☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » אשכול אן א טיטל #11021

אשכול אן א טיטל #11021

26 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11021

— » דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 7:00 pm

· #352415

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

שמעלקא'לע » דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 7:05 pm

· #352418
הרב משזר היט דיר אפ דיינע ביינער, אזא ידען ווי דיר ווייסט דאך זיכער די מעשה מיט די חבר פון שלמה המלך וואס האט זיך אויסגעלערנט שיחת חיה ועוף און ס'געווען צרות צרורת. באט סוכ"ס ביסטו גוטע נייעס. אזויפיל צייט צו האבן ערב יום הקדוש? פון וואנעט קומט דאס???

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 7:54 pm

· #352423
הערליך שיין!

אבער למעשה ביסטו א גרויסע רעדענער. דו מאכסט דאך כפרות ווי א טאטעלע, מ'קטנ'ט אויף דיין הויכע ביבער היט און דיין בני בית' הייב און דיין לא טעמו טעם חטא'ס לאקען מיט די טאכטער'ס צעפ, און דו זאגסט נאך בני אדם מיט כוונה.
זיי א העלד, האלט ווארט און זיי געטריי צו דיין גלויבונג, און אדער לערן דו אליינס שחיטה און ברענג די כפרה אהיים(קויף א האנדעל ביי עפעס א גויישע פארם צו א פעט סטאר פאר א דאללאר, טאמער דו קענסט), שעכט עס אליינס אפ, מאך כשר אליינס און עס ביים סעודת המפסקת מיט א פאר עניים הגונים. דאס שעכטען אליינס פארמיידט אלע צומת הגידין צימעס, ויאכלו ענוים וישבעו.

אדער טו ווי איך טו און גיב געלט צו צדקה און פטור אן עסק.

berlbalaguleh » דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 7:56 pm

· #352425
אנאנים: קודם אויף דיין שיחה א' משיחות קודש. יישר כח. כ'האב מיר באלעקט די פינגערס, ליינענדיג א יעדעס ווארט. ביי אונז אין לאדזש פלעגט מען זאגן אז ...ר'האטצעך פאסמאקעוועט...מיט א יעדן ווארט.
נאר אליבא דאמת, איז דיין שילדערונג נישט אזוי ווייט פון רעאליטעט. ווייל איך האב באמערקט ווען איך גיי שלאגן כפרות עיו"כ פארטאגס אז בשעת מ'שטייט אין די רייע צום שוחט טוען די הינדלעך קאמיוניקירן אויף הינדל-שפראך (וואס איך פארשטיי נאכנישט. אפשר קענמען שמועסן פון געבן לעססנס. וויפיל רעכנסטו א שעה) און אלע הינדלעך הייבן אן צו ציטערן און ווארפן מיט די פליגלען און מיט די פוס. ממש אלע מיט איינמאל. אפילו די הינדלעך וועלכע מ'נעמט ארויס פון די שטייגן...!...? חזק ואמץ. יעצט גיי איך ליינען די איבעריגע שיחות קודש...I will report back to you... 😂

berlbalaguleh » דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 8:23 pm

· #352430
אנאנים: ייש"כ. כ'האב יעצט געענדיגט ליינען שיחה ב' משיחות ה'קעידעש. איך האב ב"ה מיטגעהאלטן די גאנצע שקלא וטריא פון די לומדישע הינדלעך. אויך האביך מיך געווארפן פאר געלעכטער די גאנצע צייט. כ'האב ספעציעל א הנאה געהאט פון די בריסקער חקירה אויב מ'מעג מאכן א ברכה אויף אזא עקלדיג און שטונקעדיג ארט. האביך אן עצה פאר די אלע לומדישע הינדלעך, די גרויסע גאונים און רשכבה"ג'ס. אז דער בעה"ב פון די הינדל ביזנעס זאלל זאגן בני אדם און זה חליפתי. און אויך מאכן א ברכה (בורא מיני בשמים). ווייל ער איז זיכער נישט עובר אויף בל תשקצו. ספעציעל ווען ער ציילט איבער די געלט וואס ער האט געמאכט פון די נאאיווע מענטשן...!
אבער, למען האמת. איז דער מנהג כפרות (אפשר נישט מיין פעיוועריט) נישט אזוי געפערליך, אויב ס'גייט צו אזוי ווי אמאל. און איך רעד נישט פאר 100 יאר צוריק אין הוידו נאנאש אדער שאראש פאטיק. נאר טאקע אין די לעצטע 50 יאר. סיי אין מאנטעווידעא, אורוגוויי און סיי אין אנדערע מקומות וואו כ'האב געוואוינט. אין מאנטעווידעא איז דער שוחט געווען ערב יוהכ"פ אין הויף און געשחט'ן די כפרות. און ס'איז געווען א גוי וועלכער האט אפגעפליקט די טשיקנס בשעת דער שלאגער איז געשטאנען דארט. און מ'האט עס אהיימגענומען. אין מאנטריאל איז מען געגאנגען צו דעם טשיקן סטאר, און דארט געשלאגן כפרות. און ער האט ארויפגעלייגט א טעג אויפ'ן טשיקן און מ'האט עס דעליווערט צו א יעדן אין שטוב, כשר געמאכט. באצייטנס אז מ'האט עס געקענט אפקאכן און עסן פאר די סעודה...! אבער דער גזלנ'ישער, רויבערישער און שווינדלערישער וועג וויאזוי ס'גייט צו דא אין די מדינה, איז שוין בעסער ווען די ענימעל רייטס גרופעס זאללן אויספועל'ן אז מזאלל עס פארבאטן. ס'וועט געזינטער זיין סיי בגשמיות און סיי ברוחניות...!

יב הלוי סאלאווייטשיק » דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 9:52 pm

· #352440
יא..!
דאס יאר האבן מיר געדרייט מיט א צוואנציגער ,
אין אריין געלייגט אין כולל שומרי החומת פישקה.
זאגענדיג אלהי דמאיר עננו.!

פליקער » דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 10:07 pm

· #352442
יא שש, איך בין מודה ווארט פאר ווארט, איך האב געהערט דאס זעלבע ביי מיין כפרה.
איך האב אויך געהערט עפעס א פלאן וואס די כפרות האבן אינטער גענומען נקמה, און זיי האבן מיר געזאגט אז שש וועט מאריך סיין מיט די דיטאלען..

נולד מאוחר » פרייטאג אקטאבער 14, 2016 1:14 am

· #352460
לויט וויפיל שש שרייבט דא הייב איך אן קלערן אז מיר האבן דא ציטאן מיט א AI א ראבאטישע קאמפוטער וואס קען טראכטן און שרייבן.

גראף » פרייטאג אקטאבער 14, 2016 1:39 am

· #352464
אין מיין משפחה איז שוין דא עטליכע וואס שלאגן די לעצטע פאר יאר מיט געלט. ווי אויך אינגעלייט וואס האבן גענוג געהאט אבער מוזן עס נאך טיען פאר די קינדער.

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג אקטאבער 14, 2016 5:19 am

· #352477
יב הלוי סאלאווייטשיק
יא..!
דאס יאר האבן מיר געדרייט מיט א צוואנציגער ,
אין אריין געלייגט אין כולל שומרי החומת פישקה.
זאגענדיג אלהי דמאיר עננו.!


האסט שוין געהאלטען ביים טוהן צודערזאך, געבען געלט אלס א כפרה אויף די מעגליכע זינד, און דערנאך אריין אין שומרי החומות פושקע?! קיין נארמאלע צדקה קאסע נישט געקענט טרעפען? דער לאקאלע תומכי שבת? אן ארימאן אין גאס? א משפחה אין קריזיס? ס'מוז זיין א קאמפאני וואס......

הוגה » פרייטאג אקטאבער 14, 2016 9:42 am

· #352490
דער עולם דא איז פארנומען אויסלויבן דער געוואלדיגע ארטיקל. נישט פארגעסן אבער אז דאס איז נאר די משל און עס איז דא א נאך שטערקערע אומגעשריבנע נמשל. איי איי איי איי דער נמשל איז (כאן מנגן תנועת ר' שלמה'לע...) איי איי, די כפרה איז כנסת ישראל וואס מען שלאגט שוין כפרות מיט איר פאר אזויפיל יארן. איי איי איי...

אגב, כתבתי פעם בסגנון של שיחות חיות. עיי"ש ותמצא נחת.


.

שמעקעדיג » פרייטאג אקטאבער 14, 2016 12:16 pm

· #352507
פאר מיר איז שווער אויפצוגעבן די מנהג הכפרות אויף הינדלעך וואס איז ביי אונז מקובל מדורי דורות, אבער איך פרוביר דאס מערסטע נישט צו פארשאפן קיין צער פאר זיי, איך הענדל זיי מיט CARE, דזשענטל, ווי ווייט מעגליך.
איך האף אז דאס איז יא לרצון לפני אדון כל.

טאמבל סאס » פרייטאג אקטאבער 14, 2016 4:29 pm

· #352521
דערמאנסט מיר פון די וויירעל ווידיאוס פון אזעלכע שוהלעכלעך אין וואו מ'גיט זיך נאך "איידעלע גלעטען" עיו"כ אויפן רוקן אלס א זכר צו מלקות.

חייקל » מוצ"ש אקטאבער 15, 2016 9:45 pm

· #352538
שש,
א שיינע שמועס וואו אלע פריערדיגע קאמענטירער האבען שוין ארויסגעברענגט.
איין וויכטיגע כוונה וואס וואס וואלט ווען געדארפט ווערן אויסגעשמועסט און די שמועס פון די ת"ח איז דער ענין פון די שעיר המשתלח. ע"פ קבלה אזוי וואו עס איז דא קרבנות למטה אזוי אויך איז דא קרבנות של מטה. און יעצט ווען מיר זענען אין גלות זענען מיר מקיים די קרבנות של מטה מיט די פה וואס איז "כאילו הקריב" . און מיט דעם וואס מיר זאגען די קרבנות זענען מיר כביכול מעורר די קרבנות פון אויבען. א חוץ איין קרבן וואס איז נישט דא למעלה איז די שעיר המשתלח. פארוואס, געדענק איך יעצט נישט פונקט די גאנצע חשבון. הכלל, וועגן דעם פירט מען זיך צו שחט'ן א עוף אדער כדומה פאר כפרות וואס איז אקעגן די שעיר המשתלח וואס "שיח שפתותנו" אליינס העלפט נישט.... און מיר דארפען טון די מעשה אויך למטה.
די תפלה פון די חיד"א אויף כפרות דערמאנט דעס און די שם משמואל אויף כפרות רעדט אויך דערוועגן.

נאר דעס פארענטפערט נישט די כפרות ביזנעס וואס גייט היינט פאר.
ווייל מ'קען יוצא זיין מיט איין הינדעל פאר א יעדען איינעם. פארוואס דארף יעדער שחט'ן פאר זיך?

מאטי » מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 2:37 pm

· #352698
אין א געוויסע באר אין דעם געגנט פון אושפיצין אום 1942 האט עמיצער אויפגעכאפט א שמועס ווי פאלגענד:

מר. רייכסטאגער: איר ווייסט חברה וואס דער פירער טוט אלס אפ מיטן אידישן פאלק.

מר. שטרייסבערג. נו די אידן זענען דאך נידעריגע סוב-הומענ'ס, גראדע נעכטן איז מיר אויסגעקומען מיט-צוהאלטן א פרישע טראנספארט אנקומען, איר האט געמוזט זען ווי אויסגעמאגערט און שוואך זיי זענען געווען. א טייל זענען שוין געווען אפגעפייגערט... כ'האב אפילו צוגעהאלפן די אויפזעער ארויסשטויסן די אידישע העפטלינגען פון די וואגאנען. דער פירער וואלט מן הסתם געווען העכסט שטאלץ פון מיר.

און נישט נאר פון מיר! אלע! ממש צענדליגער זענען געקומען צו לויפן און צוגעהאלפן. ס'איז געווען אזא שטופעניש אז מ'האט געדארפט מאכן אן אפיציעלן סדר מיט בילעטן וועלכע האבן געקאסט בערך 16 שילינג. ס'האט אבער נישט געהאלפן, דער שטראם פון מענטשן וועלנדיג צופרידן שטעלן דעם פירער האט זיך כלל נישט אפגעשוואכט.

מר. רייכסטאגער: כ'ווייס נישט, כ'בין מסופק אין דעם גאנצן ענין, כ'האב מורא דער פירער טרייבט איבער מיטן אראפמאלן דאס אידישע פאלק ממש ווי א סכנה פארן עקזיסטענץ פון דעם מענטשהייט, ס'שמעקט מיר עפעס נישט די סיסטעמאטישע אכזריות.

מר. שטרייסבערג: הער אויס! כ'פארשטיי דיינע ספיקות אבער מאך דיך נישט נאריש... אלע טוען אזוי! אלע גלייבן! וועסט אהיימקומען און דיינע קינדער וועלן דיר פרעגן: "טאטי האסט שוין אמאל ארויסגעהאלפן מיט א טראנספארט? וואס הייסט! טאטעס פון די קינדער פון מיין גאנצע קלאס האבן שוין ארויסגעהאלפן נאר דו נישט?" וואס וועסטו ענטפערן דיינע קינדער? ביסט אן אויפגעקלערטער, פארשטייסט בעסער ווי דער פירער אליינס...

מר. רייכסטאגער: כ'ווייס... ביסט גערעכט, אבער ס'קלעמט מיר פארט דאס הארץ. ווייסטו וואס? כ'וועל גיין בלויז יוצא צו זיין, כ'וועל א קלאפ טון א איד צוויי, כ'וועל מאכן א בילד און ווייזן די קינדער. און אפשר איז גאר דער פירער פארט גערעכט... אזוי וועל איך יוצא זיין לחומרא ושלום על ישראל.

כלבאשבוע » מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 5:29 pm

· #385601
בעלז אין לעיקוואד, א שטיקל תיקון
📎 22069334_369000996864669_6337874340087857152_n.jpg

berlbalaguleh » מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 8:47 pm

· #385611
מאטי: ייש"כ. איך האב מיר געריבן די אויגן צו מאכן זיכער אז איך זעה גוט. כ'האב אבער געקוקט אויפ'ן דאטום און געוואלט מאכן א ברכה. וואס מ'זאגט פאר נקדישך...!

אז דו ביסט יא דא פארוואס רופסטו דיך נישט אן. מ'דארף דיך איבערלייגן פאר דעם. די אלטע ניקס ווילן נישט פארשטיין אז זיי זענען די אקסידזשען פון קאווע שטיבל. נישט אז די נייע טויגן נישט. אבער די לופט דא אין קאווע שטיבל איז גאנץ אנדערש...!

שמעקעדיג » דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2017 7:53 am

· #385644
לדעתי קען מען נאר באשולדיגן די כפרה צענטערן, די דעליוועריס, און אלעס ארום, וועלכע שלעפן די טשיקענס שעות ארוכות אין היץ אדער קעלט, צושטופט. די פשוט'ע מענטשן וואס נעמען די כפרה פאר א האלבע מינוט און דרייען איידל אביסל העכער דעם קאפ, דאס הייסט דען אביוז?

מפוזרי » דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2017 9:33 am

· #385652
איך בין מוחה בכל התוקף קעגן די שענדליכע פארגלייך פון נאציס צו כפרה שלאגערס.

נאך א סימן אז די חיות ליבהאבערס מיינען נישט אזוי ווייט די חיות ווי די מענטשן, וד"ל.

זען מענטשן אין די זעלבע דרגה ווי בעלי חיים, דאס איז גופא נאציזם!

דיסקלעימר: שוין כמה וכמה שנים וואס איך שלאג מיט געלט.

berlbalaguleh » דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2017 12:27 pm

· #385662
שמעקעדיג
לדעתי קען מען נאר באשולדיגן די כפרה צענטערן, די דעליוועריס, און אלעס ארום, וועלכע שלעפן די טשיקענס שעות ארוכות אין היץ אדער קעלט, צושטופט. די פשוט'ע מענטשן וואס נעמען די כפרה פאר א האלבע מינוט און דרייען איידל אביסל העכער דעם קאפ, דאס הייסט דען אביוז?

זיכער נישט: זיי ווערן דאך בא'עוולה'ט. זיי צאללן פאר א טשיקן און זיי באקומען עס נישט.

די עיקר טענות זענען דאך טאקע אקעיגן די אייגנטומערס און אנפיהרערס פון די כפרה צענטערס. ווען זיי זאלללן טוישן דעם סיסטעם (און מאכן א ביסל ווייניגער געלט.) וואלט קיינער נישט געהאט קיין טענות צו זיי. אויסער די עקסטריעם צער בעלי חיים גרופס. מיט וועם קיין נארמאלער מענטש רעכנט זיך ממילא נישט...!

diff » דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2017 2:19 pm

· #385683
אלע האבן א חלק אין דעם

יעלה ויבא » פרייטאג סעפטעמבער 29, 2017 9:14 am

· #385757
C/P
א פאגראם! א שחיטה! יודן ראטעוועט...... גזירת תשע''ח לפ''ק

פאהר איך אזוי ארום די עיר ואם בישראל וויליאמסבורג ברוקלין, צו זעהן אז די ניו יארקער פארברעכער זאלען אוועקשטיין פון אונזערע הייזער קארס אא''וו, אין זאלען נישט אוועקפירען אונזערע בייקס מיט קערידזשעס אין אנדערע חפצים וואס מיר לאזען שטיין אויף הפקר, אווי די שמות וועגענער ערב פסח......

אין איינוועגס זעה איך אסאך אינטערסאנטע ענינים וואס ס'גייט פאהר ביי נונז אין שטעטל

קודם זעה איך א לויפעניש א יאגעניש א פלאגעניש מיט א ברעכעניש, יעדער לויפט.... איינער לויפט אהיים "פון" סליחות א צווייטער לויפט "צו" סליחות, א דריטער לויפט כאפען א ביליגע האן פאר כפרות (ער האט געהערט זאגען אז ס'האלט שמאל מיט הינער), א פערטער קאן סתם אזוי נישט דרימלען, א פיפטער וויל ווייזען פארן ווייב וואספארא צדיק ער איז, אז ער שטייט אויף אין די פריע שטונדען (נאך פאר די שמש קומט באכענען אויף די לאדענעס) לויפענדיג צום שיעור תורה, מקוה, כפרה סליחות דאווענען, נאכהער בענטשען פונעם טאטען (נישט פארגעסען ביים בענטשען צו זאגען יעלה ויבוא) בקיצור א געיעג אין די גאסען.......

זעה איך מיט מיינע אויסגעוואשענע יודישע ברילען ווי יעדע יאטקע אין ווילי האט שוין ארויסגעשטעלט בעריקאדעס מיט ספעציעלע גרויסע לעמפ, אויסגעבארגט פון חש''א מתעסקים אין פון די פאליציי,

גוט מארגען ר' מתתי האט אפילו אוועקגעשטעלט א ספעציעלע בודקע איינצוקאסירען דאס געלט וואס גייט אריינפליסען מערצע שעם אין די נעקסטע פאהר שעה (אוי... וועט זיך באלד שיטען געלט ווי פון לעכעריגע זעק)
אויך האט ר' מתתי אוועקגעשטעלט א ספעציעלע פאליציאנט וואס וועט היטען די ארדענונג, מען זאל ח''ו נישט כאפען צוויי הינער פאר די זעלבע פרייז, אדער אז קיינער זאל נישט למען השם זאגען סליחות אינדרויסען פונעם ווייסען טענט...

אזוי אויך, דער מוירטעל'ער בוטשער ארבעט אויף קעסל אין כלים צו פארקויפען וואס מערער עופות ווי פון די ליע אין מידלטאון בוטשעריי (דאס צייגט אויך ווער ס'איז באלעבאס אין ווילי)

אזוי אויך האט אונגאר בוטשער מיט אנדערע אוועקגעשטעלט א עהרן וואך אז אלעס זאל ארויס על צד היותר טוב, מען קען דאך נישט צו לאזען א אימארדענונג במחנינו.... אונגאר האט געשטאדעלט פאר אזא לאמפ, אבער אי''ה נעקסטע יאהר הערשט.... מיט די הילף פון די שר עסקנים,

די שוחטים זז''ג, שארפען שוין די מעסערלעך, אין גרייטען שוין די זאגערלעך פאר כיסו הדם, אין ברענגען אפילו מיט אלע קינדער פון גרויס ביז נאך גרעסער זיי זאלען איבערנעמען אין אויס סארטירען די אריינבאקומענע טרינק געלט, (איין שוחט האט אפילו אויסגעבארגט ביי דזשי ען דזשי די גרעסטע סייז בעקיטשע, מיט די מערסטע טאשען, צו קענען אקאמעדירען די גרויסע אריינפלוס פון דאלארען) אין אויך ציען זיי שוין איבער די ביבער הוטן מיט פלאסטישע צודעקעס כדי איינע פון די הינדלעך זאלן זיך נישט "קענען פאר נקמה מכין זיין אין איבערלאזען א "פעקל" אין די לעצטע רגעים בעפאר זיי "פעקלען" זעך אריבער פון די וועלט קיין יענע וועלט (דאס איז דאך זיייער לעצטע קארט.... הי''ד)

פרעגט זיך א שאלה (נו... פרעג שוין) צו וואס דארף קאסטען א האן ערב יו''כ מער ווי א גאנצע וואך?
אין צו וואס דארף די הויעכע פרייזען ארויפשטייגען מיט יעדע שעה וואס גייט פארביי?
צו וואס דארף מען מאכען אויף יעדע געשאכטענע טשיקען 200 פראצענט?
די אלע בעריקאדעס מיט פאליציי מיט די גרויסע פראדזשעקטאר לעמפ באקומט איר דאך בחינם אין כסף, אין טאמער צאלט איר יא עפעס דערפאר, זענען מיר שילדיג אז איר מוזט מאכען א טאראראם?

נאר וואסזשע דען? מען נעמט ענטווענטידזש ביים עולם גולם אווי אייביג... ואין פוצה ומצפפצף פה.....

וואס איז דא צו שרייען? די הינער שרייען שוין פאר אונז אין ס'העלפט זיי א רעטעך..

ברוך אתה ה'..... על השחיטה..... אמן....... אריין מיט דאס געלט.... אין ר' יוד וואס שטייט איר נאך דא..... גייט לחיים ולשלום

berlbalaguleh » פרייטאג סעפטעמבער 29, 2017 10:25 am

· #385768
יעלה ויבוא: פאר אזא תגובה וואלסטו דיר געדארפט אנגרייטן א טיש בעקישע מיט די טיעפסטע טאשן און דיינע אייניקלעך (אפשר האסטו קוים קינדער אין פעמעפערס. ואיתך הסליחה.) זאללן שטיין און אויסגראדן די אריינבאקומענע לייקס. אבער דערווייל זעה איך אז איך בין דער איינציגסטער בן יחיד דא וועלכער האט געגעבן א לייק פאר אזא הערליכע תגובה וואס וואלט זיכער געוואונען א פוליצער פרייז (נישט אז איך וויייס וואס דאס איז.)...!

ארי נוהם » זונטאג סעפטעמבער 16, 2018 9:04 pm

· #412977
ס'קומט ווידעראמאל פאר א הינדלעך-שמועס...

רביה''ק זי''ע » זונטאג סעפטעמבער 16, 2018 9:15 pm

· #412981
אז מ'רעדט שוין וועגן דרכי האמורי, במחילת כבודם פון די גדולים וואס האבן געהאלטן אזוי, איז עס א נארישע טענה. ווען מ'גייט ווען מיט די מהלך קען מען זאגן אויף גאנץ אידישקייט דרכי האמורי, אפילו אויף די ענין פון מקפיד זיין אויף דרכי האמורי...

מי אני » מיטוואך אפריל 13, 2022 11:25 pm

· #498128
📎 C0C13223-6940-4954-9DD0-4FCEF6E99ACB.jpeg
‏היש״ר מגוריציאה אין די קאנטעקסט אז דין דארף צו זיין שטערקער פון א מנהג און מ׳דארף דאס קענען משנה זיין.

‏עס איז אויך אינטרעסאנט ווי ער ברענגט דארט די מקור פונעם ווארט ״סנדק״.