☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » אשכול אן א טיטל #11002

אשכול אן א טיטל #11002

71 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11002
בלאט: 1 2

— » פרייטאג אקטאבער 7, 2016 6:09 pm

· #351935

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

ליפא » פרייטאג אקטאבער 7, 2016 6:10 pm

· #351936
ביל קלינטאן זאגט אז יעצט נאכן הערן דעם טעיפ וועט ער מעגליך יא וואוטען פאר טראמפ.

נעגעל וואסער » מוצ"ש אקטאבער 8, 2016 8:23 pm

· #351940
עולם הפוך ראיתי.. ווען ער העצט און בלאפט א גאנצע צייט גייען מענטשען פאר איהם, ענדליך זאגט ער זאכן מיט די גאנצע הארץ און דער עולם האט גאר טענות...

פרייוויליג » מוצ"ש אקטאבער 8, 2016 9:08 pm

· #351947
מאנכע זאגן פאר אז פענס קען רעזיינען.

שטאפענע קאפעליטש » מוצ"ש אקטאבער 8, 2016 10:21 pm

· #351960
סאיז געלונגען די דעמעקראטן, דאנעלד קען פארמאכן שאפ. ער האט נישט וואס צו גיין מארגן צום דיבאטע.

מקען זיך אבער לערנען דערפון צו זיין מער פארזיכטיג, די היינטיגע וועלט קען מען אלץ צירוק ברענגן.
מזאל זיין מער פארזיכטיג ביים לאזן א וואיס נאוט למשל, יענער האט די וואיסנאוט יעצט פאר גוד אין קען עס ניצן קעגן די אין א שמיטה

נולד מאוחר » מוצ"ש אקטאבער 8, 2016 10:56 pm

· #351966
כפארשטיי נישט די גאנצע רעש, האבן נישט רוב פון די אלע פאלטישנס דורכאויס זייער יארן גערט זאלעכע דברי נבלה?

פליקער » מוצ"ש אקטאבער 8, 2016 11:03 pm

· #351967
מען קען מיינען אז מרס קלינטאן האט א פילטער, יעדע גוי האט מחשבות זרות, דעיס אז מען מאכט א ביג דיל פון די סטופיד פריוואטע שמיעס, צייגט ווי ביליג די מידיע איז, און אזא צייט ווי יעדע שוואכע מאמענט פון יעדען ווערט פאטאגראפירט, העמער זעין ווי אזוי דער טאף גיי דאנעלד וועט בייקומען די שטרויכלינג, און די אלע זיינע פיינט וואס זענען דא לגבות את חובם, קענען זיין פארזיכערט אז דער דאנעלד וועט נאך טרעפן שמיץ אויף יעדען באזינדער.

ביבער » מוצ"ש אקטאבער 8, 2016 11:10 pm

· #351970
די רעש איז נישט איבער די דברי נבלה נאר איבער די ביליגקייט מיט וויאזוי ער באציהט זיך צו פרויען. היינט איז א וועלט פון פעמיניזם און אבדזשעקטיפייען פרויען איז פון די ערגסטע עבירות.

הוגה » מוצ"ש אקטאבער 8, 2016 11:17 pm

· #351971
נעגעל וואסער
עולם הפוך ראיתי.. ווען ער העצט און בלאפט א גאנצע צייט גייען מענטשען פאר איהם, ענדליך זאגט ער זאכן מיט די גאנצע הארץ און דער עולם האט גאר טענות...

"דער עולם" האבן נישט קיין טענות, קלינטאן שטיצער (אדער בעסער געזאגט אנטי טראמפערס) האבן טענות. גיי אויף די טראמפ שטיצער וועבסייטס און סאושעל מידיא סייטס און דו וועסט זעהן אז גארנישט האט זיך געטוישט ביי זיי. די אלע ריפאבליקאנער וואס פארדאמען טראמפ האבן אים ממילא נישט ליב געהאט. טראמפ גייט פארלירן די וואלן ע"פ דרך הטבע, אבער נישט צוליב רעדן ווי א חזיר. ראמני און מקעין האבן אויך פארלוירן וואלן. קלינטאן שטיצער זענען עקסייטעד אבער זיי כאפן נישט אז זיי לעבן אין אן עקאו טשעימבער.

.

הוגה » מוצ"ש אקטאבער 8, 2016 11:24 pm

· #351972
קיינער זאל נישט ארויסנעמען פון מיין פריערדיגע תגובה כאילו כ'בין א טראמפ שטיצער חלילה. ס"ה, נאכן ווערן bombarded מיט אלע מיני ארטיקלן און אנאליזן וואס צייגן ווי טראמפ איז פארטיג וכדומה, האב איך מיר געכאפט אז אלע מיינע ארומיגע זענען הייסע קלינטאן שטיצער. האב איך מיך אריבערגעכאפט צו א טראמפ סאושעל מידיא סייט און דארט לעבט מען און מ'לאכט. אדרבא, אסאך חברה דארט טענה'ן אז דער סקאנדאל וועט נאר שאדן מאכן פאר קלינטאן. בקיצור, א יעדער איינער הערט, זעהט און גלייבט נאר דאס וואס וועט קאנפירמירן זייערע פריערדיגע הנחות.

.

קאצקע ציקער » זונטאג אקטאבער 9, 2016 12:15 am

· #351976
הוגה פארוואס זאל עס שאטן פאר קלינטאן ?..

הוגה » זונטאג אקטאבער 9, 2016 12:17 am

· #351977
קאצקע ציקער
הוגה פארוואס זאל עס שאטן פאר קלינטאן ?..

איך האב נישט קיין אהנונג. איך זאג נאר אז דאס איז וואס די טראמפ שטיצער מיינען.

ליפא » זונטאג אקטאבער 9, 2016 12:19 am

· #351978
📎 IMG_20161009_001844.jpg

ליפא » זונטאג אקטאבער 9, 2016 12:19 am

· #351979
קאצקע ציקער
הוגה פארוואס זאל עס שאטן פאר קלינטאן ?..

דאס וועסטו זען ביים דעבעיט מארגן...

קאצקע ציקער » זונטאג אקטאבער 9, 2016 12:22 am

· #351981
ליפא
קאצקע ציקער
הוגה פארוואס זאל עס שאטן פאר קלינטאן ?..

דאס וועסטו זען ביים דעבעיט מארגן...

וועט דיר גארנישט העלפן ליפא... טראמפ איז היסטארי

ליפא » זונטאג אקטאבער 9, 2016 12:22 am

· #351982
קען זיין. ס'האט אבער גארנישט מיט דעם. ער איז גארנישט מער היסטערי יעצט ווי פאר צוויי טעג צוריק

ליפא » זונטאג אקטאבער 9, 2016 12:31 am

· #351983

If Trump is smart this "scandal" can give him the presidency.
No one was going to mention Bill Clinton´s real sex scandals (and Hillary´s shameful reaction to them) for fear of being labelled politically incorrect.
But now it´s the Clintons themselves who have brought sex into the race.
If Trump is smart he will use this to focus everybody´s attention of who the Clintons are as people. Goes to the heart of character, and in that department the Clintons can never ever win.
The Trump campaign should be focusing all their energies right now on reminding the American people how Bill and Hillary Clinton conduct themselves when it comes to the matter of women and sex.
It´s Trump´s to lose right now, if he plays hardball.

ליפא » זונטאג אקטאבער 9, 2016 12:33 am

· #351984

“Go behind closed doors of the holier-than-thou politicians and pundits and see what they’re saying. I look like a baby.”’

—Donald Trump, in his WSJ interview on Saturday

רויטע וואנצעס » זונטאג אקטאבער 9, 2016 12:42 am

· #351986
קיינעם גייט נישט אן די כבוד פון פרויען. קיינעם אינטערעסירט נישט וואס ער האט געזאגט. יעדער רעדט די זעלבע שמוץ טאג איין טאג אויס. וואס גייט יעדעם איינעם אין די מידיא אן, איז אז דערווייל איז נאר דא איין אזא ווידיאו, וואס קלעקט נאר די מידיא סייקל פאר צוויי טאג אנשטאט צוויי וואכן, אז מ'זאל נישט דארפן שטום און טויב ווערן פון די זעלבע דרעק איבער און איבער.

ליפא » זונטאג אקטאבער 9, 2016 12:56 am

· #351987

The Left would be ok with Trump's lewd comments if they were made during sexual encounters with a 22-yr-old woman in the Oval Office.

פידלער » זונטאג אקטאבער 9, 2016 1:08 am

· #351989
רויטע וואנצעס
קיינעם גייט נישט אן די כבוד פון פרויען. קיינעם אינטערעסירט נישט וואס ער האט געזאגט. יעדער רעדט די זעלבע שמוץ טאג איין טאג אויס. וואס גייט יעדעם איינעם אין די מידיא אן, איז אז דערווייל איז נאר דא איין אזא ווידיאו, וואס קלעקט נאר די מידיא סייקל פאר צוויי טאג אנשטאט צוויי וואכן, אז מ'זאל נישט דארפן שטום און טויב ווערן פון די זעלבע דרעק איבער און איבער.

קיינעם גייט נישט אן די כבוד פון פרויען.

אויזער די פרויען. (50% פון די voting population)

פליקער » זונטאג אקטאבער 9, 2016 1:12 am

· #351990
רבי דאני האט געזאגט א מיסע ווארט, איך גלייב נישט עס וועט קלעיבן, נאר די פאליטישע קארעקט מידיע אדער סיי ווער עס ווערט אינטערוויוט אינטער די שיין פון א קאמארע מיז שפילן די ברוגז געים, מיז זיין אויפגעברויזט ביז גאר, אבער וועלכע גוי קוקט נישט נאך יעדע שיקצע מיט א קאמענט אויף איר שאנדע, נאר וואס דען ער קען גיין ניצן עפעס א סגילה, עס שיינט אז ער האט עין הרע, ער זאל זיך איינשרייבן אין עיני הישיעה אדער תהילם כולל.
נאך א אינטערעסאנטע באמערקונג אויף זיין אפעלדזשי קליפ האט ער נאך אמאל די קאקעין סניף.

הוגה » זונטאג אקטאבער 9, 2016 1:19 am

· #351993
[ציטאט אראפגענומען]

קען זיין אז דו ביזט גערעכט און קען זיין אז נישט. All I'm saying is אז דאס וואס דו זאגסט זאגן אלע דיי הארד אנטי טראמפערס אבער ביי די טראמפ שטיצער הערט מען די פארקערטע. נו, דאס איז טיפיקל און מען קען פון דעם גארנישט בויען.

berlbalaguleh » זונטאג אקטאבער 9, 2016 1:25 am

· #351995
פליקער: ווען דאנאלד טראמפ זאלל וויסן אז ס'וועט איהם ברענגען וואוטס גייט ער זיך איינשרייבן אין עיני הישועה (פולל סערוויס, מיט'ן בעל מקוגל גיסן וואקס אדער בליי אום 3 אזייגער פארטאגס) און אין תהלים כולל אויך אין חצות כולל. ר'עט אפילו גיין הערן א שיעור אין דף היומי אדער אין על הגאולה והתמורה. אלעס. ממש אלעס. אויב ס'וועט איהם ברענגען וואוטס...!

berlbalaguleh » זונטאג אקטאבער 9, 2016 1:26 am

· #351996
.

ליפא » זונטאג אקטאבער 9, 2016 3:03 am

· #352000
ליפא
ביל קלינטאן זאגט אז יעצט נאכן הערן דעם טעיפ וועט ער מעגליך יא וואוטען פאר טראמפ.

נייס צו זען מיין וויץ אויף אלע whatsapp און טעלעגראם טשענעלס...
Feels good

יתרו » זונטאג אקטאבער 9, 2016 4:07 am

· #352003
אין אייועלט בעטן די מנהלים מען זאל נישט דערמאנען די נייע סומעטאכע אפילו ברמז
תגובהדורך קרעטשמער » זונטאג אוקטובער 09, 2016 3:20 am
די נייעס ארום די פרעזידענטליכע וואלן איז ליידער אריינגעשווימען אין טערעטאריע וואס איז נישט פאסיג פאר ערליכע אידן עוסק צו זיין אין דעם.

אלזא, מיר שפארן נישט אינגאנצן אפ די אשכול ווייל עס איז דא אנדערע זאכען וואס מען קען אויסשמועסן ווייטער אויף א נארמאלע אידישע אופן.

אבער מיר בעטן זייער אז קיין שום ווארט אדער אפילו רמז פון די נישט פאסענדע נייעס זאל דערמאנט ווערן, אזוי אז מען זאל נישט דארפן אינגאנצן אפשפארן די אשכולות.

ווי אויך ווילן נאכאמאל דערמאנען און בעטן. אויב זעהט איר א תגובה וואס פאסט נישט אדער באלאנגט נישט ביי אונז, ביטע זייט עס מדווח און די מנהלים/אחראים וועלן זיך אפגעבן דערמיט. אויף קיין פאל נישט מאכן דערפון א שמועס אדער ציטירן. דאס מאכט נאר שווערע נאכדעם און עס ברענגט מער נאכוויי.

בתקוה להבנה.

א גמר חתימה טובה פאר אונז אלע.

טרויבן88 » זונטאג אקטאבער 9, 2016 4:15 am

· #352004
יתרו

והבדילנו מן התועים..

טרויבן88 » זונטאג אקטאבער 9, 2016 4:20 am

· #352005
הוגה
קיינער זאל נישט ארויסנעמען פון מיין פריערדיגע תגובה כאילו כ'בין א טראמפ שטיצער חלילה. ס"ה, נאכן ווערן bombarded מיט אלע מיני ארטיקלן און אנאליזן וואס צייגן ווי טראמפ איז פארטיג וכדומה, האב איך מיר געכאפט אז אלע מיינע ארומיגע זענען הייסע קלינטאן שטיצער. האב איך מיך אריבערגעכאפט צו א טראמפ סאושעל מידיא סייט און דארט לעבט מען און מ'לאכט. אדרבא, אסאך חברה דארט טענה'ן אז דער סקאנדאל וועט נאר שאדן מאכן פאר קלינטאן. בקיצור, א יעדער איינער הערט, זעהט און גלייבט נאר דאס וואס וועט קאנפירמירן זייערע פריערדיגע הנחות.

.

אוודאי וועט עס האבן אן עפעקט נישט קיין חילוק מיט וועם די ביסט ארומגענומען. דער טראמפ האט קולטישע שטיצער אויף א פארום וואס נישט ציפיל האבן נאר געהאט, אבער נישט אלע זענען קולט מעמבערס און פויערן אן שכל, טייל פון זיי וואלטן ווען געוואוט פאר עם אלץ בוחר הרע במעוטו, אבער יעצט זיי נישט ווייל רוב האבן ווייבער און משפחה פאר וועם זיי וועלן דארפן מסביר דעם החלטה,

ליפא » זונטאג אקטאבער 9, 2016 4:26 am

· #352006
אין שטום בודקע וואוט מען אליין אן די ווייב און קינדער

הוגה » זונטאג אקטאבער 9, 2016 8:32 am

· #352013
אוודאי איז דא, אויב די (קראנטע) פאולס ווייזן א steady decline איבער די נעקסטע וואך אדער צוויי, קען מען וויסן אז עס איז צוליב דער סקאנדאל. למעשה זענען די קאנוויקשאנס יעצט נישט באזירט אויף פאולס נאר אדער אויף די chatter וואס מען הערט/ליינט אדער אויף די אייגענע בייעסיס. צוליב דעם האב איך אויפמערקזאם געמאכט אז די אלע מענטשן וואס לעבן אין די טראמפ באבעל ווייסן נישט פון וואס דו רעדסט און זיי האבן גאר א פארקערטע chatter ארום זיך.

.

הוגה » זונטאג אקטאבער 9, 2016 8:46 am

· #352015
איך האב particularly הנאה געהאט פון דער קאמענט אויף איינער פון טראמפ'ס סאושעל מידיא סייטס. נאכאמאל, איך שטיץ נישט טראמפ, ווייט פון דעם. איך קען אבער נישט דערליידן די holier than thou שפיל פון די ליבעראלן, כאילו זיי מיינען פשוט די ריספעקט פון פרויען בלא בלא בלא...

.
_20161009_084136.JPG

הוגה » זונטאג אקטאבער 9, 2016 8:50 am

· #352017
[ציטאט אראפגענומען]

עס איז זייער מעגליך אז עס איז דערנאך מיט טראמפ אבער רוב מענטשן בעיסען עס imho אויף די chatter און זיי זאגן אפן אז "אלע טראמפ שטיצער, ספעציעל פרויען זענען יעצט אקעגן טראמפ" דאס איז נישט אמת.

אגב, די פארדאמונג פון פענס און פון מאלאניע איז טיפיקל קאמפיין סטראטעגיע. איך בין זיכער אז דו האסט געזעהן House of Cards.

.

הוגה » זונטאג אקטאבער 9, 2016 9:13 am

· #352021
יא אבער נישט אז עס איז דערנאך. א לאנד וואס האט איבערגעלעבט א מאניקע לאווינסקי סקאנדאל אן קיין ערנסטע hiccups האט נישט קיין פראבלעם צו פארגעסן פון טראמפ'ס קאמענטס, ספעציעל היינט ווען סענזאציאנעלער מעשיות שטארבן אפ שנעלער ווי די ספיד אוו לייט.

יואליש » זונטאג אקטאבער 9, 2016 11:02 am

· #352028
פידלער
רויטע וואנצעס
קיינעם גייט נישט אן די כבוד פון פרויען. קיינעם אינטערעסירט נישט וואס ער האט געזאגט. יעדער רעדט די זעלבע שמוץ טאג איין טאג אויס. וואס גייט יעדעם איינעם אין די מידיא אן, איז אז דערווייל איז נאר דא איין אזא ווידיאו, וואס קלעקט נאר די מידיא סייקל פאר צוויי טאג אנשטאט צוויי וואכן, אז מ'זאל נישט דארפן שטום און טויב ווערן פון די זעלבע דרעק איבער און איבער.

קיינעם גייט נישט אן די כבוד פון פרויען.

אויזער די פרויען. (50% פון די voting population)

פרויען רעפרעזענטירן מער פון 50 פראצענט פון די עלעקטאראט, און סובארבען פארהייראטע מאמעס פון צענלעריגע טעכטער זענען די סווינג וואויטערס. דעריבער זענען די רעפובליקאנע שישקעס אין פאניק. ס'קען זיי קאסטן די טייערע בלאק וואויט, זייער איינציגסטע שליסל צו געוינסן איז אין געפאר אין די עלעקשן (קאנגרעס און סענאט) און פאר קומענדיגע עלעקשאנס. אויך, אישוס פון רעספעקט, קאנסענט איז די הייסע אישו צווישן מילעניולס, די ציקומפט, און די רעפובליקאנע האלטן נישט ביים פארלירן וואלן פאר יארן ארום כדי צו פארטיידיגונג די זקנים: טראמפ, ראזשער עילס, ביל קלינטאן און ביל קאסבי.

די פאניק ביי די רעפובליקאנע איז פאליטיש און נישט איבער טראמפ וועלכער איז ממילא געווען אויפן וועג צו פארלירן, ס'איז איבער אנדערע פארמעסטן און די ציקומפט. אבער די פאניק רעפלעקטירט א שאק און אפשיי וואס זיי ערווארטן פון די וויילער, מיטל יעריגע פרויען און אינגע מענער און פרויען.

הוגה » זונטאג אקטאבער 9, 2016 11:21 am

· #352031
[ציטאט אראפגענומען]

ניין, עס איז נישט קיין צושטעל. עס איז נאר גענוצט געווארן ארויסצוברענגן א נקודה וואס ווער עס וויל נאר קען עס פארשטיין.

פרייוויליג » זונטאג אקטאבער 9, 2016 11:26 am

· #352032
מיינע ברידער אין אמעריקע הערט וואס איך זאג אייך. דער סקאנדאל גייט נישט רירן א נאדל ביי טראמפ'ס סעפארטערס. אזוי ווי דער דאנעלד הגדול האט שוין געזאגט אז ער קען שיסן א מענטש און ער וועט נישט פארלירן וואוטס. טאקע דאס זענען זיינע סעפארטערס 'אן קיין הענט און קיין פיס' - פאר מער זעט די לענגערע ארטיקל אין דער וועקער די חודש.

די עצם סקאנדאל איז נישט סתם ניבול פה ווי מאנכע זאגן, נאר עס demeaned פרויען אויף א גאר עקל'דיגן אופן. באריכטן געבן אן א צוויי ענליכע אזעלכע סקאנדאלן זענען אויפן וועג.

די קומענדע 2-3 וואכן איז די מערסטע קריטיש אין די עלעקשען. יעצט מאכן אסאך מענטשן זייערע אויסוואל. סא עס קען העכסט קלאר זיין אז דאס גייט אים שאדן מאכן.

עי. בי. סי. איז היינט ארויסגעקומען מיט א פאול אז 43% פראצענט אמעריקענס זאגן אז טראמפ זאל רעזיינען.

א פרישע פאול זאגט אז 8% אהייא וואוטערס זאגן אז דאס האט געטוישט זייערע וואוט.

פארשטייט זיך אז מען קען נישט אזוי שנעל זאגן אז די זאך איז פארטיג, ווייל עס קען יעדע רגע אויפרייסן עפעס ביי קלינטאן. אבער די מזל שפילט איר אזוי גוט, אז ווען עס קומט עפעס ארויס אויף איר [למשל די פרייטאג וועגן די ספיטשעס] קומט ארויס עפעס נאך ערגער אויף טראמפ.

מ'קען קלאר זען אז די GOP איז אין טאטאלע כאאס, און ווייסן זיך נישט וואו אהין צו טון.

היינט נאכט ביים דעבאטע גייט זיין היבש אינטערסאנט. כ'האב היינט געליינט פון עקספערטן וואס שפעקעלירן אז קלינטאן פלאנט נישט צו גראבן היינט צו טיף איבער דעם, זי גייט זיך האלטן נאם. עס איז קלאר אז טראמפ גרייט זיך צוריק צו ווארפן צו איר איבער ביל'ס מעשים. אבער ער דארף גאר גאר אכט געבן אז דאס זאל נישט ביטערליך צוריק פייערן. טראמפ האט שוין די קינדערישע וועג די לעצטע יאר פון זאגן: יענער האט אנגעהויבן, יענער איז ערגער, יענער טוט דאס אויך. טראמפ קען גיין היינט טיפער אין בלאטע מיט א קריץ מיט די אויגן.

מאנכע שרייבן אז טראמפ גייט זיך היינט אויפפירן זייער נישט פרעזידענטלעך, ער האט שוין נישט וואס צו דערלייגן. עס איז שווער צו זען אז די דעבאטע היינט זאל אים טוישן די בליק ביי אמעריקאנער וויילער. עס בלייבט איבער צו זען די damage control.

יואליש » זונטאג אקטאבער 9, 2016 11:36 am

· #352033
כ'זעה אין "דער איד" טעגליכע אימעיל מוטשעט זיך וויאזוי צו דעקן די וואלגארישע נייעס. כ'מיין אז דער איד און דער בלאט זאלן זיך האלטן צו ר תורה'דיגע דעקונג און עס בלויז אנריפן "דאנאלד טראמפ'ס והחזיקה במבשיו סקאנדאל".

ליפא » זונטאג אקטאבער 9, 2016 11:38 am

· #352034
וויאזוי האט די איד געדעקט קלינטאן לעווינסקי אוועל אפיס סקאנדאל בשעתו?

אפשר » זונטאג אקטאבער 9, 2016 12:13 pm

· #352038
יואליש
כ'זעה אין "דער איד" טעגליכע אימעיל מוטשעט זיך וויאזוי צו דעקן די וואלגארישע נייעס. כ'מיין אז דער איד און דער בלאט זאלן זיך האלטן צו ר תורה'דיגע דעקונג און עס בלויז אנריפן "דאנאלד טראמפ'ס והחזיקה במבשיו סקאנדאל".

קול העולם האט זיך גאנץ פיין אן עצה געגעבן
קול העולם-אידיש:
#פרעזידענט_קאמפיין_2016: דאנעלד טראמפ׳ס פרעזידענט קאנדידאטור איז אין ערנסטן געפאר, נאכדעם וואס עס איז אפירגעקומען א רעקארדירונג פון יאר 2005, וואו ער רעדט גאר מיאוס קעגן פרויען. מער ווי פופצן רעפובליקאנער קאנגרעסלייט, סענאטארן און גאווערנארס האבן שוין געמאלדן אז זיי ציען צוריק פון זייער שטיצע פאר טראמפ און וועלן נישט שטימען פאר אים. פילע רעפובליקאנער שרייען אז טראמפ זאל אפטרעטן און פּענס זאל איבערנעמען אלס פרעזידענט קאנדידאט, אבער טראמפ האט שוין קאטעגאריש געזאגט אז ער וועט בשום אופן נישט אפטרעטן.

פאלגט נאך פולע דעקונג פונעם סקאנדאל, דא אויפן טשענעל.

קאצקע ציקער » זונטאג אקטאבער 9, 2016 12:29 pm

· #352039
נישט קיין פארגלייך עפעס א טשענעל ווי דער יוד אימעיל

פרייוויליג » זונטאג אקטאבער 9, 2016 12:29 pm

· #352040
лпم iοوԴ
דראמאטישע ווידיאו פון פרוי וואס זאגט אז בילל קלינטאן האט איר מאנס געוועהן

דראמאטישע ווידיאו קומט יעצט ארויס ווי א פרוי באשולדיגט טראמפ מיט די זעלבע מעשים טובים פון ביל קלינטאן. עס יאווענען זיך פרישע מנובלישע טעיפס פון טראמפ מיט יעדן פארבייגייענדע מינוט. דאס איז אבער ממש מעשה ביל: באמבע

ליפא » זונטאג אקטאבער 9, 2016 12:35 pm

· #352041
лпم iοوԴ
דראמאטישע ווידיאו פון פרוי וואס זאגט אז בילל קלינטאן האט איר מאנס געוועהן

און ביל איז דאך געווען א גוטע פרעזידענט, מוז מען וואוטען פאר טראמפ!!

פרייוויליג » זונטאג אקטאבער 9, 2016 12:38 pm

· #352042
ליפא דו גייסט קאפ אין וואנט! ביל לויפט נישט פאר פרעזידענט, הילערי לויפט! און יא מ'האט טאקע אימפיטשט ביל וועגן זיינע מעשים טובים. Two wrongs doesn't make one right. מ'גייט שינדן טראמפ'ס הויט מיט פייערדיגע גאפלעך.

פרייוויליג » זונטאג אקטאבער 9, 2016 12:44 pm

· #352044
лпم iοوԴ
הילערי האט געהאלפען איר מאן פארשעמען און לייקענען די פרויען וואס ער האט געטשעפעט

יא דאס איז פאטעטעס קעגן טראמפ. איבערהויפט ווען עס אויף טעיפ. יענס איז בלויז רעפארטס.

שמעלקא'לע » זונטאג אקטאבער 9, 2016 4:38 pm

· #352064
עס מיינט נאך גארנישט. די גאנצע טראמפעריי מיום הוולדו ועד עתה שטייט אויף אומלאגישקייט, למעלה מן השכל, למעלה מן המשוער, למעלה מן המזל און למעלה מהשגותינו. וועמען האט ער נאכנישט געטשעפעט? וועמען האט ער נאכנישט באזידלט? שווארצע, מעקסיקאנע, מוסלעמענער, אימיגראנטן, דעמאקראטן, זשורנאליסטן, און אפילו פיצלעך אין די וויגעלע. כמדומה לי איז עס ווייט נישט דאס ערשטע מאל וואס ער פארטשעפעט זיך מיט פרויען. און וואס? האט דאס עפעס גענידערט פון די אוומרעאליסטישע 'טראפ-פיבער'? נעווער עווער! און מ'רעדט דא ווי גלייך די ליבעראלע קלינטאן איז עפעס א קטלא קניא אין דעם פעלד פון ... שוין, לב מלכים ושרים ביד השם, וואס פארשטיי מיר אונז?

אייז קריעם » זונטאג אקטאבער 9, 2016 5:58 pm

· #352083
קאמפעיר מילאניע טראמפ וואס האט יא מוחה געווען אויף איר מאן, צו היללערי וואס האט נישט נאר נישט מוחה געווען נאר אינטימעדעיטעט זיינע וויקטימס.

ליפא » זונטאג אקטאבער 9, 2016 6:54 pm

· #352087
📎 IMG_20161009_185355.jpg

ביבער » זונטאג אקטאבער 9, 2016 6:59 pm

· #352089
שמעלקא'לע
עס מיינט נאך גארנישט. די גאנצע טראמפעריי מיום הוולדו ועד עתה שטייט אויף אומלאגישקייט, למעלה מן השכל, למעלה מן המשוער, למעלה מן המזל און למעלה מהשגותינו. וועמען האט ער נאכנישט געטשעפעט? וועמען האט ער נאכנישט באזידלט? שווארצע, מעקסיקאנע, מוסלעמענער, אימיגראנטן, דעמאקראטן, זשורנאליסטן, און אפילו פיצלעך אין די וויגעלע. כמדומה לי איז עס ווייט נישט דאס ערשטע מאל וואס ער פארטשעפעט זיך מיט פרויען. און וואס? האט דאס עפעס גענידערט פון די אוומרעאליסטישע 'טראפ-פיבער'? נעווער עווער! און מ'רעדט דא ווי גלייך די ליבעראלע קלינטאן איז עפעס א קטלא קניא אין דעם פעלד פון ... שוין, לב מלכים ושרים ביד השם, וואס פארשטיי מיר אונז?

אומלאגישקייט? יא, למעלה מן השכל וגו? בכלל נישט, ער איז א מעסטער פערסועידער וזהו. די מבינים אין דעם פעלד האבן עס זייער קלאר פרעדיקטעד.

כלבאשבוע » זונטאג אקטאבער 9, 2016 8:05 pm

· #352094
טראמפ מאכט א פרעסע קאנפערענץ מיט ביל קלינטאן געליטענע:

בלאט: 1 2