☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » אשכול אן א טיטל #10986

אשכול אן א טיטל #10986

9 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10986

— » פרייטאג סעפטעמבער 30, 2016 10:02 am

· #351552

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

גאנצל » פרייטאג סעפטעמבער 30, 2016 11:41 am

· #351557
גארנישט געהערט אז ס'איז געווען א פראטעסט

היסטאריקער » פרייטאג סעפטעמבער 30, 2016 11:44 am

· #351559
////

היסטאריקער » פרייטאג סעפטעמבער 30, 2016 11:50 am

· #351562
לויט ווי איך ווייס האט מען זיי בכלל נישט גערופן, וואס האלטסטו די זאליס וואלטן געטאן אזא צייט? געהאקט אדער חוזק געמאכט, איז שוין בעסער צו איגנארירן

פיינע קאווע » פרייטאג סעפטעמבער 30, 2016 3:12 pm

· #351577
די ארגענעזירער (נישט ח"ו) די משתתפים. האבן דאך אראנדזשירט די פראטעסט נאר מיט די מטרה. צו איגנארען די אהרונים און ווייזען אז זיי זענען נישט נאר דא ווען מ'דארף הילף מיט געלד פאר חינוך עצמאי. זיי זענען יא קנאים
האט מען זיי צוליב געטון און איגנארט.

שמעון וואלף » זונטאג אקטאבער 2, 2016 7:56 am

· #351638
лпم iοوԴ
אקעי, קען זיין אז די אהרונים האבן א אנדערע "שיטה" אין אידישקייט און מלחמה קעגן ציונים, און וועגען דעם האבן זיי געהאלטען אז יעצט איז נישט די צייט צו פראטעסטען. אבער למעשה איז געוועהן א פראטעסט דורך סאטמארע אידן, ס'איז געוועהן אפילו באשריבן דורך נישט-סאטמארע, וואס איז די תירוץ פאר דער בלאט עס נישט צו באשרייבען נארמאל? איז נישט יעדע זאך וואס ווערט געטוהן קעגן די ציונים ווערד צו ווערן באשריבן אין א סאטמארע צייטונג? דער בלאט באשרייבט אפילו אמאל אמאל נטורי קרתא פראטעסטס, פארוואס באשרייבן זיי נישט די יעצטיגע פראטעסט ווי הונדערטער היימישע מענטשן האבן זיך באטייליגט?

איך פארשטיי אז ס'איז פאליטיק, אבער ווי אזוי פארענטפערן עס א ערענסטע אהרוני וואס פארשטייט אז מלחמה קעגן ציונות איז העכער פאליטיק?


קודם טרעף מיר אזאנס נאכדעם עמיר שמועסן

(דאנט געט מי ראונג, זלונים זענען גארנישט בעסער מיט דעם)

גאלד » זונטאג אקטאבער 2, 2016 10:00 am

· #351644
קודם פארענטפער מיר פארוואס די רבי'ס בויקאטן נאך עד היום איינעם דעם אנדערן שמחות, (איך גראדע ווייס דער תירוץ), דאס איז א מיליאן מאל מער אבסורד,

היינו טעמא דשופר היינו טעמא דמגילה,

קנאק-יענקל » דאנערשטאג אקטאבער 6, 2016 3:21 pm

· #351815
זאגט מיר א צינישער אהרוני, אז ר' אהרן האט געווארט צו הערן אויב סקולענער רבי און הגריח"מ פרידמאן וועלן באשיינען.

ומששמע אז זיי זיצן אינדערהיים, איז ער געבליבן אין קרית יואל.

ס'האט מיר געקאסט א שמייכל, אבער פארוואס זענען זיי טאקע נישט געווען?

שמעלקא'לע » מאנטאג אקטאבער 10, 2016 9:15 pm

· #352183
איך קלער אז ס'האט פשוט נישט קיין פשט צו מאכן יעצט א פראטעסעט. אז דו קוקסט די קול קורא וועסטו נישט טרעפן צופיל ערנסטע רבנים דארט, נאר די וואס זענען להוט נאך חתימות און זענען זיך מחיה דערמיט. איך גלייב אז ווען מ'וואלט ווען געפרעגט אדמו"ר מהר"א שליט"א איבער די פראטעסט און ער וואלט געזאגט ניין, וואלטן די ארגאניזירער געהאט צען מאל א גרעסערער עולם... ממילא אז מ'איגנארירט און עס איז ניטאמאל אויף די ראדאר, ווייסט דאך קיינער נישט אויסער די פאר ארגאניזירער און זיייערע נאכשלעפער איבער א פראטעסט.
אין אנדערע נייעס הערט מען אז די מאסיווער פראטעסט האט ב"ה געהאט אזא אפקלאנג, אזש דער לאנגיעריגער ראש הכופרים פרס האט אפגעפייגערט...