☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » פאעזיע » קטלא קניא: אנה אלך מרוחך

קטלא קניא: אנה אלך מרוחך

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1102

בן תמליון » מאנטאג יולי 16, 2012 4:03 pm

· #24690
קטלא קניא: אנה אלך מרוחך
איך ווייס אז מסביר זיין א פאעזיע איז אן איפכא מסתברא אבער דאך קען איינער זאגן א פירוש וואס ר' קטלא זאגט דא



אנה אלך מרוחך


וווּ אַהין זאָל איך גיין
אויסגעקוועטשט יעדן קליק
געזען אַלע פריינד
וועם מיין פנים איז זיי פרעמד
זיך באַגרוסט
מיטן פּאָסטקעסטל
און דער חידוש פון אין כּל חדש
וווּ זאָל איך גיין
אַז אין מיר איז פּוסטער
מיטן אפשר פון גאָרנישט געפונען
גיי ווער נתגלה
אויף אַ מכובדיקן מעת לעת
און כּרת ביזן קבר
שרייבן וועסטו אַ מכה
חוץ אַ פאַרשטויבטן פּשט
אויף
וווּ אַהין זאָל איך גיין

ידען » מאנטאג יולי 16, 2012 4:08 pm

· #24693
אאיך ווייס נישט א פירוש יעצט אבער א ענפער אויף זיין שאלה, וווווו ער זאל גיין? אהער אין קאווע שטיבל.

לאדיך אפ » מאנטאג יולי 16, 2012 4:21 pm

· #24703
די פירוש איז פשוט. ער שמועס אויס אז ער קען נישט אנטפלעקן זיין אידענטיטי.

zamel » מאנטאג יולי 16, 2012 7:25 pm

· #24777
בן תמליון

גיי ווער נתגלה
אויף אַ מכובדיקן מעת לעת
און כּרת ביזן קבר


אוי ווי דאס ציפט, זאל ער נאר ווערן נתגלה, אלע זיינע קינדער און אייניקלעך וועלן ווערן ארויסגעווארפן פון די מוסדות און ווי אויך פון סאסייעטי.