דער פאסט איז אראפגענומען געווארן
אשכול אן א טיטל #11036
6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11036
שש אין כמוך! הערליך שיין
זייער שיין צונימען, ישר כח,
קען איינער אהער ברענגען דעי ניגון?
קען איינער אהער ברענגען דעי ניגון?
אנאנים: ייש"כ. דיינע מאמרים זענען כמים קרים על נפש עייפה. מתוק מדבש. וכו'. נאך אזעלכע סופערלאטיוון...!
איך האב אפגעשריבן א שטיקל מאמר, אין העניך'ס אשכול מיט אן ענליכן מהלך. אבער אנדערע מסקנות. וואס די סיבה איז אז די קלאס טיטשער פון זיין אייניקל האט פארדרייט דאס אריגינאלע לידל. און דורכדעם אוועקגענומען דעם גאנצן חן און זיסקייט דערפון.
לגבי דעם מחבר פון דעם ליד, אברהם רייזעס, האביך שוין פון לאנג געוואוסט אז ער איז נישט געווען פון די ל"ו צדיקים. אבער ער האט דאך געמוזט האבן אן ערליכן אידישן אויפציאונג און בעקגראונד.
אויך, זיין גרויסע הערצה פאר די אידעאלאגיע פון קאמוניזם איז נישט קיין וואונדער. ווייל די גאנצע רוסישע באפעלקערונג, און ספעציעל די אידן זענען דאך געווען שטארק אונטערדריקט דורכאויס די הערשאפט פון די צאר'ס למיניהם. און די אידן האבן דערין געזעהן א ישועה אין אלע הינזיכטן.
מדי דברי. איך האב א חקירה. און איך האלט עס טאקע נאך אינמיטן אויספארשן. אויב די קאמוניסטישע אידעאלגיע כשהוא לעצמו איז א גוטע און אלטרואיסטישע פלאן. נאר ס'איז געמענעדזשט געווארן דורך שלעכטע מענטשן, ווי סטאלין, יעזשאוו און בעריא. אדער די גאנצע אידעאלאגיע מראשית תולדתה, הורתה ולידתה איז אן אידעאלאגיע וואס איז באזירט אויף הויל רשעות און רציחה...!

שוואקי זינגט עס אויף זיין לעצטע סי די אביסל א אנדערע גרסא
מיין גירסא צום ניגון...
היינט נאכט ביים בויען די סוכה, און כאפן אפאר ספלינטערס, האט זיך מיר צוזינגען דעם ניגון:
א ספלינטער'ל א קליינע
מיט נאכפאלגען געמיינע
האט מיר די סוכה'לע געמאכט
ווען כ'האב באדעקט דעם דאך
און צוריבן דעם האנט-פלאך
אדאנק די טונקלקייט פונעם נאכט
א ספלינטער'ל א קליינע
מיט נאכפאלגען געמיינע
האט מיר די סוכה'לע געמאכט
ווען כ'האב באדעקט דעם דאך
און צוריבן דעם האנט-פלאך
אדאנק די טונקלקייט פונעם נאכט