☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מוזיק! » יאיר כלב - ניגוני חב"ד

יאיר כלב - ניגוני חב"ד

8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1097

זר זהב » זונטאג יולי 15, 2012 8:13 pm

· #24384
יאיר כלב - ניגוני חב"ד
זייער שיין.-- {מ.ב.ד. זינגט די ניגון אויף זיין לאצטן אלבום}

בן תמליון » מאנטאג יולי 16, 2012 2:26 am

· #24455
מלא חן. ייש"כ.

לאדיך אפ » מאנטאג יולי 16, 2012 2:28 am

· #24457
הירשל ציג האט אים אמאל אוועקגעמאכט.

ונבנתה העיר » זונטאג סעפטעמבער 2, 2012 5:25 pm

· #42198
פון א ליובאוויטשער פראספעקטיוו פארשטיי איך פארוואס מען זאל איהם אוועקמאכן, אבער נאכ'ן זעהן זיין audience פארשטיי איך פארוואס ער לאזט ארויס כלאחר יד אזעלכע הברות משונות.

qwerty » מאנטאג סעפטעמבער 3, 2012 2:33 am

· #42402
ונבנתה העיר
פון א ליובאוויטשער פראספעקטיוו פארשטיי איך פארוואס מען זאל איהם אוועקמאכן, אבער נאכ'ן זעהן זיין audience פארשטיי איך פארוואס ער לאזט ארויס כלאחר יד אזעלכע הברות משונות.


איך פארשטיי זייער גוט וואס איר זאגט אבער מיר שטערט נישט אזוי שטארק די "הברות משונות" ווי דעם אז ער הרג'עט אוועק די גאנצע טיפקייט און רייכקייט פון דעם טיפזיניקן חב"ד'סקער השתפכות הנפש ניגון.

ער פארדרייט דעם ניגון אין א ראק-ען-ראל... אז ער חילוני עולם זאל "סווינגען" צי זייער איינגעוויינטען ראק-ען-ראל רוח.

שמייכל » מאנטאג סעפטעמבער 3, 2012 8:59 pm

· #42838
חברה, אפשר הערט איר אויף מאהלן וואסער

צו ווייסט איר וואספארא מאס ווארימקייט עס ליגט אין זיין זינגען, הבהרות ארויף משונות אראפ, דאס מאכט נישט אויס, ווער עס פארשטייט אביסל צו א ווארימע געזינגעכץ ווערט משוגע פאר יאיר כלב, אויב געפעלט אייך נישט דער קליפ טשעקט אויס אויף יוטוב ס׳איז דא נאך ווערזיעס פון דעם ניגון געזינגען דורך יאיר׳ן.

ונבנתה העיר » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 11:30 pm

· #43405
איך פארשטיי אז עס איז א מהלך, אבער צו ארגינעלע ליובאוויטשער נגינה האט עס קיין שייכות.

נקודת החבדית » מאנטאג יולי 27, 2015 2:01 am

· #291983
ניגונים אותנטי עם ניחוח של פעם