Team Viewer
איך האב געדאונלאוד Team Viewer איך נוץ די פרייע ווערסיע איך האב אויף מיין אקקאונט פיר קאמפיוטערס, וואס איך נוץ.
וואס מעג מען נוצן פאר די אומזיסטע סערוויס? און וואס דארף מען שוין אפגרעידן צו באקומען א לייסענס?
צו וואס פרעג איך? ווייל היינט ווען איך האב אריינגעלאגט אין מיין אקקאונט איז ארויפגעקומען א מעסעדזש אז זיי זענען חושד אז איך בין א ביזנעס.
וויל איך וויסן וואס גייען זיי טוהן? גייען זיי מיר אפשפארן די אקקאונט? אדער עפעס אנדערש?
יישר כח פאר די ענטפערערס פון פאראויס
זיי ווערן קליגער און קליגער,
לעצטנס דערשמעקן זיי שנעל ווען מ'עביוזד זייער פרייע ווערסיע, וואס זיי טוהן, זיי האקן דיך אפ אינמיטן און לאזן דיך נישט אריין פאר ווארטן 5 מינוט, וכדומה,
@גאלד
סאיז נאר אינטערסאנט אויף וואס קוקן זיי צו זען אויב מען איז א ביזנעס, למשל ביי אונז ווייסט מען ווער סאיז א גביר, אזא איינער וועס געבט אריין א ספר תורה אין ביהמ''ד... אבער פון ווי זאל טים וויער געוואר ווערן אויב מען ניצט עס פאר א ביזנעס? (אויב מען האט אן סטעטיק איי. פי.? אויב יא איז עס אינטערסאנט)
אויב מען נוצט עס צו אפט קענען זיי חושד זיין. א פריוואטער מענטש איז נישט ביזי דערמיט יעדן טאג.
Re: Team Viewer
אז איך האב א אפיס און איך בין נישט קיין סאך דארט?
איך האב שוין יארן די מעסידזש און איך עס נוץ עס נאכאלס, מיין אקאונט האט ארום 25 קאמפיוטערס. פאר א שטיק צייט האט זיך עס אפגעהאקט נאך 5 מינוט נוצן אבער סאמעהאו איז עס אוועק.
איך האב אריבער 50 קאמפיוטערס אין מיין אקאונט און הערשט לעצטענס האבן זיי אנגעהויבן צו טרייבערן, אבער עס ווערט נישט אפגעהאקט.
יאהרן צוריק האב איך אויך געהאט מיט זיי, און נאך א וויילע האבן זיי מיך אינגענצן געבלאק'ד. איך האב זיך פארבינדען מיט זיי דורך אימעיל און זיי מסביר געווען אז איך טו טובות פאר מענטשן און מאך דערפון נישט קיין פרוטה. יענער האט מיר מסביר געווען אז כאטש דאס פארלאנגט אויך א באצאלטע ווערסיע, וועט ער עס מיר אויפשפארן.
זיי קיקען אויך אויף די Mac address
פון די דיוויס
וואס איך טי איז איך אינסטאל עס און vm ware
וואס דארט איז זייער גרינג. צו טוישןmac address
צום פינטלזיי קיקען אויך אויף די Mac address
פון די דיוויס
וואס איך טי איז איך אינסטאל עס און vm ware
וואס דארט איז זייער גרינג. צו טוישןmac address
but why bother?
its really slow if you use it from a vm
Re: Team Viewer
איך וויל נוצן די remote desktop ווען די קאמפיוטער שלאפט. איינע פון די זאכן וואס דארף זיין פאר דעם, זאגן זיי:
If you want to wake up the computer with the help of its public address, your computer must be clearly identifiable on the Internet at all times. This is the case either if you have a fixed, static IP address through your Internet provider or your computer is reachable, e.g. with the help of a dynamic DNS provider
וויל איך וויסן: נארמאל קומט א ראוטער מיט א סטעטיק פי איי אדרעס? אויב נישט איז עס שווער צו מאכן, אדער האט עס סייד עפעקטס?
א סטאטיק איי. פי. קומט נישט מיט א ראוטער.
ווען מען שטעקט איין סיי וועלכע דעווייס צו די אינטערנעט וואס אין דיין פאל איז עס די ראוטער, באקומט די דעווייס אן איי פי אדרעס פון די אינטערנעט פראוויידער. דער איי. פי. אדרעס הייסט די פאבליק איי. פי.
על פי רוב וועט עס זיין דיינאמיק. דהיינו אז די פראוויידער קען עס טוישן פון צייט צו צייט.
רוב פראוויידער'ס געבן סתם אזוי דיינאמיק און פאר נאך אפאר דאלער קען מען באקומען א סטאטיק.
Re: Team Viewer
איינמאל מען האט א סטעטיק איי פי איז שוין פשוט צו מאכן wol (wake on lan?
אויך האב איך ערגעץ געליינט אז עס איז מער אויסגעשטעלט צו העקערס
סטאטיק איי. פי. איז נישט אזוי וויכטיג ווייל מען קען פונקט אזוי נוצן א דיינאמיק די. ען. עס. פראוויידער אזויווי ס'שטייט אין די טעקסט וואס דו האסט פריער געשריבן.
גארנישט איז פשוט ווילאנג מען פארשטייט נישט. נאכן פאַרשטיין איז אלעס פשוט. העסט נאך דארפן אדורך גיין אסאך ביז ס'וועט ארבייטן.