אונזערע היימישע גראסעריס - סעמי גזלנים
82 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1106
אונזערע היימישע גראסעריס - סעמי גזלנים
א גראסערי געשעפט מעג בעטן פאר א באטל מילך 100 דאללער אויך, ווי לאנג ער לייגט ארויף א פרייז צעטל אויפ'ן מילך אדער אויף די פלאץ וואו דער מילך ליגט אז די מילך קאסט 100 דאלל. איך מוז עס נישט קויפן איך קען מיך שטעלן אויפ'ן קאפ! -- וואס דער גראסערי טאר אבער נישט טון איז שטעלן (בטעות האף איך) א פראדוקט העכער א פרייז צעטל וואס זאגט אן א אנדערן פרייז וואס דער קאמפיוטער גייט געבן ביים אויסטשעקן.
און זייט וויסן אז זייער אסאך גראסערי רעדזשיסטעס (וואו מ'האלט די געלט) זענען אנגעפילט מיט גניבה גזילה געלט פלעין ענד סימפל!
איך בין אקארשט געווען אין א געשעפט געזען דארט א קליינע מארבל טשיז קעיק פון די קאמפעני "גלאבאל דייעט" די פרייז צעטל אונטער דעם זאגט אן 3.99, איך מאך זיכער צי איך זעה גוט. יא, אויפ'ן צעטל שטייט גלאבאל דייעט קעיק 3.99. ------ אינדערהיים זעה איך אויפ'ן רעסיט שטייט 6.49... איך גיי צוריק און פרעג דעם גוי פשט, זאגט ער סא טעות, און קענטליך אויך צומישט טרעפט ער ענדליך א מייל אוועק א גאר קליינע סייז פון די זעלבע סארט קעיק'ס, און יענץ - זאגט ער מיר - איז 3.99, איי די פרייז צעטל איז געווען פונקט אונטער די קעיק וואס איך האב גענומען? און נישט נאר איין צעטל ס'געווען 2 רייעס פון די קעיקס און אונטער דעם 2 צעטליך. איז דאס א מיסטעיק?? (איך גלייב ליידער אז נישט!)
איך וואלט עס קלאר נישט גענומען אויב ווייס איך דעם ריכטיגן פרייז! און צוריקצובעטן די געלט האב איך זיך געשעמט. איז ער נישט א סעמי גזלן ??
--------
אפאר וואכן צוריק אין אן אנדערן גראסערי האט ער געהאט א קעננד סעלמאן פיש אונטער דעם א פרייז צעטל וואס איז מיר געפאלן. אויפ'ן צעטל שפעטער האב איך געזען אז לא מיניה ולא מקצתיה. קומענדיגע מאל האב איך גערעדט צום מענעדזשער און ער קומט זעהן דער פראדוקט אויפ'ן שעלוו און זאגט מיר: "סארי סיז פאר א קלענערע סייז פיש וועלכע קומט מער נישט אריין, און ער טוט מיר א טובה אז ער נעמט אראפ די צעטל (פון אונטער א פלעסטיק). רבוש"ע ? וויפיל מענטשן האבן דאס געקויפט בלויז פאר'ן ביליגן פרייז?? נישט יעדער קוקט אויפן רעסיט נאכדעם, אידאס נישט פלעין פשוט גניבה??? וואספארא טערעץ האסטו אויף דעים?? -- דער מענעדזשער איז באמת געווען סארי אבער וויאזוי זעהט ער אויס אזוי גלייכגילטיג, אקעי סא מיסטעיק נעקסט קעיס... האבן זיי א העטער דערויף??
------------
מיין לעצטע מעשה איז נישט געווען מיט מיר, און איך האב זייער הנאה געהאט. ס'געווען לעצטן פרייטיק אין א קלענערע פשוטע גראסערי. אינמיטן שאפן זעה איך ווי ס'ווערט א דין ודברים, עפעס אן עלטערע אמעריקאנער אידל מיט א דאזשיק אויפ'ן קאפ האט איינגעקויפט א ווייסע געשניטענע טוילעט פאפיר, דער סקענער זאגט 1.49 אדער 1.09 (נישט זיכער) און דער איד'ל זאגט פארן רעדזשיסטער מאן אז ס'שטייט 79 סענטס אוי'פן צעטל. דער רעדזשיסטער מאן זאגט אז ס'זיכער נישט פאר דעם ס'מוז זיין פאר עפעס אנדערש. איך בין צוגעגאנגען קוקן און איך זעה טאקע ווי ס'שטייט "CUT PAPER .79", איך קוק צי אפשר גייט עס ארויף אויף די אנדערע פאפיר וועלכע קומען ארומגענומען מיט א ברוינעם פאפיר, אבער ניין! יענץ האט אויך א פרייז - א באזונדערן צעטל - פון א דאללער. איז פון וואו אין ג-ט'ס וועלט איז דער צעטל פון 79 סענטס געקומען צופליען? און וואס זוכט עס אונטער די ווייסע טוילעט פאפיר?? -- דער איד'ל האט זיך גע'טענה'ט פאר נאך א 10 סעקונדן און ס'האט נישט געהאלפן, איך האב געזען ווי אויסגענארט דער אלטער שפירט זיך, מ'פילט ווי מ'קען שוין קיינעם נישט טראסטן.
דער אלטער אידל האט זיך געגעבן אזא איידלן רעג אויף, ער הייבט זיינע הענט אזוי אויף ארויף און זאגט "איים אוטע הער! איך גיי קויפן ערגעץ אנדערש!" (גוט!!)
איך האב געזען דא מיט מיינע אייגענע אויגן "וויאזוי איינער אנטלויפט פון א היימישן געשעפט"....
--
איך האב נאך א שווער הארץ אויפ'ן גראסערי וואס האט מיר איינגענארט מיט מיין נארישן טשיז קעיק (מיט ספלענדע UGH!)
וויפיל גניבה געלטער דרייען זיך אזוי ארום אין אונזערע היימישע גראסערי געשעפטן? און מיט וואס פארא העטער זענען זיי אזוי גלייכגילטיג דערצו?
מיין שאלה איז נאר פארואס האסטי אזוי ליב דע וארט ""סעמי"" ?
סקימט נושט דא אריין, דעס איז געהעריג גניבה גזילה
אפשר איז די קען טונא פיש געוען סעמאן האסטע געמאכט א גזירה שוה סעמי סעמאן?
.
ווייל למעשה טוט ער עס נישט בידים און מיט א כוונה. ס'קומט פון גלייכגיטיגקייט. און אפשר האט טאקע יא די סעמאן געהאט אן השפעה.... אבער דאס איז שוין געווען א שטיק צייט צוריק. -- אפשר זענען זיי טשיזי גזלנים?
איז עס א דבר שאין מתכוין אבער נאך אלס נישט סעמי
ביי א דבר שאינו מתכיון איז דאך די הלכה פטור. דאס אינישט גוט
דרך אגב, א גראסערי קען נישט בעטן 100 דאלאר פאר באטל מילך. פרייזן פון מילך זענען רעגולעטירט דורך די סטעיט אוו ניו יארק.
🙂 לאל...
(איך האב גערעדט פונעם תורה'דיגן ווינקל...)
ס'רייסט דער בריוו. יעדע ווארט אמת. 2 הגהות נאר, ער שרייבט אז די היינטיגע גראסעריס לייגן ניטאמאל א פרייז אויף די שעלוו. מיינע 2 רויבעראציעס איז פארגעקומען ביי א שעלוו וואו ס'יא געווען פרייזן, וויפיל העלפט עס...?? --- נאך עפעס, די גראסעריס וואס לייגן ארויס סקענערס עפ"ר איז עס צובראכן און ער קימערט זיך נישט עס צו פיקסן. און אפילו ווען ס'ארבעט יא נעמט עס א שעה ווילאנג ס'כאפט. קענסט אסאך מאל זעהן מענטשן דרייען אן אייטעם ביים סקענער ווי דעם הינדל ביים כפרות שלאגן.
מיין פרוי האט מיר שוין לאנג געזאגט אז זי האט באמערקט אז גראסעריס ווי רוב קונדן זענען פוד סטמעפס באנוצער, טרעפט זי נישט קיין פרייזן געלעיבעלט. פשוט ווייל ס'אינטערסירט נישט קיינעם. די פאר מענטשן וואס שלעפן ארויס גרינע דאלארן זענען א מיעוט.
יואלישמיין פרוי האט מיר שוין לאנג געזאגט אז זי האט באמערקט אז גראסעריס ווי רוב קונדן זענען פוד סטמעפס באנוצער, טרעפט זי נישט קיין פרייזן געלעיבעלט. פשוט ווייל ס'אינטערסירט נישט קיינעם. די פאר מענטשן וואס שלעפן ארויס גרינע דאלארן זענען א מיעוט.
ס'דא קליינע גראסעריס וואס די עיקר ביזנעס זייערע באשטייט פון טעלעפאנישע באשטעלונגען. און די פלעצער זוכן זיי בכלל נישט צו סערווירן דעם פיסגייענדן קונד, און דארט איז נישט פארהאן א ביזנעס סיבה צו האלטן די פרייזן געקלעבט אויף די שעלווס.
די איינציגע עצה צו דעם איז אז אויב מען כאפט א געשעפטסמאן וואס נארט אפ זיינע קונדען וועט מען נישט אנעמען זיינע קינדער אין חדר\סקול.
האלט דער עולם אז מען דארף ווען אויסרעכנען די גראסערי אויף די נעמען? אדער מען טאר נישט גיין אזוי ווייט ווייט? ווייל ביידע פראבלעמן סיי די פאלטשע פרייזן אין סיי דאס נישט לייגן פרייזן איז לכה''פ אן ערמה אין די היימישע גראסערי ב'גנבנ'ן אינז טאג טעגליך מיט זייערע פילע רעזשיסטערס,
עס קומט זיי טאקע קרעדיט פאר'ן לאזען אויפשרייבן, אבער פין די אנדערע זייט האבען זיי א 10 פאכיגע טובת הנאה דערפון וויל איך קען אייך גאראנטירן אז אויב דארף איך ביי יעדע מאל קויפן ארויסנעמן א דאללער פין טאש וואלט איך קיינמאל נישט געקויפט אזוי אפט (מיט ק''ק קען מען דאך נישט באצאלען נאר אויב איך קויף פאר $20 אדער מער,) איך גלייב אז דאס אויפשרייבן טריפעלט די סעילס פין די היימישע געשפעטן
קראנטעס קומט זיי טאקע קרעדיט פאר'ן לאזען אויפשרייבן, אבער פין די אנדערע זייט האבען זיי א 10 פאכיגע טובת הנאה דערפון וויל איך קען אייך גאראנטירן אז אויב דארף איך ביי יעדע מאל קויפן ארויסנעמן א דאללער פין טאש וואלט איך קיינמאל נישט געקויפט אזוי אפט (מיט ק''ק קען מען דאך נישט באצאלען נאר אויב איך קויף פאר $20 אדער מער,) איך גלייב אז דאס אויפשרייבן טריפעלט די סעילס פין די היימישע געשפעטן
די 10 פאכיגע טובת הנאה דארף מען האבן זייער א גוטע קאלקיאלעיטאר צוליב די אלע גראסעריס וואס לאזו אויפשרייבן האבן זייער א גרויסען בוך פון חובות, וואס לאזט נישט דעם געשעפט וואקסען ווי למשל ער קען נישט איינקויפן קוואנטיטי פאר א גוטע פרייז מיט COD ,ווייל עס ליגט ביי די קאסטומערס אין טאש, און דערנאך וועסטו פרעגן פארוואס אנדערע גראסעריס געבן בעסערע ספעשילס.
אין דערנאך קומט אן ארטיקל אין די אויסגאבעס פרעגענדיג מיט קראקאדיל טרערען פארוואס מען פארט אריבער די אנדערע זייט ברידזש איינצוקויפן !!!!!!!
ר' איד נאר דיין געלט איז טייער ????? וואס איז מיט מיין געלט ????????
איך פארשטיי אז נישט די האסט געשוויצט דערפאר אבער עס איז פינקט אזוי אידיש געלט איז דען מיין בלוט גרין?????????
zamelקראנטעס קומט זיי טאקע קרעדיט פאר'ן לאזען אויפשרייבן, אבער פין די אנדערע זייט האבען זיי א 10 פאכיגע טובת הנאה דערפון וויל איך קען אייך גאראנטירן אז אויב דארף איך ביי יעדע מאל קויפן ארויסנעמן א דאללער פין טאש וואלט איך קיינמאל נישט געקויפט אזוי אפט (מיט ק''ק קען מען דאך נישט באצאלען נאר אויב איך קויף פאר $20 אדער מער,) איך גלייב אז דאס אויפשרייבן טריפעלט די סעילס פין די היימישע געשפעטן
די 10 פאכיגע טובת הנאה דארף מען האבן זייער א גוטע קאלקיאלעיטאר צוליב די אלע גראסעריס וואס לאזו אויפשרייבן האבן זייער א גרויסען בוך פון חובות, וואס לאזט נישט דעם געשעפט וואקסען ווי למשל ער קען נישט איינקויפן קוואנטיטי פאר א גוטע פרייז מיט COD ,ווייל עס ליגט ביי די קאסטומערס אין טאש, און דערנאך וועסטו פרעגן פארוואס אנדערע גראסעריס געבן בעסערע ספעשילס.
דאן פארוואס שרייבן זיי נאך אויף?
ווייל זיי האבן נישט קיין ברירה. מען קען נישט "טוישן דעם סיסטעם".... (פריינדליך לאזט נישט 😈 )
אז אנדערע שרייבן אויף מוז יעדער זיך צושטעלן און גיבן די סערוויס.
והיינו טעמא דשכר לימוד, און היימישע סופלייערס סיי ביי עסן, סיי ביי קליידונג, און אנדערע זאכן.
כ'פארשטיי נישט דיע גאנצע קאך,
די באקומסט א פ.ס. קארטל, און דע גראסערי באקומט דאס געלט, נו, מעג נישט די גראסערי טוהן ככל העולה על רוחו, אתמהה.
זאג שקויעך און נעם וואס מ'געט דיר,
נישטאזוי ..??
אה, די גייסט אראפ צו די אפיסעס, ני גיט, אבער איך בין דער גראסערי מאן,
איך זאג דיר נישט וואס צו טוהן, און די זאג מיר נישט,
..אקעי נישט ממש,
אגב, אזוי אויך ביי אלע אנדערע אונזערע\זייערע\ענקערע פראגראמען, צ.ב.ש. ס.8. די לענדלארד שרויפט ארויף די פרייזן, ואין פוצה פה ומצפצף, דאס פארשטייסטו יא ..!?
וואוטשער'ס, באקומסטו קרעדיט פון די מוסדות, פאר קעמפ וכדו' ?,
מעדיקעיד - אינשורענס, דער זאגט איך נעם דאס יא, און דער זאגט צאל צו נאך,
ועוד ועוד.
..און מיין נישט, אלע מן הסתם בויען א בנין אזוי, אז זיי מעגן טוהן מיט דיין, יענעם'ס-באצאלטע-שטייער פראגראמען\אינקאם,
עס איז אזא מין גלגל,
דער (גראסערי מאן\לענדלארד\דאקטער'ס אפיס) באצאלט שטייער, די (זר זהב\...) און יענער נעם'ט עס ארויס, און דא ביינונז איז די שמועס אז דער גראסערי מאן נעמט עס צוריק אריין, וחוזר חלילה,
נישט פארדעם הייסט עס זוזים, שהם זזים מזה לזה ?!
אפשר א שטיקל לימוד זכות ??!
א שטיקל לימוד זכות איז עס, אבער דאן זאלן אזעלכע ווי מיר וואס צאלן מיט גרינס דעם גראסערי ביל, האבן אן עקסטערע פרייז....
דעיניש, סך הכול זאגסטו אז די גראסעריס זענן נישט די איינציגע גנבים, ביזט כשר גערעכט ביי אינז ערליכע יודען איז שווער צו טרעפן א כשר דאלער פריי פון חשש גזל.
פארוואס ארבייט די סקענער אין די בעק אייביג שוואכער ווי די אין די פראנט און נאכדעם איז ער א גוטער קום אהער כ'על די עס סווייפן און איך דארף זיין קהל'ס נער צוריקצולייגן ווייל כ'האב געמיינט ס' ביליגער, און מיין נישט אז ער לייגט עס פאר דיין באקוועמליכקייט ליגאל דארף מען לייגן פרייזן עטליכע סטארס אין וויליאמסבורג האבן גאנץ לעצטענס באקומען טיקעטס פאר נישט האבן פרייזן אפילו נישט גראסעריס, אז דו ווילסט ער זאל זיך פיהרן ליגאל פארלאנג עס פון איהם (נאר אויב דו ווילסט ער זאל זיך פיהרן ליגאל (אלך ואמסור איז שוין אסור)
איך אויךדעיניש, סך הכול זאגסטו אז די גראסעריס זענן נישט די איינציגע גנבים, ביזט כשר גערעכט ביי אינז ערליכע יודען איז שווער צו טרעפן א כשר דאלער פריי פון חשש גזל.
גנבנ'ן מילא וואס איז דיינע ביזנעס אבער אויף מיין חשבון?
איך אויך ביזט כשר גערעכט ביי אינז ערליכע יודען איז שווער צו טרעפן א כשר דאלער פריי פון חשש גזל.
דערמאנסט מיך, איך האב געזעין א קליף פון בערני מעדיף ווי ער רעדט אז די אלע וואס זענען נישט געווארען אויפגעצויגען אויף אזא היי לעויל וי אים למשל זאגט ער דארט די חסידים (ווי באקאנט האט ער ב"ה נישט געוואלט נענען געלט פון די חסידים) זענען אזלכע גנבים..... א גאנצע דרשה ווי גרויסע גנבים די חסידים זענען, היינט וויסען אינז אלע ווער איז די גרויסע גנב, סך הכול יעדער גנבט נאר די חילוק איז אז ביי אונז רעדט מען פון קליינע געלטער און ביי זיי איז עס שווערע מיליאנען.... איך האב נישט קיין טענות צו זיי זיי זענען בסך הכול מענטשען וואס האבען א יצר הרע פונקט ווי אונז....
לעמיל געדענקסט אפשר נאוואמינסקר רבי'ס סלאגאן גלאט כשר-גלאט יושר?
נס קאוועגנב'נען מילא וואס איז דיינע ביזנעס, אבער אויף מיין חשבון?
איך וויל דיר נישט אפיר נעמען, אבער איז טאקע אלעס כשר וישר? אלע דיינע געלטער? ארבעטסטו פאר א בעה"ב אדער ביסטו אליין אין ביזנעס? פאלסטו נישט אמאל אריין אין קאווע שטיבל אינמיטן ארבעטן? איז אלעס אויסגעהאלטן?
די גמרא זאגט דאך שוין, רובם בגזל וכולם באבק גזל.
איך אויךלעמיל געדענקסט אפשר נאוואמינסקר רבי'ס סלאגאן גלאט כשר-גלאט יושר?
איך פארשטיי נישט, זיי דיך מסביר ביטע
געווען איז דאס אין די תקופה וואס די פ.ב.איי. האט זיך גענומען איבער אונזערע ביינער האט נאוואמינסקער רבי שליט"א אויסגעשריגן מיט פאטוס ביי א אגודה קונווענטשן אז פונקט אזוי ווי אונז זענן מקפיד אויף גלאט כשר דארף מען מקפיד זיין אויף גלאט יושר, אויף ענגליש גראמט עס בעסער glatt kosher-glatt yosher.
איך ברענג עס דערויף אויף וואס דו שרייבסט אז אנדערע זענן אויך גנבים, דאס איז כלל נישט קיין לעגעטיגמע עקסקיוז און מיר מוזן האנדלן ערליך אפגעזעהן וואס א פרייער איד אדער גוי טוהט.
זר, דערהערסט די ווייטאג,
טא פ"וו פארשטייסטו אז קהילות קדושות מב"י בויען זיך אקוראט אזוי, און מען האדעוועט זיך אויף, אויף געלט און נכסים וואס איז געקומען צו זיי, קבל עם ומלואו, והכל מודים ואומרים דוקא באופן ובבחי' כל דאלים גבר, וואס אפי' ביי א בי"ד כשר האבן זיי נאך נישט געהאט אפי' איין זיצונג ביחד ..?!
וכל העם אומר קדוש קדוש ...
אז מ'שלאפט מיט קעץ שטייט מען אויף צו...
שמעקעדיגווייל זיי האבן נישט קיין ברירה. מען קען נישט "טוישן דעם סיסטעם".... (פריינדליך לאזט נישט 😈 )
אז אנדערע שרייבן אויף מוז יעדער זיך צושטעלן און גיבן די סערוויס.
והיינו טעמא דשכר לימוד, און היימישע סופלייערס סיי ביי עסן, סיי ביי קליידונג, און אנדערע זאכן.
דערפאר ווייל זיי דארפן די געלט צו באצאלן זייערע סופלייערס. און זיי ווילן דאך אז מיר זאלן אויפשרייבן האבו רוב גראסעריס א זמן איינער 2 וואכן און איינער 30 טאג וואס אויב איז דער באלאנס העכער קען מען מער נישט אויפשרייבן
דעינעשכ'פארשטיי נישט דיע גאנצע קאך,
די באקומסט א פ.ס. קארטל, און דע גראסערי באקומט דאס געלט, נו, מעג נישט די גראסערי טוהן ככל העולה על רוחו, אתמהה.
זאג שקויעך און נעם וואס מ'געט דיר,
נישטאזוי ..??
אה, די גייסט אראפ צו די אפיסעס, ני גיט, אבער איך בין דער גראסערי מאן,
איך זאג דיר נישט וואס צו טוהן, און די זאג מיר נישט,
..אקעי נישט ממש,
אגב, אזוי אויך ביי אלע אנדערע אונזערע\זייערע\ענקערע פראגראמען, צ.ב.ש. ס.8. די לענדלארד שרויפט ארויף די פרייזן, ואין פוצה פה ומצפצף, דאס פארשטייסטו יא ..!?
וואוטשער'ס, באקומסטו קרעדיט פון די מוסדות, פאר קעמפ וכדו' ?,
מעדיקעיד - אינשורענס, דער זאגט איך נעם דאס יא, און דער זאגט צאל צו נאך,
ועוד ועוד.
..און מיין נישט, אלע מן הסתם בויען א בנין אזוי, אז זיי מעגן טוהן מיט דיין, יענעם'ס-באצאלטע-שטייער פראגראמען\אינקאם,
עס איז אזא מין גלגל,
דער (גראסערי מאן\לענדלארד\דאקטער'ס אפיס) באצאלט שטייער, די (זר זהב\...) און יענער נעם'ט עס ארויס, און דא ביינונז איז די שמועס אז דער גראסערי מאן נעמט עס צוריק אריין, וחוזר חלילה,
נישט פארדעם הייסט עס זוזים, שהם זזים מזה לזה ?!
אפשר א שטיקל לימוד זכות ??!
אינגאנצן נישט קיין לימוד זכות !!!!!!!!
איך דארף מיין אינקאם האלטן נידעריג כדי דער געשעפטס מאן זאל מיך באראבעווען......................... עס ליגט אסאך טיפערס אין די 2 שורות נאר נישט אלעס קען מען שרייבן וד"ל
געהערט אמאל אז אויב קופסטו אן אייטעם אין א גרויסע טשעין געשעפט און ביים רעסדזשיסטער ווערסטו געוואר אז די פרייז איז מער וויפיל עס שטייט ביים פאליציע, זענען זיי פארפליכטעט אייך צו געבן די פרייז וואס זיי האבן געלייגט ביים אייטעם,
זר זהבווייל למעשה טוט ער עס נישט בידים און מיט א כוונה. ס'קומט פון גלייכגיטיגקייט. און אפשר האט טאקע יא די סעמאן געהאט אן השפעה.... אבער דאס איז שוין געווען א שטיק צייט צוריק. -- אפשר זענען זיי טשיזי גזלנים?
I think that the fruit stores are much worse. Because they will give the price only for. The cheap not so nice quality but the nice quality which naturally you want to bye there is no price what so ever & you me like dummys take that stuff & then the store keeper makes on us "al ha-mee-loo
דא האט מיר די גראסערי בא'גנב'עט מיט צען בעיבי ווייפס...
📎 p_00017.jpg
ער זאגט דאך דיר קלאר....
שמעקעדיגנס קאוועגנב'נען מילא וואס איז דיינע ביזנעס, אבער אויף מיין חשבון?
איך וויל דיר נישט אפיר נעמען, אבער איז טאקע אלעס כשר וישר? אלע דיינע געלטער? ארבעטסטו פאר א בעה"ב אדער ביסטו אליין אין ביזנעס? פאלסטו נישט אמאל אריין אין קאווע שטיבל אינמיטן ארבעטן? איז אלעס אויסגעהאלטן?
די גמרא זאגט דאך שוין, רובם בגזל וכולם באבק גזל.
וואס איך גנב'ע איז שווישן מיר אינם אייבערשטן וואס איך טוה אין די ארבייט קען מיין בעלבאס האבן טענות אבער וואס ער באגייט קעגן מיר בין איך דער וואס דארף הייבן א וויי געשריי דאס זעלבע וואס מיין בעלבאס דארף טוהן ווען איך באגיי א עוולה קעגו איהם
גנב'ענען איז אלץ אן עבירה בין אדם לחבירו. נישטא אזא זאך איך גנב'ע "צווישן מיר און דעם אויבערשטן"....
משולם שטיינפעלדער זאגט דאך דיר קלאר....
גערעכט, דאסאיז טאקע נישט גניבה עס ווערט אנגערופן גזילה....
נפתלידא האט מיר די גראסערי בא'גנב'עט מיט צען בעיבי ווייפס...
אויב דאס קען בכלל אנגערופן ווערן בעיבי ווייפס...
א טיפיקעל אידישע SALE!
לעצטע וואך זעט מיין אידענע א געוויסע אייז-קרעים וואס איז אויף סעיל. כמעט האלב פון די געווענליכע פרייז. קויפט זי אים. ווי א פרוי טוט. זיץ איך שבת און ליין. פארלעק איך אן אייסעס לכבוד שבת. באטראכט איך דעם באקס. זע איך אן עקספערעישען דעיט פון א חודש צוריק.
נישט געפערליך. מסתמא. אבער זאג כאטש דערוועגן! לאז וויסן!
כלל זה נקוט בידך! אונטער יעדע סעיל - ספעציעל אין עסן געשעפטן - שטעקט עפעס דערונטער.
אמאל איז עס צוליב א עקספערעישאן דעיט, און אמאל צוליב א אנדערע סיבה, אבער קיינמאל איז עס נישט צוליב די גוטהארציגקייט פונעם גראסערי מאן.
שמואל, ס'דא אמאל וואס די קאמפעני געט ביליגער פאר אלע גראסעריס, צי ווייל ס'איז א סיזענעל מאכל אדער ווייל ער וויל ס'זאל ווערן מער פאפולער.דעמאלטס וועלן אלע גראסעריס געבן דעם זעלבן סעיל.
שמואל הלויכלל זה נקוט בידך! אונטער יעדע סעיל - ספעציעל אין עסן געשעפטן - שטעקט עפעס דערונטער.
אמאל איז עס צוליב א עקספערעישאן דעיט, און אמאל צוליב א אנדערע סיבה, אבער קיינמאל איז עס נישט צוליב די גוטהארציגקייט פונעם גראסערי מאן.
קלאר צוליב די גוט הארציקייט צו געלט.... אין נישט סתם אזוי געלט נאר דווקא צו מיין געלט... אז ער זעיט איך קוק נישט אויף דעם פרודוקט וועט ער זיכער מאכן אז די אידענעס זעען א סעיל (פארשטייט זיך נאר נאכדעם וואס חוץ סעיל איז דא נאך איין אפציע עס מנדב זיין פאר א מוסד) 😳
שמואל הלויכלל זה נקוט בידך! אונטער יעדע סעיל - ספעציעל אין עסן געשעפטן - שטעקט עפעס דערונטער.
אמאל איז עס צוליב א עקספערעישאן דעיט, און אמאל צוליב א אנדערע סיבה, אבער קיינמאל איז עס נישט צוליב די גוטהארציגקייט פונעם גראסערי מאן.
דאס איז עקסטרעם און איבערגעטריבן צו זאגן.
די קאמפאניס קענען אמאל פשוט מחליט זיין אז זיי ווילן שטופן אסאך סחורה, צי ווייל זיי האבן געמאכט א גרויסן שיפמענט צי ווייל זיי זענען סטאק דערמיט, און דעריבער געבן זיי עס פאר ביליג פארן גראסערי וועלכע געט עס ביליג פאר די קאסטומער. אזוי איז עס א געווינס פאר ביידע.
נאר יא, עס איז אויך דא ווען עס ליגן אנדערע סיבות הינטער די סעילס.
אין יעדן כלל איז דא א יוצא מן הכלל, אבער אין דורכשניט איז די אלע סעילס אין די גראסעריס מער ווייניגער אזעלכע סארט סעילס.
שרגאלעצטע וואך זעט מיין אידענע א געוויסע אייז-קרעים וואס איז אויף סעיל. כמעט האלב פון די געווענליכע פרייז. קויפט זי אים. ווי א פרוי טוט. זיץ איך שבת און ליין. פארלעק איך אן אייסעס לכבוד שבת. באטראכט איך דעם באקס. זע איך אן עקספערעישען דעיט פון א חודש צוריק.
נישט געפערליך. מסתמא. אבער זאג כאטש דערוועגן! לאז וויסן!
ביסט א מחלל שבת ח"ו? ביטע זיי מסביר די ווערטער.
איך אויךביסט א מחלל שבת ח"ו? ביטע זיי מסביר די ווערטער.
מ'דארף לייגען נקודות דא? אנשטאט ליינען מיט א חולם לייען איבער מיט א מלופין.
גערעכט, מיי מיסטעיק.
וואס גייט דא פאר מיט חילול שבת, איך כאפ נישט?!?!
איך אויךשרגאלעצטע וואך זעט מיין אידענע א געוויסע אייז-קרעים וואס איז אויף סעיל. כמעט האלב פון די געווענליכע פרייז. קויפט זי אים. ווי א פרוי טוט. זיץ איך שבת און ליין. פארלעק איך אן אייסעס לכבוד שבת. באטראכט איך דעם באקס. זע איך אן עקספערעישען דעיט פון א חודש צוריק.
נישט געפערליך. מסתמא. אבער זאג כאטש דערוועגן! לאז וויסן!
ביסט א מחלל שבת ח"ו? ביטע זיי מסביר די ווערטער.
אזוי ווי געפילטע פיש זאגט.
לייען איבער די פארבעסערטע ווערסיע: "זיץ איך שבת אויפ'ן קאוטש און לערן אין א ספר." (יעצט הייב נישט אן פרעגן, היתכן, לערנען אויפ'ן קאוטש?...)