☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » שמחת בית השואבה - ארץ ישראל

שמחת בית השואבה - ארץ ישראל

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11031

קלוגע יודל » דאנערשטאג אקטאבער 20, 2016 10:57 am

· #352677
שמחת בית השואבה - ארץ ישראל
זיץ איך מיר דא חול המועד סוכות אין ארץ ישראל, און אלע רעדן וועגן די שמחות בית השאובות וכו', וואלט איך געוואלט פרעגן ווי איז דא א שיינע שמחת בית השואבה וואס איך קען מיטהאלטן?

אזוי אויך ווי איז אינטערסאנט צו גיין חול המועד האלטן אין ארץ ישראל?

געוואלדיג » דאנערשטאג אקטאבער 20, 2016 12:07 pm

· #352680
אויב ביסטו אין ירושלים איז תו"א אדער תוא"י אדער מתמידים שיינע שמחת בית השואבה אויב אין בני ברק איז וויזניץ זייער שיין, וואו צו גין חוה"מ האלטן איז דא לאין שיעור וערך דארט, אבער מיין הצעה איז צו כאפן א שפאנציר אויף די זייטיגע גאסן און אין אלט שטאט, רואיגערהייט קען מען דארט טרעפן א געוואלד.

בן אדם » פרייטאג אקטאבער 21, 2016 9:23 am

· #352757
געוואלדיג
אויב ביסטו אין ירושלים איז תו"א אדער תוא"י אדער מתמידים שיינע שמחת בית השואבה

אויך סטאלין

אינטערסאנטער » זונטאג אקטאבער 23, 2016 5:12 pm

· #352862
סטאלין איז נאך די שענסטע לענ"ד. אריגענעל חסידיש און דערהויבן