוקן מיט מיין שפראך - גרעפיקס.

ידידכם עוז
פיקאסא
📎 Der Veker thanks.jpg

פיקאסא » דינסטאג נאוועמבער 8, 2016 7:49 pm

· #354008
ליטוואק פון בודאפעסט
מיט גרויס פרייד קען איך מעלדען אז מ'קען קויפען דער נייעם וועקער אויף עמעזאן.

די קאלירטע ווערזיע קען מען קויפען דא

דער שווארץ און ווייס ווערזיע קען מען קויפען דא



יישר כח גדול!

יעצט געקויפט.

אביסל צימישט » דינסטאג נאוועמבער 8, 2016 7:55 pm

· #354009
פיקאסא
ליטוואק פון בודאפעסט
מיט גרויס פרייד קען איך מעלדען אז מ'קען קויפען דער נייעם וועקער אויף עמעזאן.

די קאלירטע ווערזיע קען מען קויפען דא

דער שווארץ און ווייס ווערזיע קען מען קויפען דא



יישר כח גדול!

יעצט געקויפט.


פארוואס ביי מיך איז נישט עוועלעבל?

פיקאסא » דינסטאג נאוועמבער 8, 2016 8:05 pm

· #354010
אביסל צומישט.. אפשר נאר אויף פריים.

ונבנתה העיר » דינסטאג נאוועמבער 8, 2016 8:12 pm

· #354011

פיקאסא » דינסטאג נאוועמבער 8, 2016 8:15 pm

· #354012
קןקט אויס איך האב פראטעקציע...
📎 Capture.PNG

בן אדם » דינסטאג נאוועמבער 8, 2016 8:35 pm

· #354013
מאטי
שש דו ביזט א חידוש אין די בריאה.

עוואלושען אין אפעקט...!

ס'איז מיך גראדע אויך איינגעפאלען בשעת'ן ליינען אז יהי רקיע בתוך המים איז די כוונה אויף אונזער שש'ן!

איים סארי @פיקאסא אבער אויף דיר האב איך דערווייל נישט געטראפן קיין רמז, אבער איך גלייב אז ס'דארף זיין דארט ערגעץ ציווישען דעם יהי מאורות מיט'ן עץ הדעת.

צום פינטל » מיטוואך נאוועמבער 9, 2016 3:10 am

· #354042
קודם כל א ריזן שכוח פאר אלע וואס אריין געלייגט איבערמידליכע כוחות השית ישלם לכם כפלי כפליים

איך בין נאך נישט אנגעקימען צו דורך קיקען די גאנצע אבער וואס טיט זיך מיט ראדזמינער פראצעס גייט עס ווייטער אן צו האט עס גענימען א ברעיק

נעגעל וואסער » מיטוואך נאוועמבער 9, 2016 3:11 am

· #354043
צום פינטל
קודם כל א ריזן שכוח פאר אלע וואס אריין געלייגט איבערמידליכע כוחות השית ישלם לכם כפלי כפליים

איך בין נאך נישט אנגעקימען צו דורך קיקען די גאנצע אבער וואס טיט זיך מיט ראדזמינער פראצעס גייט עס ווייטער אן צו האט עס גענימען א ברעיק


ליין ביז די סוף. כ'מיין ס'איז די לעצטע ארטיקל.

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך נאוועמבער 9, 2016 7:19 am

· #354055
אינטרעסאנט, אין ענגלאנד איז עס יא אוועילעבעל אויף עמעזאן דא, און אין אמעריקא נאך נישט.

פליקער » מיטוואך נאוועמבער 9, 2016 8:44 am

· #354059
איך האב דערווייל נאר איבערגעבליקט דעם גליון ה'אסיף שב'וועקער, ווי איך זיך פערזענלעך באדאנקען פאר אנאנים וואס האט אזויפיל משקיע געווען און גענימען מיינע ארטיקלעך און געמאכט דערפון א ארטיקל צים ליינען, א דאנק פאר פיקאסע פארן אראפ לייגן אזא הערליכע שטיקל ארבייט, און א ספעציעלע דאנק פאר אלע שרייבער וואס זענען טאקע די לייבען פונעם שטיבל און דעריבער בין איך כאטש דער זנב לאריות, און פאר די סיילענט מאדזשאריטי וואס זענען גאר אינטערעסירט און די סארט גליונות, און לאזן זיך נישט פון די אויבן אויף גאס און די געאוילטע מאשינען וואס קוקן אויף די ק''ש קהילה בייזלעך. מיין בקשה צי די אלע וואס האבן הנאה, אז זיי זאלן ארויסקומען דא עפענטלעך און ארויסווייזן זייער הנאה, כדי די אלע וואס זענען אזויפיל משקיע זאלן האבן א גיטע געפיעל אז זייער ארבייט איז אקצעפטירט און אז מען האט טאקע הנאה, און וועט ווי פארשטייט זיך אליין געבען חיזוק אויף ווייטער, ווייל אויב נישט קען די מערכה דא ווערט פארשטילט, אן קיין ארויסווייזן הנאה האט מען נישט די נויטיגע ענרגיע אנציגיין. א דאנק פאר טראמפ פארן ארויסווייזן פאר די מענטשהייט אז דער אינדיווידיאל האט האפענונג, צים גיהנום מיט די אסטעבלישמעט, און פאר קלינטאן וויל איך זאגן נאר דריי ווערטער ' א גיטן מועד'.

בן אדם » מיטוואך נאוועמבער 9, 2016 9:11 am

· #354061
פליקער, כ'האב יעצט די ערשטע מאל געלאכט זייט נעכטן נאכט. דו בוסט פאר די בוקס!!

Bpjew » מיטוואך נאוועמבער 9, 2016 2:04 pm

· #354116
בן אדם
פליקער, כ'האב יעצט די ערשטע מאל געלאכט זייט נעכטן נאכט. דו בוסט פאר די בוקס!!

פארוואס קען מען נישט קויפן אויף אמעזאן אין USA איך כהאב געוואלט קויפן היינט אין האבן פאר פרייטאג! [emoji22]

Sent from my Nexus 6P using Tapatalk

קאצקע ציקער » מיטוואך נאוועמבער 9, 2016 7:49 pm

· #354160
איך קים ארויס יעצט מיט א דאנק , איך האב נאכנישט געליינט צופיל, וויזוי קען מען ליינען אזוי סך אזוי שנעל? אבער דורכגעבליקט האב איך דאס גאנטצע. די ביילאגע איז אנבעליוועבעל, ס'גייט זיין צו ליינען און ליינען און ליינען . סדא פון אלע סארטן מינע ענינים wow הערליך הערליך.

שכוח פאר אלע מיטארבאטער וברושם הידיד הנאמן ועסקן לכל קאווע שטיבל הסופר הגדול אנאנים פארן טון אזא שווערע ארבעט.

קודם צו מוטשענען די לייבן צו שרייבן, און פארן אויפזיין לילות כימים צו מגיה זיין אלע ארטיקלען און זיי מלקט זיין אזוי שיין . און ווי אויך האב איך זייער הנאה פון די 'אינהאלט' וואס ער האט אזוי שיין געשריבן צו אנרייצן די ליינער. ווער רעדט פון זיין ארטיקלען ... הערליך איז נישט דאס ווארט. א שכוח.

ווי אויך וויל איך באדאנקן דעם באגאבטן גרעפיקער הרב "פיקאסא" אוי האט איר געמאכט א דזאב, הערליך.

ואחרון אחרון חביב אלע חשוב'ע שרייבער פאר זייער רייכע ארטיקלען

קלוגע יודל » דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2016 3:04 am

· #354194
[ציטאט אראפגענומען]

די האסט יעצט ארויסגענומען מיין גאנצע אפעטיט פון די 'אסיף'. [emoji22] [emoji24] [emoji27]

שמעקעדיג » דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2016 11:01 am

· #354214
איך בין עס אויך אדורכגעלאפן אויפ'ן סקרין, פטור בלא כלום אי אפשר, עס קוקט אויס אן אויסטערלישע הערליכע ארבעט מכל הצדדים בכמות ובאיכות, הן די תוכן פון די ארטיקלען, פון די שענסטע און די בעסטע, פליקער, הוגה, ראובן, ליטוואק, און שש אליינס, און אלע אנדערע, הן די אויסשטעל מיט די גראפיקס, און אלעס ארום, ממש צו באוואונדערן.

צום באדויערן איז מיר שווער געהעריג אדורכצולייענען אזא דיקע אויסגאבע אויפן סקרין, און איך ווארט בכליון עינים עס צו קויפן אויף עמעזאן - ווען וועט עס שוין זיין עוועילעבל?

Bpjew » דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2016 1:06 pm

· #354236
אזוי שטארק געוואלט ליינען שבת! זעט נישט אויס איך וועל נאך קענען.

אויב איינער אין בפ קען מיך פרינטען פליז לאז מיך וויסען

Bpjew » דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2016 1:06 pm

· #354237
-

שמעלקא'לע » דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2016 1:38 pm

· #354243
קלוגע יודל
[ציטאט אראפגענומען]

די האסט יעצט ארויסגענומען מיין גאנצע אפעטיט פון די 'אסיף'. [emoji22] [emoji24] [emoji27]

מיר זענען אלע שאקירט און איבערראשט, נישט ווייניגער סופרייז ווי די געווינ'ס פון טראמפ.
אבער מילא טראמפ'ס געווינ'ס, וועט נאך די פרעסע קענען אראפשלינגען. אבער אזאנ'ס???
מיר קענען דאס ממש נישט אראפשלינגען. גיוואאאאאאלד!!!
😠 😢 😮 😲

Chuchem » דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2016 10:59 pm

· #354289
שמעקעדיג


צום באדויערן איז מיר שווער געהעריג אדורכצולייענען אזא דיקע אויסגאבע אויפן סקרין, און איך ווארט בכליון עינים עס צו קויפן אויף עמעזאן - ווען וועט עס שוין זיין עוועילעבל?


מען קען עס קויפן אויף create space, אבער מען דארף אויפסעטן אן אקאונט ביי זיי.
שיפינג קען נעמען בערך צוויי וואכען.

לינק:
<a class="postlink" href="https://www.createspace.com/6703498">https://www.createspace.com/6703498</a>

לכאורה וואלט מען אויך געקענט פרובירען עס באשטעלען אויף Amazon.co.uk ווי דארט איז עס עוועליבעל.
(כ'וויס נישט וייסאך זיי גייען בעטן פאר שיפינג קיין ארה"ב, און ווי לאנג ס'וועט זיי נעמען צו שיקען)

קלוגע יודל » פרייטאג נאוועמבער 11, 2016 2:07 am

· #354301
Chuchem
שמעקעדיג


צום באדויערן איז מיר שווער געהעריג אדורכצולייענען אזא דיקע אויסגאבע אויפן סקרין, און איך ווארט בכליון עינים עס צו קויפן אויף עמעזאן - ווען וועט עס שוין זיין עוועילעבל?


לכאורה וואלט מען אויך געקענט פרובירען עס באשטעלען אויף Amazon.co.uk ווי דארט איז עס עוועליבעל.
(כ'וויס נישט וייסאך זיי גייען בעטן פאר שיפינג קיין ארה"ב, און ווי לאנג ס'וועט זיי נעמען צו שיקען)


זיי בעטן איבער $18 אינקלאדינג שיפפינג

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג נאוועמבער 11, 2016 4:08 am

· #354303
איך מוז זיך אנטשולדיגען, אבער איך האב נישט קיין אהנונג וואס גייט דא פאר. די אנדערע וועקער'ס האבען געהאט א פראבלעם אז דער בודק אויף createspace האט נישט באשטעטיגט דאס דרוקען, צוליעב טעכנישע פראבלעמען. מיר האבען המגדלים געלערנט פון אונזער גרייזען, און דאס מאל האט מען קיין גרייז נישט געמאכט. געווענדליך, נאכ'ן באשטעטיגען אז אלס איז אינדעראדנונג, זאגען זיי אז ס'דארף נעמען פון דריי ביז פינף טעג ביז ס'וועט זיין צו קויפען, אבער למעשה נעמט עס נאר געציילטע שעות,און צומאל נאר א האלבע שעה ביז ס'איז בנמצא צו קויפען. יעצט האט זיך דער שטן אריינגעכאפט און ס'גייט נישט. איך קען זיי נע ישו מאנען, ווייל למעשה האבען זיי געזאגט פון דריי ביז פינף טעג.

דאווענט'ס שטארק, און איך האף ס'וועט שוין זיין די ישועה ביז דעמאלס אבער טאמער נישט, מאכט'ס זיכער אינזין צו האבען ביים לעצטע סליחות מאנטאג ביי ה' ה' אז ס'זאל אויסגלייכען די שטרויכלונגען און מער זאלען זע'ען א ישועה שלמה.

גרויסע מענטשעלע » פרייטאג נאוועמבער 11, 2016 11:38 am

· #354318
[ציטאט אראפגענומען]


ווי אזוי פרינט מען עס ארויס 11 x17 סעטינגס ?

פליקער » פרייטאג נאוועמבער 11, 2016 2:51 pm

· #354333

אוי איז מיין אסיף שיין
איך האב עס מיר געלאזט פרינטען

שטאפענע קאפעליטש » מוצ"ש נאוועמבער 12, 2016 9:03 pm

· #354368
אויפ דעים בילד איז געזאגט געווארן ״איין בילד רעדט מער ווי טויזענט ווערטער"
📎 IMG_4550.JPG

קאצקע ציקער » מוצ"ש נאוועמבער 12, 2016 9:15 pm

· #354369
פליקער

אוי איז מיין אסיף שיין
איך האב עס מיר געלאזט פרינטען

אויף אזא פארמאט קימט עס אן אויף עמעזאן?

פליקער » מוצ"ש נאוועמבער 12, 2016 9:28 pm

· #354370
קאצקע ציקער
פליקער

אוי איז מיין אסיף שיין
איך האב עס מיר געלאזט פרינטען

אויף אזא פארמאט קימט עס אן אויף עמעזאן?

ניין, דאס האב איך זעלבסט געפרינט ביי א פרינטער און וויליאמסבורג, הרוצה בעילם שמו, חוץ אויב קען מען אויסארבייטן אויף א וועיג

קאצקע ציקער » מוצ"ש נאוועמבער 12, 2016 9:30 pm

· #354371
פליקער
קאצקע ציקער
פליקער

אוי איז מיין אסיף שיין
איך האב עס מיר געלאזט פרינטען

אויף אזא פארמאט קימט עס אן אויף עמעזאן?

ניין, דאס האב איך זעלבסט געפרינט ביי א פרינטער און וויליאמסבורג, הרוצה בעילם שמו, חוץ אויב קען מען אויסארבייטן אויף א וועיג

קיקט אויס הערליך. וויפל קאסט עס?

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג נאוועמבער 13, 2016 3:09 pm

· #354441
סוף סוף, האט דער חונן דלים אונז געהאלפען און געלאזט עמעזאן זאל פארקויפען דער וועקער אנליין.

דא קען מען קויפען דער שווארץ און ווייס ווערזיע.

דא קענט איהר קויפען דער קאלירטע.

טאמער איהר ווילט דא געבען א לייק, בעסער זיך איינהאלטען און שרייבען א רעוויו ביי עמעזאן.

ונבנתה העיר » דינסטאג נאוועמבער 15, 2016 6:28 pm

· #354667
יעצט אנגעקומען.

א איד » מיטוואך נאוועמבער 16, 2016 1:30 am

· #354700
ונבנתה מעגסט זיך שוין קויפן א נייער טישל

שמעקעדיג » מיטוואך נאוועמבער 16, 2016 10:42 am

· #354718
ליטוואק ווען שטעלסטו ארויס דיין ארטיקל פון די ספרד'ישע קהלה היסטאריע? עס איז מורא'דיג באלערנד.
בלאט: 1 2