☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » נעמט א חלק אין די גרעסטע מדריגה פון צדקה

נעמט א חלק אין די גרעסטע מדריגה פון צדקה

2 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11051

Easy Shopping » דאנערשטאג נאוועמבער 3, 2016 1:17 pm

· #353501
נעמט א חלק אין די גרעסטע מדריגה פון צדקה
ברוך השם וואס איך האב שוין די זכיה איבער צעהן יאהר ארויס צו העלפן יודען מיט שאפען ארבייט. ווי אויך איז גערינדערט געווארען א וועב זייט ווי יעדע וואס זיכט אן ארבייטער קען אדווערטייזען אומזינסט <a class="postlink" href="http://www.ezshop845.com/jobs.html">http://www.ezshop845.com/jobs.html</a>
אבער עס פעלט נאך א אסאך ארבייט כדי דאס צו קענען פארברייטערן און בלויז מיט א אייער שטיצע קען דאס צו שטאנד קומען.
נעמט א חלק אין די גרעסטע מדריגה פון צדקה ווי עס ווערט געברענגט אין שולחן ערוך יורה דעה סימן רמט סעיף ו "שמונה מעלות יש בצדקה זו למעלה מזו מעלה הגדולה שאין למעלה ממנה המחזיק ביד ישראל המך ונותן לו מתנה או הלואה או עושה שותפות או ממציא לו מלאכה כדי לחזק ידו שלא יצטרך לבריות ולא ישאל ועל זה נאמר והחזקת בו"
<a class="postlink" href="https://www.gofundme.com/help-people-finding-a-job">https://www.gofundme.com/help-people-finding-a-job</a>

berlbalaguleh » פרייטאג נאוועמבער 4, 2016 12:44 am

· #353549
אין וויליאמסבורג איז מיט יארן צוריק ('70-'80 ער יארן) געווען אן ארגאניזאציע מיט'ן נאמען..."ארבעט פארמיטלונג'ס פאריין"...וועלכע האט זייער גוט געארבעט. וואס איז געווארן מיט די אפיס...?!
ס'איז מסתבר אז היינט מיט די פארגעשריטענע טעכנאלאגיע וואלט עס געדארפט צו זיין פי כמה סוקסעספול...!