☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » וויאזוי קען איך עס טון צו מיין טאטע? [מיין סקריבלען אשכול]

וויאזוי קען איך עס טון צו מיין טאטע? [מיין סקריבלען אשכול]

14 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11020

יואלי וואלפסאן » דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 4:18 pm

· #352388
וויאזוי קען איך עס טון צו מיין טאטע? [מיין סקריבלען אשכול]
פאר איך האב זיך גע'גט זענען חברים מיר באפאלן אלע מיט די זעלבע באקאנטע טענה, טו עס נישט צו דיינע קינדער קענסט עס נישט טון פאר זיי, וויאזוי קענסט דו עס טון צו דיינע קינדער?

וואלט איך עס געטון אויב זי וואלט יא געוואלט בלייבן, וואלט זייער טענה געהאט עפעס א טעם, איז עס אבער געווען אזוי אז זי האט געהאט א גאגצע רשימה מיט זאכן וואס זי וויל איך זאל טוישן כדי זי זאל מיר נישט געבן עדיטוד אינדערהיים. זאכן וואס וויפיל איך זאל נאר וועלן וואלט עס געפלאצט נאך א קליין ביסל צייט ווייל ס'קלעשט מיט ווער איך בין שוין באלד 30 יאר. נאכ'ן נישט קענען פארנעמען די היץ האב איך זיך געהויבן און געגאנגען.

מיר שלאגן זיך נישט יעדער איז צופרידן זי גיט מיר די קינדער ווען איך וויל. און איך בין ווי פריש געבוירן ס'איז נישט געווען א פאר און גוט שבת.
דאס אז ס'דא מענטשן וואס מיינען אז ס'איז געווען נאר מיין בחירה זיך צו גט'ן קענען מיר נאך אפשטעלן און פרעגן אוי די קינדער וויאזוי האסטו עס געקענט טון פאר זיי?
איז מיר בייגעפאלן א ענטפער וואס איך האב זיך געמוזט איינהאלטן צו זאגן ווייל איך וויל עס ענדערש זאגן דא.
דאס איז פשוט פארשטענדליך אז א טאטע וויל נאר גוטס פאר זיינע קינדער, און ס'איז ערווארטעט פאר א טאטע צו טון אלעס אז זיין קינדער זאל זיין גוט.
מיין טאטע האט זיכער אויך זיך אזוי געפירט צו מיר, ער איז טאקע געווען א גוטע טאטע, ער וואלט און האט געטון אלעס אריינגערעכנט זאכן וואס זענען אים נישט גרינג אנגעקומען אלעס אז איך זאל זיין פרייליך און צופרידן.

וויאזוי קען איך אנגיין מיט א מיזרעבעל שלום בית און ליידן אזוי? איז דאס רעכט פאר מיין טאטע? אלעס וואס ער האט געטון פאר מיר אז איך זאל זיין צופרידן אזוי חרוב צו מאכן? איך בין זיכער מחיוב צו זיין פרייליך.

איך קען עס נישט טון צו מיין טאטע!!

שמעלקא'לע » דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 6:52 pm

· #352413
טאקע נישט. קענסט עס נישט טון.

נולד מאוחר » דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 8:14 pm

· #352427
אויב איז די קינדער טענה א טענה, איז די טאטע תירץ נישט קיין תירץ.
דיין טאטע קומט נישט ביפאר דייינע קינדער.

יואלי וואלפסאן » דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 8:16 pm

· #352428
נולד מאוחר
אויב איז די קינדער טענה א טענה, איז די טאטע תירץ נישט קיין תירץ.
דיין טאטע קומט נישט ביפאר דייינע קינדער

איך בין א "קינד" צו מיין טאטע. מתי אעשה גם אנכי לביתי

נולד מאוחר » דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 10:33 pm

· #352444
א טאטע וואס מאכט זוך באקוועם אויפן חשבון פון זיינע קינדער, איז נישט קיין פראבלעם?

יואלי וואלפסאן » דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 10:40 pm

· #352446
איך ווייס נישט.
דאס איז אבער סיי וויי נישט געווען ביי מיר דער קעיס.

נולד מאוחר » דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 10:48 pm

· #352447
כהאב פארשטאנן אז דיין ענטפער צי די וואס פרעגען וויאזוי האסטו עס געקענט טאן צי דיינע קינדער איז, אז די ביסט אויך א קינד אין די קימסט קודם

יואלי וואלפסאן » דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 10:50 pm

· #352449
יא דו האלטסט אז מ'דארף לעבן א חיי גיהנם פאר די קינדער? עניוועי קומען די קינדער ארויס צודרייט פון אזא שטוב סוי אפשר איז זיך גט'ן גאר גוט פאר די קינדער?

נולד מאוחר » דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 11:15 pm

· #352454
איך מעג אויך סקריבלען און דיין סקריבלען אשכול?...
אויב רעט זוך עס פון א חיי גיהינום גלייב איך אז כול"ע מודה

יואלי וואלפסאן » פרייטאג אקטאבער 14, 2016 8:49 am

· #352486
📎 IMG-20161014-WA0047.jpg

יואלי וואלפסאן » פרייטאג אקטאבער 14, 2016 1:19 pm

· #352511
וצדיק באמונתו יחיה
יא, אפשר ווייל ער האט אן אנדערע ברירה נישט?

פרומע אידן מוזן לעבן מיט אמונה צו קענען אנגיין. ווען א מענטש טוט אלעס אין לעבן מיט זיין אייגענע אמת'ע בחירה וועט ער נאר זיך קרעדיטירן אדער קריטיקירן פאר די אויסגאנג פון זיינע מעשים. אבער ווען ער זי טוט א שידוך למשל אן וויסן ווער ער זי איז און נאכדעם זעט מען אז ס'שטימט נישט נו וואס טוט מען? מ'גלייבט! באמונתו יחיה
די קרייזן אידן וואס טון נורמאל שידוכים געווענליך איז עס מצליח, און אויב נישט איז נישט דא א פראבלעם זיך צו שיידן. די אויסקום איז אז דער דארף צו קיין אמונה נישט צו קומען. און אזוי איז מיט יעדע זאך אין לעבן אונז פרומע קענען גארנישט טון זיך צו פרייליך מאכן, איז וצדיק באמונתו יחיה...
דער נישט פרומע נאר סתם ארטאדאקסישע איד אדער להבדיל א גוי דארף נישט אמונה צו לעבן.

יואלי וואלפסאן » פרייטאג אקטאבער 14, 2016 2:04 pm

· #352513
דער צדיק'ל ווארט פאר א היטש ער גלייבט איינער וועט זיך אפשטעלן. אה ברוך השם א מאדערענע איד האט אים אריינגענומען! אונזער צדיק לעבט מיט אמונה.
זיין היטש געבער דארף נישט, ער האט א קאר.

אייז קריעם » זונטאג אקטאבער 16, 2016 7:55 am

· #352580
יעצט פארשטיי איך שוין דעם אלטן אויסשפראך "איך בין אויך א מאמעס א קינד".

טא ליוו אין מיזארי איז קיין שום מצוה. חייך קודמים.

יואלי וואלפסאן » דינסטאג אקטאבער 18, 2016 7:59 pm

· #352603
שכח לויים שכח לויים
ווען מיין זאפטיגע טויב שטומע האנט געפירטע שמועס איז היינט איבערגעריסן געווארן אנהייב שמו''ע ווען מיין חבר איז אוועקגעפירט געווארן דורך א כהן וואס האט געברויכט א לוי זאל אים וואשן די הענט האב איך זיך הערשט געכאפט דאס אומיושר אז דאס גאנצע שבט לוי גייט ארויס אזוי אומבאדאנקט. אלזא אויב זענט איר א לוי וואס איז געשטאנען ביים סינק מיטן טעפל היינט און נעכטן און יעדן יום טוב הערט מיר צו:

שכח לויים שכח לויים!!