☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » וואס איז דע דעפינישן פון סוקסעס

וואס איז דע דעפינישן פון סוקסעס

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10938

אייז קריעם » זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 12:17 pm

· #350207
וואס איז דע דעפינישן פון סוקסעס
מען קומט אריין צו א חתונה, ווי שטייען דאס מערסטע מענטשן? ביי די מוזיק. טאמער איז דא א גרופעע זינגערס, שטייען האלב פון די געסט דארטן אין אמאל אפילו נישט געלאדנטע קענען זיך אהינשטעלן קוקן. לכאורה מיינט דאס אז דער זינגער/זינגערס זענען סוקסעספול, לכל הפחות אינעם פעלד פון זינגען.

ווי העט זיין אז איך זאל וויסן אז יענער זינגער וואוינט און זיין מאמעס בעיסמענט און איז אלס געווען א לא יוצלח? הא קעירס, למעשה ער לייגט אראפ א שטיקל אויפן טאהן אין ביעט און דעטס אלל דעט קאונטס.

די זעלבע זאך איז מיט יעדע פעלד. עס קען זיין א רב און א גרויסע קהילה און א גרויסער תלמוד חכם און א געשליפענער רעדנער, אבער זיינע קינדער זענען אומגעראטן אזש מען קען חאלישן צו קוקן אויף זיי. (איך כאפ נישט אן דא דע נושא פון געלט, פשוט ווייל מענטשן שארן זיך צו צי א גביר טאמער וועט זיך אויף זיי אנראבן אפאר גראשן).

יעצט, ווען די פרעגסט ווען א חשובער יוד וועגן דעם זינגער וועט ער דיר זאגן וואס פארא לוזער דער איז און עס אינטערעסירט עם בכלל נישט. משא"כ אויף דעם סוקסעספולן רב וועט ער פארקיקן אויף דע פאקט אז זיין שטוב איז זיבורית שבזיבוריות. איי עפעס מיז דאך דארטן ראנג זיין, הא קעירס.

טא מיין שאלה איז, פון א יודישן שטאנדפונקט, ווען קיקט מען אויפן גאנצט פיקטשער און ווען נישט?

פערזענליך, ביי מיר איז א סוקסעס אפילו א באס דרייווער וואס האט א שיעור צויי מאל א טאג, האט א רעדי שמייכעל פאר עני באדי און האט א פיינע well rounded שטוב, שלום בית, קונדער, וכו. אבער ביים היימישן ציבור איז אזא איינער ווערט א פייג.

סימפל » זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 12:48 pm

· #350214
סוקסעס מיינט מצליח זיין, ערייכן א ציל וואס מען האט זיך אינטערגענומען. ביי יעדעם איינעם מיינט סוקסעס א צווייטע זאך. א גוי צילט אויף איין זאך איז דעס זיין סוקסעס, א איד אויף א צווייטע זאך, און ביי א טעראריסט מיינט סוקסעס אז ער האט זיך סוקסעספול אויפגעריסן.
איינער וואס האט א שיינע שטוב מיט א הרחבה'דיגן פרנסה און ער איז מעורב בין הבריות וועט מען בדרך כלל זאגן אז ער איז סוקסעספול מענטש, ווייל רוב מענטשן צילן אויף דעם. אגם עס קען זיין אז ער האט נישט אריין געלייגט צופיל כוחות אנצוקומען צו דעם.

קנאקעדיג » זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 12:59 pm

· #350216
יא יא האסט שוין אמאל געזען א טאטע ווייזן פאר זיין קינד אויף א געלונגענעם נערסערי מלמד אז דא גייט אן איש מוצלח?? דער איד הייסט רבי ראובן האט קוים אויף שבת צו מאכן זיין אייביגע שאיפה איז געווען צו זיין א גוטע מורה פאר קינדער, אלע קינדער גלייכן אים אלע עלטערן הערן אים נישט אויף צו רימען, ער איז צופרידען און פרייליך אז זיין ציל איז דערגרייכט. אבער איז ער דען א סוקסעס?? אדער קוקסטו אים ניטאמאל אן ווען ער גייט דיר אריבער?
ווען דו הערסט ווי איינער זאגט פארן צווייטן אן א נאמען אז דער אדער יענער איז א סוקסעס, וויפיל מעגליכקייטן איז דא אז ער האט גערעדט פון יענעם מלמד? גארנישט. פאר דעם וואקסן אויף דורות פון פיצא פרעסער און געלט גייציגער גנבים.

נולד מאוחר » זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 3:04 pm

· #350233
אייז קריעם
יעצט, ווען די פרעגסט ווען א חשובער יוד וועגן דעם זינגער וועט ער דיר זאגן וואס פארא לוזער דער איז און עס אינטערעסירט עם בכלל נישט. משא"כ אויף דעם סוקסעספולן רב וועט ער פארקיקן אויף דע פאקט אז זיין שטוב איז זיבורית שבזיבוריות.

דער זינגער אינעם אויגן פונעם חשובער איד איז נישט קיין סוקסעס אפי ער האט גוטע שטוב , טאלאנט אינדרויסען פון תורה איז נישט חשוב ביי עם.
תורה איז חשוב סאו אפי' די משפחה איז נישט חשוב איז די תורה נאכאלץ חשוב

אייז קריעם » זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 3:37 pm

· #350240
קנאקעדיג

ווען דו הערסט ווי איינער זאגט פארן צווייטן אן א נאמען אז דער אדער יענער איז א סוקסעס, וויפיל מעגליכקייטן איז דא אז ער האט גערעדט פון יענעם מלמד? גארנישט. פאר דעם וואקסן אויף דורות פון פיצא פרעסער און געלט גייציגער גנבים.

ס'איז ליידער אזוי אמת