☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » וויסנשאפט » אבאמא אין קענעדי'ס פיסטריט: מיר וועלן שיקן א מענטש צו מארס

אבאמא אין קענעדי'ס פיסטריט: מיר וועלן שיקן א מענטש צו מארס

12 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11013

שמעקעדיג » דינסטאג אקטאבער 11, 2016 9:40 am

· #352242
וואס איז די מטרה דערפון? איז עס א וויכטיגע צוועק? וואספארא נוצן וועט אמעריקע האבן דערפון אז עס לוינט זיך צו אינוועסטירן דערין?

בן אדם » דינסטאג אקטאבער 11, 2016 9:43 am

· #352245
ס'איז אן אלטערנאטיוו צו דעם גלויבאלען אנווארעמונג פראבלעם וואס פלאגט דעם עולם הזה.

נאטירליך » דינסטאג אקטאבער 11, 2016 9:47 am

· #352247
<a class="postlink" href="https://en.m.wikipedia.org/wiki/Budget_of_NASA">https://en.m.wikipedia.org/wiki/Budget_of_NASA</a>
אמעריקע גיט אויס יעדע יאר ביליאנען פאר נאסא איז דאס סתם א hobby פון א רייכע לאנד? אדער עס ליגט מער אין דעם?

ליפא » דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 12:51 am

· #352310
📎 rps20161013_005112.jpg

געוואלדיג » דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 11:09 am

· #352339
ווען מען רעדט פון ספעיס פארשונג איז דאס נישט נאר פארשונגען איבער די יוניווערס נאר אויך פארשונגען אינעם ספעיס, געוויסע מעדעצינען זענען שוין אזוי ערפונדן געווארן ווי אויך געוויסע הייל מיטלען, אונז קליינע מענטשעלעך האבן שוין פיל בענעפיטירט פון די ספעיס מיסיעס.

שמעקעדיג » דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 12:17 pm

· #352346
ספעיס מיסיעס בעצם ברענגט א געוואלדיגע נוצן פאר די מענטשהייט, מיין שאלה איז נאר געווען וואס וועלן מיר פארדינען פון שיקן אינדיווידואלע מענטשן אהין, און פארוואס לוינט זיך פאר די רעגירונג צו אינוועסטירן דערין, בפרט בעת דער דעפיציט איז שוידערליך הויך.

שמעלקא'לע » דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 12:23 pm

· #352347
וואס פארשטייסטו נישט? אז אמעריקע האט א פארטרעטער אין ספעיס, וועט - לשיטת הרעגירונג רעזידענץ - געהויבן ווערן די פרעסטידזש פון איר איבער די וועלט. הפנים אזוי האלטן זיי, און פאר דעם כבוד המדומה זענען זיי גרייט צו גיסן שווערע געלטער אבי מ'זאל אנקוקן די פאראייניגטע שטאטן ווי דער טאטע פון דעם אלגעמיינעם כדור העולם.

שמעלקא'לע » דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 1:26 pm

· #352363
כ'מיין אז קודם זאל מען באזעצן בלומינבורג און לעיקוואד, און נאכדעם וועט מען זען אויב עס וועט זיין ווער ס'זאל קויפן א שטיקל ארבטייל אויפן מארס. פארפאלן, דער עולם גלייכט ס'שטאט, מ'וויל בלייבן צוקוועטשט ווי סארדינ'ס אין קאנזערוון שאכטלען און צאלן רענט אינעם באבנ'ס באבן אריין, אפילו מאנסי איז נישט קיין אפציע, קומען זיי מיר פארקויפן מעשה'לעך מיט פלאנעטן? אי"ה ווען די גלאבל ווארעמינג וועט טון דאס וואס באג 2000 האט געדארפט טון (געדענקסט???...) וועלמיר זיך אלע הייבן און פארן צום לבנה...

איך אויך » דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 6:59 pm

· #352414
[ציטאט אראפגענומען]

יין שרף » מוצ"ש אקטאבער 15, 2016 8:04 pm

· #352531
געוואלדיג
ווען מען רעדט פון ספעיס פארשונג איז דאס נישט נאר פארשונגען איבער די יוניווערס נאר אויך פארשונגען אינעם ספעיס, געוויסע מעדעצינען זענען שוין אזוי ערפונדן געווארן ווי אויך געוויסע הייל מיטלען, אונז קליינע מענטשעלעך האבן שוין פיל בענעפיטירט פון די ספעיס מיסיעס.

תפארת שלמה פרשת האזינו, אינדאסירט די ספעיס מיסיעס לצורך רפואה.
IMG_20161015_200203-800x737.jpg

שמעקעדיג » מוצ"ש אקטאבער 15, 2016 8:14 pm

· #352532
העי יין שרף, וועלקאם בעק. פליז בלייבן דא מיט אונז!

מי אני » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2019 2:21 pm

· #435212
<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=uqKGREZs6-w">https://www.youtube.com/watch?v=uqKGREZs6-w</a>