☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מוזיק! » מאיר ראזענבערג

מאיר ראזענבערג

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10930

דענקער » דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2016 11:40 pm

· #349985
מאיר ראזענבערג
מאיר ראזענבערג, אן אייניקל פון דער סאטמארער ראה"ק יצחק ראזענבערג. זייער א טאלאנטפולער קאמפאזיטאר, שפילער און זינגער. בין השאר האט ער קאמפאזירט די ניגון רבינו נחמן בן פיגא וואס ליפא שמעלצער האט מפרסם געווען אין די פאפולערע מוזיק ווידעא.

יעצט איז ער ארויס מיט א פרישע ניגון - מה שהיה, היה.

קאווע טרינקער » דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2016 11:46 pm

· #349989
אויך א סינגעל?

בן אדם » פרייטאג סעפטעמבער 16, 2016 12:19 am

· #349999
קאווע טרינקער
אויך א סינגעל?

איז ער שוין בכלל ניינצען?

לך לך » פרייטאג סעפטעמבער 16, 2016 3:04 pm

· #350072
שיין!!
כגלייך זיינע זאכן

דענקער » פרייטאג סעפטעמבער 16, 2016 3:56 pm

· #350080
ליפא שמעלצער מיט מאיר ביי מאיר'ס חתונה

דענקער » פרייטאג סעפטעמבער 16, 2016 4:02 pm

· #350081
קאווע טרינקער
אויך א סינגעל?

אבוויעסלי נישט,
דענקער
...ביי מאיר'ס חתונה

יוסל פון בני ברק » מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 6:14 pm

· #350759
און א וועלט ווי יעדע נארישע ניגון ווערט א היט און די פאר שיינע גוטע געלונגענע ניגונים ווייסט מען אפילו נישט אז עס איז ארויסגעקומען יאפ קען ער הייסן א גוטע קאמפאוזער, חברה פליז זאגטס מיר נישט אז עטס זענטס סיריעס.