☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » כותל המערבי צוריק פארכאפט..

כותל המערבי צוריק פארכאפט..

8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11019

שעפטל » דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 3:09 pm

· #352381
כותל המערבי צוריק פארכאפט..
נאך א האלבע יאר וואס די UNESCO האט אנגענומען אז די הר הבית באלאנגט פאר די אראבער, האבן 24* לענדער געשטימט פאר די רעזעלוציע אז די הר הבית מיטן כותל המערבי באלאנגט פאר די אראבער. (זעקס** לענדער האבן געשטימט דערקעגן, און 26*** נישט געשטימט)

אין אמעריקע האט טעד קרוז מיט נאך 39 לעגעסלאטיווע מעמבערס געשיקט א בריוו צו די עקזעקיוטיוו באורד פון די יו ען, ווי זיי פארדאמען די פסק..

אין ארץ ישראל האט דער פרעימיער מיניסטער נתניהו אנגערופן דעם פסק "אבסורד", צולייגענדיגצו זאגן אז מדינת ישראל האט נישט מיטן הר הבית איז ווי מ'זאגט אז כינע האט גארנישט מיטן 'גרויסן וואנט' און מצרים מיט די פיראמידן" דער פרעזידענט ראובן ריבלין האט דאס גאר אנגערופן "א פארשעמונג". און קאלטור מיניסטער רגב האט צוגעלייגט "שאנדפול און אנטי-סעמיטיש".
נתניהו האט געטוויט: וואס איז ווייטער? די יו ען גייט אפווענדן די קאנעקשאן צווישן פינאט באדער און דזשעלי...?

יעצט בלייבט איבער די אבעי' צו די סאטמארע חסידים וועלן צוריק אנהייבן צו שטראמען צום כותל איינמאל ס'ליגט שוין נישט ביי די ציונים ימ"ש, אדער א פסק איז א פסק, און די "לדעתי, לדעתי" גייט אן ביז משיח'ס טאג (כלשון קדשו)

*Algeria, Bangladesh, Brazil, Chad, China, Dominican Republic, Egypt, Iran, Lebanon, Malaysia, Morocco, Mauritius, Mexico, Mozambique, Nicaragua, Nigeria, Oman, Pakistan, Qatar, Russia, Senegal, South Africa, Sudan and Vietnam.

Estonia, Germany, Lithuania, The Netherlands, United Kingdom and United States**.

*** Albania, Argentina, Cameroon, El Salvador, France, Ghana, Greece, Guinea, Haiti, India, Italy, Ivory Coast, Japan, Kenya, Nepal, Paraguay, Saint Vincent and Nevis, Slovenia, South Korea, Spain, Sri Lanka, Sweden, Togo, Trinidad and Tobago, Uganda and Ukraine. Serbia and Turkmenistan.

berlbalaguleh » דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 3:31 pm

· #352383
שעפטל: אפיריון נמטיה פאר די שטארק וואוילע בני נח ובני חם, וועלכע ווערן פאררעכנט צווישן די חסידי אומות העולם פאר ענדליך אויסלייזן די כותל המערבי פון אונטער די הענט פון די שענדליכע, ווילקירליכע (כ'ווייס נישט וואס דאס ווארט מיינט. אבער מיין רבי ר' סענדער דער דייטש זכותו יגון עלינו האט עס א סאך גענוצט ווען ער האט באשריבן די מעשים תעתועים פון די רשעי ישראל די ציונים, שר"י, ימ"ש, עפ"ל.) רשעי ישראל פון מדינת ישראל. מהיום והלאה וועללן אונז ערליכע אידן, די ברכיים אשר לו כרעו לבעל הציוני שוין נישט מוזן גיין דארט אהין נאך חצות הלילה מיט די הוט אראפגעצויגן ביז די נאז.
נאר איך האלט אז זיי האבן זיך מטריח געווען אומזיסט. ווייל אונזערע ברודערס די נטורי חרתא האבן שוין געטראפן א לעזונג צו דעם ציוני פראבלעם. זיי האבן געשיקט א פעטישן צו דעם דאמאלס'דיגן קעניג פון ירדן, הוסעין, אז ער זאלל זיי שיקן ירדנ'ישע פאספארטן און רשות צו גיין דארט אהין און צו קבר רחל. לפענ"ד וועט די ירדנ'ישע מלוכה אדער די מלוכה פון אבו מאזן יר"ה, פון פאלעסטינע (וועלכע איז שוין יעצט ב"ה אן אנערקענטע מדינה פון די חשוב'ע וועלטס ארגאניזאציע.) זיך שטאק פרייען פון די הכנסה פון די 20,000 פאספארטן וואס קהילתנו הקדושה וועט באשטעללן. פאר די פרייז פון $200.00 פאר א יעדן איינעם...!

נ.ב.: די סדרנים און גבאים קענען (און וועללן) מעקן מיין תגובה, ווייל ס'שטעכט א ביסל, בבחינת ויחד יתרו. מיט'ן תירוץ אז ס'איז רעטאריק און שלא מן העניין. איך וועל נישט ברוגז זיין...!

שעפטל » דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 3:34 pm

· #352384
תהילים כולל האט שוין געמאלדן זייער פרישע ברענטש..

די עדה גייט שטעלן א רב הכותל..

חיים לייב ווייס האט שוין פראקלעמירט זיין חי רוטל

בן אדם » דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 4:02 pm

· #352386
.

mevakesh » פרייטאג אקטאבער 14, 2016 12:31 am

· #352459
Re: כותל המערבי צוריק פארכאפט..

כלבאשבוע » פרייטאג אקטאבער 14, 2016 3:34 am

· #352470

ציבעלע-קיגל » פרייטאג אקטאבער 14, 2016 9:19 am

· #352488
ווי גייט משה בער דרעק געבן קידוש?

משה פראגער » פרייטאג אקטאבער 14, 2016 11:26 am

· #352495
ציבעלע-קיגל
ווי גייט משה בער דרעק געבן קידוש?

און זיין פריוואטע ביייסכיסע על כסא כבודו