☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » אשכול אן א טיטל #10970
אשכול אן א טיטל #10970
37 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10970
— » מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 4:42 pm
· #351104
דער פאסט איז אראפגענומען געווארן
חייקל » מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 4:44 pm
· #351108
וואו קען מען עס מיטהאלטען אן האבען א TV אדער subscription ביי איינע פון די news networks?
טרויבן88 » מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 4:46 pm
· #351111
חייקל
וואו קען מען עס מיטהאלטען אן האבען א TV אדער subscription ביי איינע פון די news networks?
חייקל » מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 4:50 pm
· #351113
יישר כח טרויבען88
טרויבן88 » מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 4:55 pm
· #351114
חייקל
יישר כח טרויבען88
אויך, ווען מען ליינט Drudge קען מען אביסעל זיך connecten מיט די heat of the moment. http://WWW.drudgereport.com
איך האב פיינט דעם דראדזש. ער מיט די אלע וואס האבן פארקויפט קארסערוועטיזן און אדאפטעט טראמפיזםקולטיזם
טרויבן88 » מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 5:04 pm
· #351118
лпم iοوԴ
הונדערט מיליאן מענטשן זענען ערווארטעט מיטצוהאלטן די דעבאטע היינט נאכט צווישן הילערי קלינטאן און דאנעלד טראמפ. דאס איז נישט ווייט פון די 115 מיליאן וואס האבן מיטגעהאלטען די גרעסטע סופערבאל אין היסטארי אין 2015, און אויך נישט ווייט פון די 125 מיליאן וואס האבן מיטגעהאלטן די ערשטע לאנדונג אויף די לבנה אין 1969!!
דאס מיינט אז היינט נאכט איז א גאר גאר היסטארישע מאמענט
היסטאריש??? אז וואס? אז א גאנצע לאנד פארכט זיך אז א צידרייטער נארסיסיסט זאל נישט ווערן פרעזידענט, און מען האפט אז דער צידרייטער זאל ווערן צימאלן היינט נאכט (וואס לפי דעתי וועט נישט געשען)
צי מיר איז דאס אזוי היסטאריש ווי א ספעיס קעפסאל האט אןיפגעריסן אינמיטן ארויף גיין אין ספעיס.
חייקל » מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 5:11 pm
· #351120
די ליבעראלע האבען אים וואס פיינט צו האבען.
איך פאר מיר האב שוין מחליט געווען אז סיי מיט הילערי אדער טראמפ איז אמעריקע אין דיעפ טרובעל. די שאלה איז ,אפשר, ווער פון זיי וועט מאכען בעסערע החלטות וואס נישט איך אדער דו ווייסען. נאכמער די גאנצע פייט פון זיי צוויי האבעי גארנישט מיט אונז סייוויי, מ'רעדט פון ביליאנס אף דאללערס וואס טשיינע האט אין אמעריקע וכו'..... און אסאך אזעלכע סימילער אישוס.
ממילא האב איך נישט פיינט דראדזש אדער די פאוסט, נ. י. טיימס און וכו'
אבער איין זאך איז זעכער דראדזש ציהט גוט אן יעדעמס נערווען, בפרט ווען נעמט און באטראכט אז ער איז נאר א curator,
איין משל איז וואו ער ברענגט א לינק פון WND אז עמעזאן האט דיליטעד כמעט 2000 reviews פון הילערי'ס בוק Forward Together, ווייל ס'איז געווען צו נעגעטיוו וכו' .
עניווייס שוין צו סאך פארברענגט און אפילו נישט אין די ריכטיגע אשכול. צוריק צום ארבייט. סי יו אלל ..
טרויבן88 » מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 5:30 pm
· #351124
הקיצור איך זע נישט וואס די האסט מיר געענטפערט. דראדזש האט פארקויפט קארסערוועטיזן, און האלט עס און איין פארקויפן טאג איין טאג אויס, ער שטייט נישט פאר קיין שום פרינציפ.
און א גרויסע ראיה פון??? WND איינע פון די גרעסטע משוגעים און קאנספיראציע דרייווערס, א קוזין מיט איינע פון די גרעסטע משוגעים וואס דער וועלט האט נאר אמאל געזען דעם אלעקס דזאוןס, ברוך השם אז דראדזש ברענגט שוין לינקס פון דארו אויך. נאך עפעס דערלעבט.
פליקער » מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 5:36 pm
· #351125
מיכל סאוועדזש האט געכאפט א ריק פון WABC ווי מען האט אים אראפ געריקט, לכאורה נאר פאר א ביסל נישט פאר קיפס, אבער ווי עס זעיט אויס גייט ער מאכן א ויצעקו אז מען וועט אים ברויכן משתיק זיין.
טרויבן88 » מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 5:38 pm
· #351127
פליקער
מיכל סאוועדזש האט געכאפט א ריק פון WABC ווי מען האט אים אראפ געריקט, לכאורה נאר פאר א ביסל נישט פאר קיפס, אבער ווי עס זעיט אויס גייט ער מאכן א ויצעקו אז מען וועט אים ברויכן משתיק זיין.
געלויבט גאט אז מען ריקט ארום דעם צידרייטן. איך פלעג עם אמאל הערן. אוי איז עס געווען א צייט פארשווענדניש. אשאד.
אבער פאר עם איז עס א גוטע זאך, ווייל יעצט האט ער וואטער וואס צי רעדן.
און סתם אזוי ווערט ער נאר געליפטערט 2 שעה אנטקעגן 3 איבער אמעריקא.
סמבטיון » מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 6:25 pm
· #351131
איך האב פארשטאנען אז סענאר פאר היינט, ווייל זיי ריפארטן לייוו פון לאנג איילענד
טרויבן88 » מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 6:38 pm
· #351132
סמבטיון
איך האב פארשטאנען אז סענאר פאר היינט, ווייל זיי ריפארטן לייוו פון לאנג איילענד
שוין, דעס מיינט גארנישט פאר די וואס הערן ראדיא ווייסן אז סגעשענט אפט און ביי יעדע לאקאל זאך האקט מען איבער נאציאנאלע פראגראמען.
פרייוויליג » מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 6:44 pm
· #351135
עס איז אוממעגליך צו וויסן וויפיל viewers עס גייען זיין. דאס איז א טאקטיק פאראויס צו זאגן, אזוי גייען מענטשן טראכטן, אזוי? אזויפיל מענטשן גייען עס וואטשען, איך קען דאס נישט פארפאסן...
גר ותושב » מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 6:47 pm
· #351137
טרויבן88 » מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 7:05 pm
· #351139
מייקל סעוועדזש, דער קאנסערוואטיווער ראדיא קאמענטאטאר, איז פלוצלינג און אומפאראויסגעמאלדן אראפגעווארפן געווארן פון די ראדיא כוואליעס אויף "770 דאבעליו-עי-בי-סי", היינט אינמיטן זיין טעגליכן שאו. ער זאגט אז מען האט אים בכלל נישט איינגעמאלדן פון פאראויס איבער די גאנצע זאך, און ער האט עס דערקלערט אלס א פאליטישע פוטש קעגן אים, וויבאלד ער איז פרא-טראמפ.
קרעדיט @קול העולם אידיש...
נאר דער צידרייטער מאכט נייעס פון יעדע קליינע זאך. ווייל ער נישט וואס צי רעדן. נעבעך.
כדי צי מסביר זיין וואס גייט פאר לפי עניות דעתי איז אז יעדע ראדיא סטעשאן האט א רעכט אפציהאקן און ריפארטן לאקאל נייעס, 'אן' אנריפן דעם host. למשל ווען דער געז פייפ האט געפלאצט און מאנהעטן איז סעוועדזש אויך געווען אפגעהאקט, און Curtis and kuby אדער נאר איינער האט עם איבערגענומען, ביי האריקען סענדי האבן זיי אויך איבערגענומען סעוועדזש, נאר??? ער האט מסתם נישט געוויסט... סנישט דא קיין שום סיבה צי מאכן א מצב, נאר זעט אויס אז נאכן רעדן יעדן טאג 3 שעה אז ער גייט 'נישט' רעדן פון פאליטיק... נאר אז ער גייט רעדן אז ער גייט נישט רעדן וכו' פרובירט ער דאס.
מאן דאמר » מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 8:09 pm
· #351143
https://www.youtube.com/watch?v=855Am6ovK7s&app=desktop
ליפא » מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 8:15 pm
· #351144
גרעסטע ''פאליטיקעל'' TV איווענט, כצ''ל
ליפא » מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 8:40 pm
· #351146
הילערי קומט אן צום דעבעיט
📎 IMG-20160926-WA0290.jpg
רויטע וואנצעס » מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 8:58 pm
· #351148
ערשטע 2016 פרעזענדליכע דעבאטע LIVE
http://www.cnn.com/
https://www.youtube.com/watch?v=855Am6ovK7s
http://www.cbsnews.com/live/?ftag=CNMe94798
http://www.foxnews.com/
http://www.nbcnews.com/
http://abcnews.go.com/
רויטע וואנצעס » מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 9:27 pm
· #351149
ס'פריילעך!
פליקער » מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 10:25 pm
· #351150
בעליוו מי, בעליוו מי, בעליוו מי, וכן הלאה, ער איז פאר פייער וגם וואסער, שאן העניטי, קייניר קאלט נישט שאן העניטי, איך האב געקאלט, אויב איינער וועט קאלן שאן העניטי, בעליוו מי, איי העוו עי בעטער טעמפערמענט.....
זי שניידט שטיקער,
נעגעל וואסער » מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 10:48 pm
· #351151
כ'האב נאר זוכה געווען צו זעהן די צווייטע חלק. פוי איז טראמפ געווען פארלוירן אין מיינע אויגן. זיך געמוזט פארענטפערן כסדר, און אייביג אוועקגעפארן פון די נושא. און יא, הילערי האט די לוקס צו זיין פרעזידענט, נישט ער..
רויטע וואנצעס » מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 11:00 pm
· #351153
ערשטע האלבע שעה: טראמפ שטארק אויף מעסעזש און פרעזעדענשיל. רייסט שטיקער פון הילערי.
איבריגע שעה: הילערי ווארפט שטיקער פלייש בעיט צו דאנאלד, ער ווארפט זיך אויף דעם ווי א הונגעריגע וואלף וואס לאזט נאך זיך בלוט פלעקן. זי האט ווארשיינדליך געזען יעדע פריימערי דעבאטע, און זיך געלערנט וויאזוי אנצוציען טראמפ.
הילערי האט נישט אזוי ווייט געווינען, ווי טראמפ האט פארשפילט ביים ענדע.
גר ותושב » מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 11:35 pm
· #351154
אוי איז דאס געוועין א דיבאטע צום וואטשען!
אנגעהויבן גאנץ פיין מהאט זיך צעפראסקעט אויף א מיעסע פארנעם טראמפ מיטן פארשטאפטן נאז רעדט אריין ווי ער קען מיט זיין אויפגערעיגטע גרינמאסן בשעת ווען הילערי מיטן שמייכעל שנייט צוריק שטיקער.
למעשה דארף מען אריבער גיין די גאנצע דיבעיט אלע נושאים ווער איז גערעכט אויף די פאקטן און ווער איז ארויס די געוואונער פער יעדע אישו אפשר מארגן ווען איך מער מאריך זיין למעשה בכלליות איז הילערי ארויס די קלארע געוואונער היינט נאכט יא איך פארשטיי אז יש אומרים אז טראמפ איז געוועין גענוג גוט פאר זיינע שטיצער אבער איך מעסט עס אויף א אנדערע אויפן יעדער ווייסט אז אין ביידע פארטייען זענען דא אומצופרידענע פארטיי מיטגעלידער וואס ביי די עלעקשענס וואלטן זיי נישט געגאנגען וואוטן אדער וואלטן זיי געסוויטשט זייט און ביי די רעפאבליקאנער וואס שטיצען נישט טראמפ האט טראמפ גארנישט אויפגעטוהן מה שאין כן הילערי האט זיך פארזיכערט איר פארטיי דאס איז מיין אפיניען.
קלוגע יודל » דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 2:58 am
· #351167
למעשה, וויפיהל קוקערס זענען געוועהן?
פרייוויליג » דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 9:39 am
· #351171
קלינטאן האט אויסגעשפרייט א טרעפ און טראמפ איז אריינגעטאנצן אין דעם. זי איז א רוח פון א דעבאטירער.
ישראל גלויבער » דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 12:40 pm
· #351185
https://vine.co/v/5rzQgHFU6zO
גר ותושב » דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 1:06 pm
· #351192
ישראל גלויבער
https://vine.co/v/5rzQgHFU6zO
ממש אזוי צופרידן ביסטו פון דיין קאנדיטאט אז די קליפ לייגסטו ארויף אויף דריי אשכולות?
אה איך פארשטיי שוין דאס איז אפשר געוועין די איינציגסטע סוקסעס פון דאנאלד נעכטן.
ליפא » מיטוואך סעפטעמבער 28, 2016 11:46 pm
· #351425
אומגלויבליך וואס פארט ארום אויף סאשעל מידיע וואס קלינטאן ווינקט זיך מיטן מאדערעטאר דורכאויס דעם דעבעיט דורך אפגעשמוסטע סימנים
הוגה » דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2016 1:43 am
· #351428
ליפא
אומגלויבליך וואס פארט ארום אויף סאשעל מידיע וואס קלינטאן ווינקט זיך מיטן מאדערעטאר דורכאויס דעם דעבעיט דורך אפגעשמוסטע סימנים
ביטע לייג א קליפ אדער א לינק צו א קליפ. יישר כח.
טרויבן88 » דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2016 6:10 am
· #351437
ליפא
אומגלויבליך וואס פארט ארום אויף סאשעל מידיע וואס קלינטאן ווינקט זיך מיטן מאדערעטאר דורכאויס דעם דעבעיט דורך אפגעשמוסטע סימנים
מסתם איז דאס געבראטענע טראמפ שטיתים. אבער אן אלעקס דזאוןס פראדאקטיאן
ליפא » דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2016 7:32 am
· #351440
פרייוויליג » דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2016 9:51 am
· #351446
[ציטאט אראפגענומען]
זעלבסט פארשטענדליך נאכן מיאוס פארלירן די דעבאטע, קומען די בהמישע טראמפ סעפארטערס ארויס מיט אלע שטותים והבלים און אילוזיעס. די ווייטאג זעט זיך ארויס זייער שטארק פון די וויסטע קאנספעראציעס.
פרייוויליג » דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2016 12:30 pm
· #351457
עס גייט אסאך טיפער. יעדעס מאל טראמפ סניפט מיט די נאז, שיקט ער א סיגנעל צו די מאדערעיטער אז רוב פאולס האבן שוין סייווי געוואוט אז ער האט געווינען, סא סאיז אשאד פארצוזעצן ווייטער די דעבאטע..
כלבאשבוע » דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2016 1:11 pm
· #351466
די פריערדיגע וידיאו איז נעריש, דאס איז שוין יא אביסל פארדעכטיגט:
https://vimeo.com/184885431
די פראבלעם איז אז ער איז אידענטיפיצירט געווארן אלץ א NBC איינגעשטעלטער און נישט א הילערי געהילף.
דולה ומשקה » דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2016 1:34 pm
· #351471
נאך מאדענע ערשיינוגען בנוגע קלינטאן ביים דיבעיט.
https://www.youtube.com/watch?feature=p ... i6tf7KP-Kw
פרייוויליג » דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2016 1:57 pm
· #351473
כגעדענק נאך די ערשטע דעבאטע אין 2012, האט מען אויך באשולדיגט ראמני פארן ארויסנעמען א נאטיץ ביכל און עס נאך די דעבאטע געקומען אפנעמען.
געווענדליך די אלע וואס פארלירן קומען אויף מיט די אלע נארישע דמיונות. ווייל אויב האסטו געווינען דאן פארוואס ספינען?