☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » חסידישע שנאת חנם - true story

חסידישע שנאת חנם - true story

9 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11015

פאטעיטא טשיפ » מיטוואך אקטאבער 12, 2016 10:20 pm

· #352287
חסידישע שנאת חנם - true story
מיר האבן זיך אריין געצויגן אין א פרישע געגענט אפאר חדשים צירוק.
איינער פון די שכינים אונטער אונז האט געלייגט א שווארצע שמאטע אויף אונז ווייל אונז זענען געבורן די פארקערטע חסידות ווי זיי.
משוגע ביז וועכלע איקסטענד, אפי אז זייער קינדער קומען קיינמאל נישט שפילן אין אונזער הויז, אין ווען זיי מאכן א carnival רופן זיי רוב שכינים אין קיינמאל נישט מיין פאמילע.

נעכטן ערב יו״כ איז מיין זוהן געגאנגען נאך געלט מיט זיין פושקע פון זיין חדר, ער האט געקלאפט ביי יענער שכן. די שכן האט געפרעגט ווער סאיז אין מיין סוכן האט געזאגט ״צדקה״!
די טאטע פון שטוב האט אנגעגרייט א דולר פאר ער האט געפעלט די טיר, אבער ווען ער האט געפענט אין געזעהן אז דארט שטיין מיין זוהן מיט זיין חדר פישקע, האט די טאטע געזאגט ״סארי״ צירוק געלייגט די דולר אין טאש אין פארמאכט דע טיר
דאס איז אלץ געשעהן אפאר שעה נאך וואס די טאטע האט געשלאגן כפרות.

‏It's mind boggling how he has no issue making my son devastated and cry.
Just cause he goes to a different school .
My son asked me why that dude didn't want to give him charity but does give to all other neighbors, what am I suppose to tell him???
This was sure not the דרך of our shared rabbi z"l.

גראף » מיטוואך אקטאבער 12, 2016 10:49 pm

· #352291
Re: חסידישע שנאת חנם - true story
זעה אז דיין זוהן זאל זיך נישט חבר'ן מיט דער זוהן פון אזא בילקע איך מיין חסיד שוטה.

טמיר » מיטוואך אקטאבער 12, 2016 11:12 pm

· #352294
Re: חסידישע שנאת חנם - true story
עס איז זייער שווער צו לעבן מיט א שכן רע, ביודעי ובמכירי. אפשר מאכסטו אן אפענע שמועס אדער בריוו אז דו האסט גארנישט קעגן עם און מען קען לעבן ברודערליך.
בדרך אגב, עס קומט פאר זייער אן אונטערעסאנטע זאך. בעת וואס סאטמאר איז באקאנט אלס קריגעריש און ווילד, זעט מען אבער אז ארונים מיט זלונים לעבן צווישן זיך בשלום ובשלוה. עס איז כמעט נישטא דארט אזא מציאות אז צוויי מענטשן זאלן זיין פערזענליך צוריבן וועגן דער מחלוקת! פון די אנדערע זייט באבוב וואס איז אלס געווען די פאן טרעגער פאר שלום און שיינע מידות שטעלן זיך ארויס אלס שרעקליכע האסערס פאר ווער עס איז מיט די אנדערע צד! איך ווייס נישט פון וואס דאס קומט, אבער עס זייער קינדעריש און קליין קעפיג

היסטאריקער » דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 12:26 pm

· #352351
טמיר

אפשר איז עס יא סאטמארע, ער זאגט נישט ווער

שמעלקא'לע » דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 12:49 pm

· #352354
אפגעזען וועלכע חסידות ער איז, מיין איך אז דאס איז זייער או עקסטרעמער און ראדיקאלער ביישפיל, א מענטש וואס לכאורה האסטו מזל אז דו ביסט נישט פון זיין חדר, ווייל ווען יא וואלסטו פיל פיל מער געליטן... כ'גלייב באמונה שלימה אז ער איז פארביסן אויף זיך און אויף אנדערע, אזוי אז דארפסט בענטשן הגומל אז ער שטייט נישט אין דיינע ד' אמות. סאו עס איז טאקע געווען ערב יו"כ, און דערפון דארפסטו זיך ארויסלערנען ווי אוממענטשליך ער איז געווען, צו פארשטיין בעסער וואס כ'האב געשריבן.

יעקב מענטש » דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 12:55 pm

· #352355
שמעלקא'לע
אפגעזען וועלכע חסידות ער איז, מיין איך אז דאס איז זייער או עקסטרעמער און ראדיקאלער ביישפיל, א מענטש וואס לכאורה האסטו מזל אז דו ביסט נישט פון זיין חדר, ווייל ווען יא וואלסטו פיל פיל מער געליטן... כ'גלייב באמונה שלימה אז ער איז פארביסן אויף זיך און אויף אנדערע, אזוי אז דארפסט בענטשן הגומל אז ער שטייט נישט אין דיינע ד' אמות. סאו עס איז טאקע געווען ערב יו"כ, און דערפון דארפסטו זיך ארויסלערנען ווי אוממענטשליך ער איז געווען, צו פארשטיין בעסער וואס כ'האב געשריבן.

רט.

דער מענטש איז א שלעכטער, און ס'האט גארנישט מיט זיין חסידות איינגעלייגט, 'גראדע' נוצט ער דעם רבין אלץ אן עקסיוס, אבער ס'איז נישט זיין רבינס שולד.

בא גד » דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 5:07 pm

· #352394
איך האב בכלל נישט ארויס דאס משוגעת פון שיקן מיינערס נאכגעלט פאר א מוסד
שוין צייט מען זאל דאס עוקר זיין
מיט אפאר טאג צוריק קלונגט ביי מיין טיר צוויי מיידלעך ארום 12 יאר אלט, נישט מערנישט ווייניגער זיי גייען נאכגעלט...
קען מיר איינער מסביר זיין ווי איז די שכל פון די עלטערן? מילא די מנהלי המוסדות זענען משוגע פאר יעדע עקסטערע דאלער ווי הונגעריגע בערן, און לכבוד דעם הייליגן מטרה שיקן זיי קליינע קינדער אין די גאסן אריין ווען די תוצאות האט מען געזען לעצטענס מיט א שרעקליכע מכשל (איינס פון הונדערטע וואס מען האט געכאפט)
דא שרייט מען אז בחורים און אינגלעך טארן זיך נישט דרייען אין די טרייפענע גאסן און דא די היפערקריטע שיקט מען זיי נאכגעלט?
אבער "מיידלעך"??? וואס נאך גייט מען טון מיט אונזערע קינדער פאר אפאר פארשטינקענע דאלער?

אייז קריעם » פרייטאג אקטאבער 14, 2016 7:08 am

· #352480
ער איז א מחמיר און דעם מצוה פון שנאה מקלקלת את השורה 😕 סקערי.

וואלווי » פרייטאג אקטאבער 14, 2016 12:20 pm

· #352508
בא גד
איך האב בכלל נישט ארויס דאס משוגעת פון שיקן מיינערס נאכגעלט פאר א מוסד
שוין צייט מען זאל דאס עוקר זיין
מיט אפאר טאג צוריק קלונגט ביי מיין טיר צוויי מיידלעך ארום 12 יאר אלט, נישט מערנישט ווייניגער זיי גייען נאכגעלט...
קען מיר איינער מסביר זיין ווי איז די שכל פון די עלטערן? מילא די מנהלי המוסדות זענען משוגע פאר יעדע עקסטערע דאלער ווי הונגעריגע בערן, און לכבוד דעם הייליגן מטרה שיקן זיי קליינע קינדער אין די גאסן אריין ווען די תוצאות האט מען געזען לעצטענס מיט א שרעקליכע מכשל (איינס פון הונדערטע וואס מען האט געכאפט)
דא שרייט מען אז בחורים און אינגלעך טארן זיך נישט דרייען אין די טרייפענע גאסן און דא די היפערקריטע שיקט מען זיי נאכגעלט?
אבער "מיידלעך"??? וואס נאך גייט מען טון מיט אונזערע קינדער פאר אפאר פארשטינקענע דאלער?

פונקטליך וועלעכע חלק פון מצות צדקה פארשטייט איר נישט?

נישטא קיין שענערע זאך ווי דעס וואס יודען שטרעקען אויס א האנט בעטענדיג געלט פאר יענעם!