☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » שאלה וועגן לייגן תפילין ביי נאכט

שאלה וועגן לייגן תפילין ביי נאכט

13 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10947

yachad » מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 7:07 pm

· #350459
שאלה וועגן לייגן תפילין ביי נאכט
איינער וואס איך קען לייגט א מאל א מאל תפילין ביי נאכט. איך ווייס, און ער ווייסט, אז דער רבנים פסק׳נען אז מ׳טאר נישט אפי׳ אויב דאורייתא מ׳מעג. אבער איך בין ניידעריג, טאמער איינער לייגט יא תפילין ביי נאכט און נישט ביי טאג, דאורייתא, איז ער יוצא פאר יענער טאג וואס איז געווען, אדער דער טאג וואס וועט זיין, אדער נישט יוצא מיט גארנישט?

איסר האטלקי » מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 7:53 pm

· #350465
מדאורייתא יוצא ליום הבא.

יהושע חיים » מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 7:59 pm

· #350469
Re: שאלה וועגן לייגן תפילין ביי נאכט
עס ווענד זיך וויאזוי מען לערנט די חיוב פון תפילין איז געוואנדן אינם טאג אדער מען דארף אייביג גיין תפילין און אינז גיימער לכה"פ איינמאל א טאג

Sent from my Fire Phone using Tapatalk

איסר האטלקי » מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 8:06 pm

· #350471
יהושע חיים
עס ווענד זיך וויאזוי מען לערנט די חיוב פון תפילין איז געוואנדן אינם טאג אדער מען דארף אייביג גיין תפילין און אינז גיימער לכה"פ איינמאל א טאג

Sent from my Fire Phone using Tapatalk

אויב לויטן צווייטן וועג איז נישטא קיין שום טעגליכער חיוב, הויבט זיך נישט אן דער גאנצער שאלה. ער איז יוצא פאר יעצט ביינאכט און פארטיג. אויב אבער איז עס א טעגליכער חיוב דאן איז עס ווארשיינליך פאר מארגן.

טמיר » מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 9:03 pm

· #350480
Re: שאלה וועגן לייגן תפילין ביי נאכט
מדרבנן האט ער בפשטות זיכער נישט יוצא געווען, ווייל עס נישט נאר א איסור צו לייגן, נאר עס לאו זמן תפילין

זבולון » דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 12:00 am

· #350497
דוכט זיך מיר אז עס איז נישט פארהאן קיין חיוב הנחת תפילין פאר יעדן טאג, סא די שאלה איז נישט רעלעווענט.
תפילין איז א זכרון פאר א גאנצן טאג, און אונז האבן מיר עס אוועקגעלייגט נאר פאר שעת ק"ש ותפילה צוליב פארשידענע סיבות, אבער עס האט גארנישט צו טוהן מיטן טאג.

די איינציגסטע מקור דוכט זיך איז אין זוהר וועגן א קרקפתא דלא מנח תפילין, וואס דארטן איז אויך דא א מחלוקת צו עס איז פאר יעדן טאג אדער פאר אייביג, ואיכמ"ל.

קארעקט מי איף איי עם ראנג.

יהושע חיים » דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 12:00 am

· #350498
Re: שאלה וועגן לייגן תפילין ביי נאכט
אסאך אחרונים (אריינגערעכנט פמ"ג וביאור הלכה) אז לילה איז יא זמן תפילין
נאר עס איז אסור אלס שמה יפיח אויב מען ווייסט אז מען איז אין מצב וואס מען קען זיך איינהאלטן און נישט איינשלאפן מעג מען לייגן תפילין (אזוי ווי א יוצא לדרך לפני עלות השחר)

Sent from my Fire Phone using Tapatalk

ליפא » דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 12:01 am

· #350499
With a Bracha? I don't think so

יהושע חיים » דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 12:10 am

· #350502
Re: שאלה וועגן לייגן תפילין ביי נאכט
ליפא
With a Bracha? I don't think so

ניין מען מאכט נישט קיין ברכה אלס גזירת חז"ל
מען מאכט ווען עס ווערט טאג (אויב איך געדענק גוט זאגט רעק"א אז מען זאל נישט מאכן קיין ברכה ווייל ער האט שוין מקיים געווען מצות תפילין ביים אנטיהן)

מודיעין » דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 12:58 am

· #350506
עיין פרמ"ג (הובא בביאוה"ל ריש סי' ל"ז) אז אויב מ'האט איין טאג נישט געלייגט תפילין האט מען מבטל געווען א מ"ע. און פושעי ישראל בגופן הוא קרקפתא דלא מנחא תפילין איז א גמרא, און די פמ"ג ברענגט בשם א' מהאחרונים אז אפי' ביטל יום א' גייט אויך אריין בכלל זה, עס איז דא ראשונים וואס האלטן אז דוקא אויב מ'האט קיינמאל נישט מקיים געווען די מצוה, הייסט מען א פושעי ישראל.

און להלכה מבואר במחבר ומ"א, דלילה זמן תפילין הוא, נאר עס איז דא א איסור צו לייגן משום שמא יישן בהם, ובאופן וואס עס איז נישט דא די חשש, דאס הייסט מ'קען נישט איינשלאפן ווייל מ'גייט אויפן וועג, דעמאלטס מעג מען לייגן ביינאכט, און א ברכה מאכט מען ווען עס ווערט טאג, און רעק"א רעדט ווען מ'האט שוין געמאכט א ברכה ביינאכט.

זבולון » דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 9:30 pm

· #350652
אההה.. סארי, מיין זכרון פאנגט שוין אן צו וועפן.

ציבעלע-קיגל » מיטוואך יולי 5, 2017 11:46 am

· #377923
נישט ער מעג מאכען א ברכה און נישט ער איז יוצא

אישתישבי » מיטוואך יולי 5, 2017 11:02 pm

· #378063
ער איז יוצא מיט א גזירה שוה פין טאשער