☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » אשכול אן א טיטל #10929

אשכול אן א טיטל #10929

49 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10929

— » דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2016 9:57 pm

· #349967

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

טמיר » דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2016 10:33 pm

· #349973
זייער שיין. נאר א קליינע הערה אויף די קעפל: עס איז דריט האנטיג, נישט ערשט האנטיג!!

טמיר » דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2016 10:42 pm

· #349977
געהערט האב איך א מעשה אז אמאל האט ר' משה געטרינקן א קאווע און מען האט עם געזאגט נאכדעם אז די מילך איז חלב סתם וואס ער האט מתיר געווען, האט ער אויסגעבראכן די קאווע... (איך ווייס נישט צי ער האט עס אויסגעבראכן פון זיך אליינס, אדער מיט א פינגער וכדו')

יהושע חיים » דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2016 10:49 pm

· #349979
טמיר
געהערט האב איך ממקור נאמן (לשיטתך ערשט-האנטיג) אז אמאל האט ר' משה געטרינקן א קאווע און מען האט עם געזאגט נאכדעם אז די מילך איז חלב סתם וואס ער האט מתיר געווען, האט ער אויסגעבראכן די קאווע... (איך ווייס נישט צי ער האט עס אויסגעבראכן פון זיך אליינס, אדער מיט א פינגער וכדו')

אינטערסאנט אז ביי עהם אינדערהיים איז געווען חלב עכו"ם (בלשונו חלב קאמפעני ובלשון אחר חלב סתם) הגם ער האט נישט געטרינקען דערפין
(געהערט ערשט האנטיג)

Sent from my Fire Phone using Tapatalk

ונבנתה העיר » דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2016 10:52 pm

· #349980
באמת א געוואלדיגער סיפור, שש.

ר"מ איז מן הסתם געווען דער איינציגער בדורינו וועלכער האט נאך געשריבן ריכטיגע תשובות ווי אמאל. נישט דער זאגט-יענער זאגט-און איך ווייס נישט.

אין די ליטא האט ער געהאט א ברודער בדומה לו, ר' מרדכי דאכציך. כ'מיין אז ר' חיים עוזר האט געזאגט: זיצן זיך צוויי ברידער פארשטופט אין רוסלאנד און שרייבן תשובות ווי [כ'געדענק שוין נישט].

צוויי לייכט-הארציגע אנעקדאטן:

ר"מ פלעגט טיילן היתר הוראהס רעכטס און לינקס. היו אומרים אז ער שרייבט צו זיין טעלעפאון נומער אז ווען יענער באקומט א שאלה זאל ער אים קענען רופן...

איין איידעם האט ער געהאט א צדיק פון א איד. דער צווייטער איז געווען הצדיק טענדלער הידוע. האט ער געזאגט וואס ס'שטייט ביי לוט, חתניו לוקחי בנותיו; איינער איז חתניו, דער צווייטער איז לוקחי בנותיו...

ירח בן יומו » דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2016 11:45 pm

· #349988
ונבנתה העיר

איין איידעם האט ער געהאט א צדיק פון א איד. דער צווייטער איז געווען הצדיק טענדלער הידוע. האט ער געזאגט וואס ס'שטייט ביי לוט, חתניו לוקחי בנותיו; איינער איז חתניו, דער צווייטער איז לוקחי בנותיו...

שטומט עס אז ער זאל האבן גערעדט אזוי?
עס זעט מיר נישט אויס. נישט מצד זיין איידלקייט. און אויך האב איך קיינמאל נישט געהערט אדער געזען אזא כאפ אדער ציפעדיגע טייטש. ס'פאסט מער אז אנדערע האבן עס געזאגט אויף אים.

berlbalaguleh » דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2016 11:58 pm

· #349992
ירח בן יומו: אז מ'רעדט שוין (איך נעם נישט קיין שטעלונג אדער מיינונג איבער קיין שום איד. ויבוא שמעקי ויברר אחרת. ואח"כ יתנצל שלא הבנתי טוב... 🙄 ) : ביי די לויה פון הרהגה"צ ר' משה פיינשטיין זצ"ל האטציך הרב טענדלער אויפגעשטעלט און אנגעהויבן זאגן די הספד בזה הלשון..מיין שווער ע"ה האט געמאכט 2 טעותים...האטציך דער עולם כולם פה אחד אנגערופן. די ערשטע טעות האט ער געמאכט אז ער האט דיך גענימען פאר אן איידעם... 😂 🙄

קל וחומר » פרייטאג סעפטעמבער 16, 2016 12:06 am

· #349995
ר' משה האט געזאגט פאר א נאנטע מיינער - זיינס א תלמיד, אז אין די יונגע יארן האט ער נישט פארשטאנען וואס דאס מיינט שכחה. (אזוי ווי א בלינדער פארשטייט נישט זעהן)

berlbalaguleh » פרייטאג סעפטעמבער 16, 2016 12:09 am

· #349997
מיין פעטער, זז"ג האט מיר פארציילט אז, אלס נייער אימיגראנט נאך די מלחמה האט ער געוואוינט אין די איסט סייד, בשכינות פון הרב ר' משה פיינשטיין זצ"ל. ווען ר'איז אמאל געגאנגען פרעגן א שאלה ביי איהם, האט ר' משה געפסקנ'ט לחומרא. האט איהם מיין פעטער געפרעגט אז די ר"מ שליט"א האט דאך געשריבן אין די שו"ת אויף די זעלבע שאלה לקולא. האט איהם ר' משה געענטפערט. דארט האב איך טאקע געשריבן לקולא. אבער פאר דיר פסק'ן איך לחומרא...!
ויסכר פי דוברי גאוה ובוז על צדיק תמים וישר...!

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג סעפטעמבער 16, 2016 5:49 am

· #350009
ס'איז דא אזויפיהל מעשה'ס אויף די עניוות זיינע.
איך האב דער וואך געהערט אז אמאל ביים שיעור, וואס כל מיני טיפוסים פון דער איסט סייד (אגב, ס'איז דא איד פון דארט, אירווינג בענדזשאמין, וואס שרייבט צומאל אין המודיע. ער האט געשריבען א בוך אויף זיין לעבען, ווי ער שרייבט דארט אז אפילו היינט דרייען זיך א גרויסע סומע משוגעים אין דער איסט סייג און דאס איז צוליעב דער רוח פון ר' משה זצ"ל וואס גיבט זיי א געפיהל אז דא וועט מען זיי מקרב זיין!) פלעגען אריינקומען און זאגאר אריינהאקען. איין מאל האט ר' משה דערמאנט א ירושלמי ווי דער נאמען פון די אמורא איז געווען אומגעווענדליך. דער טיפוס האט ארויסגערופען "וואס פארא נאמען איז דאס?"
האט ר' משה גע'ענטפערט"וואס איז שלעכט? אזוי ווי איך הייס פיינשטיין, האט ער געהייסען אבא קרטונגא", מיט אזא פשטות כאילו מ'שמועסט ביי וועטשערע.

ס'איז דא פיהל מעשה'ס וואס דרייען זיך אין די עולם הישיבות וואס זענען נישט אזוי באקאנט אינדערויסען. האפעדיג וועט מען עס ארויפלייגען.

היסטאריקער » פרייטאג סעפטעמבער 16, 2016 11:58 am

· #350042
[ציטאט אראפגענומען]


בעיני ראיתי ביי רבינו הברך משה זצ"ל ווען ער איז געווארן רבי, און באקומען א גבאי מיט'ן זעלבן נאמען משה פר"מ, ווען משה האט געטיילט שריים פלעגן מענטשן שרייען "משה" פלעגט זיך דער רבי אויסדרייען קיקן ווער עס ריפט אים

[ציטאט אראפגענומען]


א חבר מיינער איז אריין צו ר' משה זצ"ל אלס בחור בעטן א המלצה בריוו, הערענדיג אז יענעמס טאטע איז א מלמד, האט ער זיך אויפגעשטעלט פאר א "קינד פון א מרביץ תורה"
שפעטער ביים שרייבן די המלצה בריוו האט ער געשריבן אויף אים הרב ווייל ער איז א "קינד פון א מרביץ תורה"

קל וחומר » פרייטאג סעפטעמבער 16, 2016 12:30 pm

· #350044
ס'האט מיר דערציילט הרב אברהם חיים שטיינווארצל שליט"א אז ווען ער איז געווען א קינד האט אים זיין פאטער געשיקט ערב פסח מיטן קערה צו ר' משה ווייל ס'האט געהאט אזעלעכע אויסגעשניצטע צורות דערויף און ס'גייט אריין בשאלה לא תעשה לך פסל.
ווען ער איז אנגעקומען מיטן שאלה האט ר' משה זיך באלד געגעבן א כאפ אויף און געבעטן די רעביצין זאל שוין ברענגן א האמער... זי האט געמיינט אז ער וויל צוברעכן דעם קערה איז זי געווען סקעפטיש, למעשה האט זי עס געברענגט און ר' משה האט ארויסגענומען זיין אייגענע קערה וואס איז געווען גענוי די זעלבע ווי שטיינווארצל'ס און האט זיך נישט בארואיגט ביז ער האט דאס גלאט געמאכט לחלוטין.
ער האט שוין געוואוסט וואס ער האט צו טוהן.

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 9:09 am

· #350980
די מעשה איז ברייט באקאנט אינ'ם עולם הישיבות, און מ'האט עס שפעטער דוכט זיך געדרוקט אין די הקדמה צום נייעם באנד פון אגרות משה.
די יעווסעקציע האט פארמאכט די ארטיגע מקוה. ר' משה האט משכנע געווען די באאמטע צו בויען א שווים באד פאר די איינוואוינער און ערלעדיגט מיט די ארכיטעקט אז ס'זאל זיין א כשר'ע מקוה. אין תשובות רעדט ער ארום די התירים אויף וואס ער האט זיך פארלאזט. ער האט אבער זיך נישט פארלאזט אויף דעם און ער האט זיך אפגעשיידען פון זיין ווייב במשך יענער יארען. א תלמיד וואס האט נארוואס חתונה געהאט האט געפרעגט צו ער מעג מחמיר זיין, האט ער גע'ענטפערט ניין. פארוואס? "ווייל איך האב חתונה געהאט בימים כתיקונם און אדעתא פון א כשר'ע מקוה לכתחילה, דעריבער דארף איך נישט נאכגעבען. דו האסט חתונה געהאט אדעתא פון אזא מקוה און דו האסט זיך מחייב געווען שאר כסות ועונה און דו מעגסט נישט מחמיר זיין אויף איהר חשבון"

איך אויך » זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 7:44 pm

· #351027
דערמאנט די מעשה וואס איז געווען אין ברוקלין עטליכע יאר צוריק וואס מיין ברודערס חבר איז געווען דערביי.

מען איז געקומען אין כולל בעהטן א מנין צום לוויה פאר א עלטערע רוסישע איד. ביים לוויה האט זיין ווייב געזאגט זי וויל זאגן אפאר ווערטער, נו האט מען איר צוליב געטון.

זי איז צוגעגאנגן צום נפטר און געזאגט הויך בזה''ל ''יאנקעל זאג זיי עס איז ניט געווען קיין וואסער איז ניטא קיין קינדער''.

עס איז נישט געווען קיין טרוקן אויג ביי די באטייליגטע.

גראף » זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 9:05 pm

· #351036

ביליג » זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 10:28 pm

· #351040

גראף » זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 11:43 pm

· #351048
דארף נאך דעטאלען.

אישתישבי » דאנערשטאג אקטאבער 20, 2016 1:26 am

· #352664
[ציטאט אראפגענומען]


א דריטע גירסא וואס איך האב געהערט, אז די עמטליכע מקוה איז געוועהן פארשפארט דורך די רוסען, איז אבער געוועהן באהאלטענע מקוואות וואס מען האט געקענט ניצען, האט אבער ר' משה נישט געוואלט, ווייל אסאך אידען האבען זיך נישט מוסר נפש געוועהן, און נישט געגאנגען אין די באהאלטענע מקוואות, האט ר' משה חושש געוועהן אז טאמער וועט זיין רעבעצען האבען א קינד וועלען די מענטשען זאגען אז זי גייט אויך נישט אין מקוה, ממילא דארפען זיי אויך נישט.
ע"כ שמעתי. והבוחר יבחר.

סקרן » מיטוואך נאוועמבער 9, 2016 4:18 pm

· #354143
איך האב געהערט א מוראדיגע מעשה מיט ר' משה פון זיינס א תלמיד רב סנאו
איין מאהל א וואך פלעגט די ביהמ"ד זיין אפען און יעדער וואס האט געהאט א שאלה איז געקומען פרעגן
איינמאהל איז אריין געקומען א פרוי און פארציילט מיט יללות אז זי איז א מלחמה איבערלעבער און נאכען קריג איז נשט געווען קיין געהעריגע עדות אז איר מאן איז געהרג'ט געווארן
חוץ פון איין מענטש וואס האט געזאגט אז ער האט געזעהן ווי מען שיסט אים אריין אין א גרוב און ער האט אים דערקענט פון זיין גענאק {בעק חלק פון זיין קאפ}
איז זי געגאנגען צו א רב און ער האט געגעבן א היתר זי האט חתונה געהאט מיט דעם היתר און געוואונט אין אמעריקא געהאט אפאר קינדער
איינמאהל איז זי געפארן קיין ארץ ישראל מיט איר משפחה און דארט זעהט זי הרוג עומד על רגליו ביי א נויזסטענד
איז זי געקומען צו ר' משה פרעגן מה עליה לעשות
האט רק משה איהר געפרעגט די נאמען פון די רב און איהר געהייסן איבערפארציילן די מעשה
די תלמידים וואס זענען געשטאנען דערנעבן האבען נישט געקענט פארשטיין א פרוי וואס קוים רעדט צווישן די טרערין
נאכען פארציילן נאכאמאהל האט ער איהר געהייסם פארציילן א דריטען מאהל ביים פערדן מאהל האט זי געגעבן א שריי "שוין שוין ער האט מיך נישט געגעבן קיין רשות"
די תלמידים האבען געשטוינט פון די רוח הקודש האט ער געזאגט אז ער קען דעם רב און ער איז זיכער אז די אייבישטער וואלט נישט געזאזט ארויסקומען אזא טעות פון זיין מויל

איך אויך » מיטוואך נאוועמבער 9, 2016 4:23 pm

· #354144
דערמאנט די באקאנטע מעשה פון ''אינה נאמנת'' ביי א חופה.

היסטאריקער » דינסטאג יאנואר 17, 2017 11:55 am

· #359988
איך האב געמיינט אז די אשכול איז מיוחד פאר הגר"מ פיינשטיין זצ"ל, איך האב שוין אויך בייגעשטייערט דערצו, יעצט זע איך אז מ' קען שרייבן "נאך א מעשה פון 'מענטשליכקייט' פון א גדול בישראל"

וויל איך דערציילן אביסל פון די געהויבענע מדות פון רבינו הברך משה זצ"ל מסאטמאר, אסאך וואס איך האב אליין מיטגעהאלטן

היסטאריקער » דינסטאג יאנואר 17, 2017 12:00 pm

· #359989
אחרי שובי נחמתי

איך האב מורא אז דא איז יפה השתיקה, ווייל מתוך שבחו בא לידי גנותו, איך וויל חלילה נישט זיין דער גורם

אנטשולדיגט

טמיר » זונטאג פעברואר 12, 2017 7:35 pm

· #362606
[ציטאט אראפגענומען]

איך וואלט אויך אזוי געטון.

אסאך מעשיות וואס מען פארציילט אויף גדולים, וואלט געווען נארמאל פאר פשוטע מענטשן אויך, נאר פאר סאם ריזן ווערט מען נתפעל פון דעם גדול. וואס האסטו געוואלט, ער זאל אריינגיין מוחה זיין?

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג פעברואר 12, 2017 8:51 pm

· #362616
טמיר, ביסט גערעכט. אבער דיר גייט עס נישט אז ער קוקט טעלעוויזיע, און דיין פאסטען פאדערט גארנישט פון דיר. אז א בעל מאכט, ובפרט איינער וואס האט זיין שטעלער בירושה, זאל א. באמערקען דער בחור׳ס מעגליכע אומבאקוועמליכקייט, און ב. דאס און נאר דאס נעמען אין חשבון, איז אביסל מער ווי ערווארטעט. קיינער האט איהם קיין ר׳ משה פיינשטיין נישט געמאכט פון די מעשה.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג פעברואר 26, 2017 9:02 am

· #363879
יעצט געזען אין המודיע.
א איד אן עושר אין הרמילוב האט געסטראשעט אן אלמנה וואס איז געווען לאנג אונטערשטעליג אין די שכירות פון איהר הויז אז באלד ווארפט ער איהר ארויס פון שטוב.
בצר לה, איז זי געלאפען צום רב ר׳ יעקעלע. ער האט געלאזט רופען, אין מיט׳ן עשי"ת, דער גביר און זיך געבעטען ביי איהם, "דו האסט אזויפיהל הייזער און ביזנעסער, קענסט נישט אפגעבען די אלמנה איהר התחייבות?" דער גביר האט זיך נישט וויסענדיג געמאכט.
יוכ"פ ביי דאווענען, פאר קדושה, האט דער גביר געזאגט פאר בעריש׳ל דער רב׳ס "זאג דיין טאטע׳ן ׳מ׳האט געזאגט אזויפיהל פיוטים, לאמיר אויסלאזען דער לאנגער פאר קדושה׳", מיינענדיג אז פונקט ווי דער רב וויל נישט מוותר זיין אויף קיין פיוט, אזוי אויך וויל ער נישט מוותר זיין אויף זיין שכירות.
בעריש׳ל איז צוגעלאפען צו זיין טאטע, וואס האט גלייך צוגעשטימט, ער וועט אפלאזען א פיוט און דער עושר וועט אפלאזען דער שכירות.
זי"ע

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג מערץ 26, 2017 1:19 pm

· #366804
געהערט דער שבת.
ס'איז דא א ספר מיט'ן נאמען 'מענה לאגרות' פון איינער ביים נאמען שווארטץ, וואס רעדט זייער מיאוס און חוצפה'דיג אויף הרב משה פיינשטיין.
דער וואס האט דער ספר וועט באמערקען אז ס'איז זייער ענדליך צו דער אגרות משה. דאס איז נישט קיין צופאל. זיי האבען גענוצט די זעלבע דרוקער. דער דרוקער איז געגאנגען צו הרב משה פיינשטיין און געפרעגט צו ער מעג עס דרוקען. הרב משה האט איהם געזאגט אז ער מעג עס דרוקען פאר זיין פרנסה.
א מעגליכקייט געהאט אפצושטעלען זיין בזיונות, נאר נישט געוואלט אפשטעלען יענעמ'ס פרנסה!

ארי נוהם » מאנטאג מערץ 27, 2017 3:15 am

· #366948
פאראיאר איז געווען געדריקט אין צייטונג א שמוס מיט דעם הרב שווארצ'עס זון פון פלעטבוש, און יענער האט דערציילט ברמיזה איבערן ספר פון זיין פאטער. ער האט עס אראפגעלייגט ווי אן אלט פארצייטישע אונגארישער רב איז ארויס ללחום מלחמתה של תורה בתמימות, נישט קלערענדיג אז ספאסט נישט געגן אזא גדול בישראל ווי ר' משה.

וואס האט מיר באזונדער געכאפט, איז געווען דאס וואס ער האט דערציילט - וועלנדיג ארויסברענגען א בחינה פון ואת והב בסופה - אז שפעטער פלעגן זיי זיך נאך אסאך טרעפן, כמדומה אין די זומער אין קאנטרי צו וואס, און זיי פלעגן שמוסן באהבה ורעות, כאילו סגארנישט געשען.

איך האב גלייך געכאפט התפעלות פון ר' משה, וואס האט ווייטער געקענט רעדן מיט יענעם נאטירלעך, הגם ער האט עם מיאוס באשמוצט אין זיין ספר כידוע. און נאכמער פון דעם, האט עס ר' משה געטון אזוי נאטירלעך, אז יענער רב און זיין זון האבן טאקע אנגענומען אז סנישט געווען אזא שרעקליכע עוולה, והא ראי' - ר' משה איז נישט אמאל אפילו באבלאזן אויף זיי...

א גאונות אין ענווה מופלגת.

והאיש מש"ה עניו מאוד.

ארי נוהם » דינסטאג אוגוסט 1, 2017 11:23 pm

· #381040
א הערליכע מעשה מיטן גדול בישראל וגדול במידות וגדול בחכמה, הגאון רבי שלמה זלמן אויערבאך זצ"ל.

ערשט האנטיגע עפיזאד:
📎 ניקיון השכל - סיפור נפלא מרבי שלמה זלמן אויערבאך.jpg

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג אוגוסט 28, 2018 12:50 pm

· #411970
איך האב יעצט געהערט צוויי מעשהס מיט ר' משה פיינשטיין.

א. ר' משה האט אמאל געפירט א חליצה ביי אים אין ב"ד שטיבל. דער מאן איז כנראה געווען א היימלאזער, און ווען ער האט אויסגעטון די שיך מיט זאקען אנצוטון די חליצה שיך, איז ארויף א ריח ניחוח וואס זינט 'דער לעצטע געדנאנק' האט מען נישט געוואוסט דערפון, 'זאקען וואשט מען אויך?' איז געווען א ווירקליכע שאלה, און דער עולם וואס האט זיך פארזאמעלט, האט זיך שנעל געשטופט ארויס צו גייען אינדרויסן. ר' משה האט געברענגט א שיסעל ווארם וואסער מיט א שמאטע און זייף, און ער האט אפגעוואשען די פיס פון דער חולץ (ער פלעגט עס אייביג טון, כדי עס זאל נישט זיין קיין חציצה, אבער דא איז עס געווען איבערמענטשליך). זיין געזיכט האט אויסגעזען ווי איינער וואס טוט די עבודה אין ביהמ"ק.

ב. דער מאטערסדארפער רב זצ"ל האט געהאט א ברודער אין אמעריקא וואס איז אוועק אן קינדער, און דער מאטערסדארפער רב האט חולץ געווען כדין. ביי א חליצה פרעגט מען אויס די מאן און פרוי שאלות, אזוי ווי עס שטייט אין די סדר חליצה אין שו"ע, דוכט זיך פון ר' מיכל ר' יוזפ'ס פון קראקא. דארט איז אויסגעשריבען אויף אידיש גענוי וואס מ'דארף צו זאגען, און אזוי טוט מען היינטיגע צייטען. אין די נוסח דארט רעדט מען צום מאן מיט'ן לשון יחיד נוכח 'דו'. נאכ'ן חליצה האט ר' משה איבערגעבעטען דער מאטערסדארפער רב אז ער האט אים אנגערופען אן די געהעריגע כבוד, נאר אזוי שטייט און אזוי טוט מען, און ער האט נישט געקענט משנה זיין.

ג. און א מעשה וואס ליגט מיר אין קאפ. א איד האט באנקראטירט זיין בעלי חוב, און געבליבען בעירום וחוסר כל. נאך דעם האט ער געטראפען נכסים (אפשר איז א חלק פון זיין נכסים ארויף אין פרייז, אזש ער האט שוין געקענט צוריק צאלען א חלק פון די חובות) און ער האט געוואלט קודם געבען פאר זיין שוואגער די געלט וואס ער האט אינוועסטירט אין אים. איז ער געפארען קיין מתיבתא תפארת ירושלים געוואויר צו ווערען צו ער מעג אזוי טון, אדער מוז ער עס צוטיילען צווישען אלע בעלי חוב. זיי זענען אנגעקומען פאר מנחה, און ר' משה האט גלייך געפרעגט הויך און קלאר "אלע בעלי דין זענען דא". האבען זיי געענטפערט, "מיר קומען זיך נישט אויסטענה'ן, נאר פרעגען וואס מ'דארף צו טון". האט ער נאכאמאל געפרעגט, "אלע בעלי דין זענען דא?". זיי האבען זיך נאכאמאל פראבירט צו מסביר זיין, אבער הוא באחת, ער פסקנ'ט נישט אויף יענעמ'ס ממון אן דעם וואס יענער זאל זיין דארט.
שוין, זיי זענען געבליבען צו מנחה, און נאכ'ן דאווענען איז ר' משה צו זיי צוגעקומען און זיך אנטשולדיגט, "וואס זאל איך טון? איך האב זיך געמוזט אפזאגען, אזוי איז די הלכה. איך מיין דיר גארנישט".

זי"ע

ארי נוהם » זונטאג נאוועמבער 18, 2018 12:17 pm

· #416803
הרב הגאון ר' אלי' ליכטער ז"ל סופר מומחה, האט דערציילט זיינע זכרונות וואס זענען געדרוקט געווארן אין די צייטונג, אידישע צייט פ' וירא העעל"ט, וואו ער דערציילט דעם פאלגענדן אינטערעסאנטער אנעקדאט וואס ער האט זעלבסט געהאט מיט הגר"מ פיינשטיין.

אגב, אין תשכ"ט איז הגאון ר' משה פיינשטיין זצ"ל געווען אין "צוקער'ס האטעל". איך האב דארט געדאווענט. בין איך צוגעגאנגען און זיך פארגעשטעלט אלס א סופר. ער האט מיר געשמועסט און געזאגט בתוך הדברים:

"די וועלט מיינט אז איך בין א ליטוואק... מיין טאטע איז געווען א לעכאוויטשער חסיד און די מאמע האט געשטאמט פון ליובאוויטשער חסידים. איך דאווען אין א גארטל אונטער די קאפאטע..."

אדמור מקרייניץ זצל » מיטוואך נאוועמבער 28, 2018 2:45 pm

· #417492
מוירעדיג!!!
<a class="postlink" href="https://drive.google.com/file/d/1gYC6sp8mnjTwRJ7ETRJaH2DS0R0c4W3X/view?usp=sharing">https://drive.google.com/file/d/1gYC6sp ... sp=sharing</a>

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך מאי 1, 2019 8:58 am

· #429371
געהערט דער יו"ט

א. הרב קלמן קראהן ז"ל האט פארציילט אז ער איז געווען אין זוקער׳ס האטעל און ר׳ משה איז דארט געזעסען אויף די גראז די גאנצע טאג, און געשריבן זיין חיבורים. איין טאג האט ער געזען ווי ר׳ משה זיצט און זאגט תהלים. נאך א שטיק צייט האט ר׳ משה געפרעגט ביי די ארומיגע צו די קינדער שווימען נאך. ביז אפאר מאל שפעטער ווען ער האט געהערט אז שווימען פאר די קינדער האט זיך געענדיגט, האט ער געזאגט תהלים.

ב. מיין רבי זז"ג איז געווען דארט און א קינד זיינער פון צוויי יאר האט געשפילט. אין מיטן האט דער קינד, כדרך קינדער, געוויינט. ר׳ משה האט דאס געהערט אין מיטן לערנן, האט ער געפרעגט ווער איז דאס און וואו איז זיין מאמע. ר׳ משה׳ס גבאי האט איהם געזאגט אז עס איז גארנישט קליין קינד וויינט אביסל, אבער הוא באחת אז מ׳דארף טון עפעס דערפאר.

זי"ע

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג יוני 6, 2019 8:30 am

· #431688
איך האב יעצט געליינט די זכרונות פון הרב ישראל דזעיקאבסען ז"ל, פון די ערשטע טוערס למען חב"ד אין אמעריקא (דוכט זיך די פאטער פון שמעון דזעיקאבסען, און זיידע פון YY)

שרייבט ער דארט (עמ׳ קצג)
ביום שמח"ת היינו הולכים מבית לבית, אצל ר׳ יוסף הונקים ור׳ שלמה סולומון ור׳ חיים בלאך ועוד, להיות קצת זמן בכל בית לשמח.
בלכתינו ברחוב הינו נפגשים עם מכירים ויהודים סתם ומכבדים אותם בריקוד, עד אשר לעת ערבית היינו באים לבית ניסן טלושקין נ"י.
הרנ"ט הי׳ מזמין גם רבנים מהשכונה להשתתף בשמחה, ופעם הזמין את הר"ר משה פיינשטיין (גיסו של הר"ר ראובן ליואוויץ) נ"י אשר הי׳ דר באיסט ניו יארק.
הרנ"ט ביקש שישירו בביתו את הניגון של אדמו"ר הזקן, הד׳ בבות, ואמרתי שניגון הזה צריכים לשיר ברצינות ובקבלת עול, וע"כ ילבשו את הכובעים ולא ישבו בהיארמולקעס בלבד.
הר"ר משה פיינשטיין התנגד לזה ואמר דברים חריפים נגד זה, ואמרתי שא"כ לא נשיר את הניגון. בסוף הלביש גם הוא את הכובע שלו ושרנו.


איך וואלט געוואלט הערען וואס גענוי איז געווען זיין התנגדות, אבער זיין מדת הוותרנות זעט מען שוין.

calculator » דאנערשטאג יוני 6, 2019 1:14 pm

· #431701
ליטוואק פון בודאפעסט
איך האב יעצט געליינט די זכרונות פון הרב ישראל דזעיקאבסען ז"ל, פון די ערשטע טוערס למען חב"ד אין אמעריקא (דוכט זיך די פאטער פון שמעון דזעיקאבסען, און זיידע פון YY)

שרייבט ער דארט (עמ׳ קצג)
ביום שמח"ת היינו הולכים מבית לבית, אצל ר׳ יוסף הונקים ור׳ שלמה סולומון ור׳ חיים בלאך ועוד, להיות קצת זמן בכל בית לשמח.
בלכתינו ברחוב הינו נפגשים עם מכירים ויהודים סתם ומכבדים אותם בריקוד, עד אשר לעת ערבית היינו באים לבית ניסן טלושקין נ"י.
הרנ"ט הי׳ מזמין גם רבנים מהשכונה להשתתף בשמחה, ופעם הזמין את הר"ר משה פיינשטיין (גיסו של הר"ר ראובן ליואוויץ) נ"י אשר הי׳ דר באיסט ניו יארק.
הרנ"ט ביקש שישירו בביתו את הניגון של אדמו"ר הזקן, הד׳ בבות, ואמרתי שניגון הזה צריכים לשיר ברצינות ובקבלת עול, וע"כ ילבשו את הכובעים ולא ישבו בהיארמוךקעס בלבד.
הר"ר משה פיינשטיין התנגד לזה ואמר דברים חריפים נגד זה, ואמרתי שא"כ לא נשיר את הניגון. בסוף הלביש גם הוא את הכובע שלו ושרנו.


איך וואלט געוואלט הערען וואס גענוי איז געווען זיין התנגדות, אבער זיין מדת הוותרנות זעט מען שוין.


איך ווייס נישט וואספארא ת"ח הרב ישראל דזעיקאבסען איז געווען, אבער וואספארא חוצפה האט ער צו פארלאנגען פון א אדם גדול זיך צו אנטוען די היט.

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג יוני 6, 2019 1:17 pm

· #431702
ת"ח?! סה"כ א שוואגער פון הרב ראובן לייוואויץ!!!

מ'זעט וויאזוי די בנות לוט האבען אויסגעקוקט. ער האט געלעבט אין אזא באבעל אז ער האט נישט אנגעהויבען צו טראכטען אויף הרב משה ווי מער ווי איינער פון די רבנים דארט, וואס האט פארצופאל זיך געלאזט בעטען קומען צו א פארברענגען און דארט האט ער גערעדט שארף.

יענער ביכל האט אנדערע אינטרעסאנטע זאכען דארט, וועגען דער מלאך, און דער היסטאריא פון ישיבת חיים ברלין ועוד, פארשטייט זיך פון זיין קוק ווינקל.

calculator » דאנערשטאג יוני 6, 2019 1:36 pm

· #431703
יא יא, אבער דער שרייבער האט דאך שוין יא געוויסט ווער ר' משה איז געווען, ווי האט ער נישט קיין שכל נישט אריין צו לייגן אזא עפיזאד?.

איסר האטלקי » דאנערשטאג יוני 6, 2019 2:00 pm

· #431705
אזוי ווי מ'דערציילט אויף א סאטמארער אינגערמאן וואס האט אמאל באגעגנט רבי משה, פרעגט ער אים ווער זענט איר? ענטפערט דער גאון 'משה פיינשטיין'.

רופט זיך אן דער אינגערמאן: אה, פיינשטיין פון די מילך?...

berlbalaguleh » זונטאג יולי 21, 2019 11:47 am

· #433436
ס'איז מיר לעצטנס געקומען אין די הענט א שו"ת ספר('ל) פון א רב א גאון עולם וועלכער איז מכח כמה סיבות נישט געווען זייער שטארק באוואוסט אין די חסידישע וועלט. דארט איז דא א הסכמה וואס ער האט באקומען פון הג"ר משה פיינשטיין זצ"ל. אין די הסכמה קענמען זעהן דאס גדלות פון דעם גאון וצדיק.

איך קען נישט ארויפלייגן א קאפי פון דעם לשון פון די הסכמה. אבער דער תמצית איז אז הרב ר' משה זצ"ל שרייבט פאר יענעם רב בתוך הדברים אז כאטש ער געט איהם א הסכמה מיינט דאס נישט דוקא אז ער איז אייביג מסכים מיט איהם להלכה. נאר אז דער מחבר איז א גאון ובקי און א וואוילער איד...!

א צווייטע הסכמה פון הרב שלמה זלמן אויערבאך זצ"ל שרייבט ער דארט אן ענליכע זאך נאר מער בפירוש אז כאטש ער האלט אנדערש פון איהם להלכה. דאך געט ער איהם די הסכמה...ווייל ער איז א ת"ח ובקי טובא...!

איך האב פערזענליך געקענט דעם רב. הרב שמואל היבנער ז"ל. דער איד איז געווען א גאון עולם. ער האט געקענט ש"ס ופוסקים אויסנווייניג. איך האב איין תקופה געדאוונט אין דעם ביהמ"ד(של) וואו ער איז געווען דער רב. ער האט אמאל ארויסגעלייגט א צעטל אז ר"ה גייט ער דרשנ'ען אין די סוגיא פון ..."שמא יעבירנו. אין מס' ר"ה. ער האט גערעדט 2 מינוט אין ר"ה. נאכדעים איז ער געפארן קיין מס' מגילה. נאכדעים קיין מס' כתובות. און נאכדעים קיין מס' שבת און עירובין און פסחים. נאכדעים צום רמב"ם. צום רא"ש און רי"ף. אז דער קאפ האט שוין געשווינדלט.

דער טעם פארוואס דער רב איז נישט געווען באוואוסט ביים היימישן עולם קען אפשר זיין אז ער האט געהאט א גרויסן חיסרון. ער איז געווען א שטיקל מזרחי'סט. רחמנא ליצלן מהאי דעתא. ער וואלט איינגעפאקט די 2 גדולי הדור ביים היימישן עולם . די ממשיכי השיטה הקדושה. הרב מנשה'לע פליפ פלאפ און הרב שמואל שלמה טעללער אין לערנען אין 2 מינוט...!

ארי נוהם » זונטאג יאנואר 12, 2020 7:32 pm

· #441344
אין די צייטונג, "אידישע צייט" פ' חיי שרה תש"פ איז געדרוק אן אינטערוויו מיט הגאון רבי חנוך ערנטרוי, דער בארימטער דיין פון לאנדאן [נישט אין כדתיא], און ס'איז מלא וגדוש מיט גוטע קרישקעס.

כ'וועל דא ברענגען צוויי עפיזאדן וואס ער דערציילט איבער וואס ער האט פערזענליך געזען ביי ר' משה פיינשטיין:

אין די תש"כ יארן בין איך אמאל געקומען קיין ניו יארק, אלס גאסט רעדנער ביי אן אגודה קאנפערענץ. כ'בין דעמאלט געווען ביי הגאון רבי משה פיינשטיין זצ"ל. כ'האב געשטוינט ווי ער זיצט מיט דריי טעלעפאנען און ער ענטפערט שאלות בכל התורה כולה.

כ'האב דעמאלט בייגעוואוינט אן אינטערעסאנטע מעשה'לע: ווען איך בין געזיצן ביי אים האט מען געשריבן א גט. ס'איז שוין געווען די שקיעה, און כ'האב געפרעגט היתכן? האט ר' משה מיר געענטפערט, "כל זמן סאטמאר דאווענט מנחה קען איך נאך שרייבן א גט"...

איסר האטלקי » זונטאג יאנואר 12, 2020 9:12 pm

· #441346
ס'איז א פלא. ווייל א גט זוכט מען תירוצים נישט צו שרייבן. געווענליך שטופט מען עס אפ מיט אלע מאדנע תירוצים.

גראף » זונטאג יאנואר 12, 2020 10:30 pm

· #441352
ארי נוהם
אין די צייטונג, "אידישע צייט" פ' חיי שרה תש"פ איז געדרוק אן אינטערוויו מיט הגאון רבי חנוך ערנטרוי, דער בארימטער דיין פון לאנדאן [נישט אין כדתיא], און ס'איז מלא וגדוש מיט גוטע קרישקעס.

כ'וועל דא ברענגען צוויי עפיזאדן וואס ער דערציילט איבער וואס ער האט פערזענליך געזען ביי ר' משה פיינשטיין:


וואס איז די צווייטע עפיזאד?

Sent from my SM-G950U using Tapatalk

וואלווי » מאנטאג יאנואר 13, 2020 12:02 am

· #441369
איסר האטלקי
ס'איז א פלא. ווייל א גט זוכט מען תירוצים נישט צו שרייבן. געווענליך שטופט מען עס אפ מיט אלע מאדנע תירוצים.


זעט אויס אז די עינוי הדין האט עם בארירט.

אזוי ווי מ'זאגט, אז אין בריסק האט מען מחמיר געווען אין א תענית אלס פיקוח נפש

אריה » מאנטאג יאנואר 13, 2020 12:12 am

· #441370
ליטוואק פון בודאפעסט
געהערט דער שבת.
ס'איז דא א ספר מיט'ן נאמען 'מענה לאגרות' פון איינער ביים נאמען שווארטץ, וואס רעדט זייער מיאוס און חוצפה'דיג אויף הרב משה פיינשטיין.
דער וואס האט דער ספר וועט באמערקען אז ס'איז זייער ענדליך צו דער אגרות משה. דאס איז נישט קיין צופאל. זיי האבען גענוצט די זעלבע דרוקער. דער דרוקער איז געגאנגען צו הרב משה פיינשטיין און געפרעגט צו ער מעג עס דרוקען. הרב משה האט איהם געזאגט אז ער מעג עס דרוקען פאר זיין פרנסה.
א מעגליכקייט געהאט אפצושטעלען זיין בזיונות, נאר נישט געוואלט אפשטעלען יענעמ'ס פרנסה!
הרב פיני דוננער איבער רבי משה פיינשטיין און די מענה לאיגרות.
ער דערמאנט אויך די סאטמארע מחלוקת קעגן רבי משה, איך ווייס נישט ווי אקוראט ס'איז, אדרבה, ווער עס ווייסט קען זיך אנרופן.
<a class="postlink" href="https://youtu.be/qgcePrdZdaQ">https://youtu.be/qgcePrdZdaQ</a>

חמלה גדולה » זונטאג נאוועמבער 14, 2021 3:51 pm

· #485652
<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=KI1RvrD9c1Q">https://www.youtube.com/watch?v=KI1RvrD9c1Q</a>

berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 14, 2021 6:03 pm

· #485671
אריה
ליטוואק פון בודאפעסט
געהערט דער שבת.
ס'איז דא א ספר מיט'ן נאמען 'מענה לאגרות' פון איינער ביים נאמען שווארטץ, וואס רעדט זייער מיאוס און חוצפה'דיג אויף הרב משה פיינשטיין.
דער וואס האט דער ספר וועט באמערקען אז ס'איז זייער ענדליך צו דער אגרות משה. דאס איז נישט קיין צופאל. זיי האבען גענוצט די זעלבע דרוקער. דער דרוקער איז געגאנגען צו הרב משה פיינשטיין און געפרעגט צו ער מעג עס דרוקען. הרב משה האט איהם געזאגט אז ער מעג עס דרוקען פאר זיין פרנסה.
א מעגליכקייט געהאט אפצושטעלען זיין בזיונות, נאר נישט געוואלט אפשטעלען יענעמ'ס פרנסה!
הרב פיני דוננער איבער רבי משה פיינשטיין און די מענה לאיגרות.
ער דערמאנט אויך די סאטמארע מחלוקת קעגן רבי משה, איך ווייס נישט ווי אקוראט ס'איז, אדרבה, ווער עס ווייסט קען זיך אנרופן.
<a class="postlink" href="https://youtu.be/qgcePrdZdaQ">https://youtu.be/qgcePrdZdaQ</a>

אריה: איך האב הנאה אז ס'איז דא נאך איינער וואס הערט אויס הרב פיני דונער. מ'קען זיך זייער א סאך לערנען פון איהם...! ער שרעקט זיך נישט ארויסצוזאגן דעם אמת ווען מ'דארף...!

וואלווי » זונטאג נאוועמבער 14, 2021 6:30 pm

· #485674
berlbalaguleh
אריה
ליטוואק פון בודאפעסט
געהערט דער שבת.
ס'איז דא א ספר מיט'ן נאמען 'מענה לאגרות' פון איינער ביים נאמען שווארטץ, וואס רעדט זייער מיאוס און חוצפה'דיג אויף הרב משה פיינשטיין.
דער וואס האט דער ספר וועט באמערקען אז ס'איז זייער ענדליך צו דער אגרות משה. דאס איז נישט קיין צופאל. זיי האבען גענוצט די זעלבע דרוקער. דער דרוקער איז געגאנגען צו הרב משה פיינשטיין און געפרעגט צו ער מעג עס דרוקען. הרב משה האט איהם געזאגט אז ער מעג עס דרוקען פאר זיין פרנסה.
א מעגליכקייט געהאט אפצושטעלען זיין בזיונות, נאר נישט געוואלט אפשטעלען יענעמ'ס פרנסה!
הרב פיני דוננער איבער רבי משה פיינשטיין און די מענה לאיגרות.
ער דערמאנט אויך די סאטמארע מחלוקת קעגן רבי משה, איך ווייס נישט ווי אקוראט ס'איז, אדרבה, ווער עס ווייסט קען זיך אנרופן.
<a class="postlink" href="https://youtu.be/qgcePrdZdaQ">https://youtu.be/qgcePrdZdaQ</a>

אריה: איך האב הנאה אז ס'איז דא נאך איינער וואס הערט אויס הרב פיני דונער. מ'קען זיך זייער א סאך לערנען פון איהם...! ער שרעקט זיך נישט ארויסצוזאגן דעם אמת ווען מ'דארף...!


דאס אז ער שרעקט זיך נישט צו זאגן איז זיכער אמת.
אבער וואס ער זאגט דארף מען נאך דערגיין דער אמת.
פאר אינפוטעימינט איז ער זייער גוט. אבער די בעסטע מידיע איז נאך אלס מידיע...

berlbalaguleh » מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 9:08 am

· #485719
וואלווי: איך האב פון איהם אויסגעפונען א סאך זאכן וואס איך האב נישט געוואוסט. ווייל מ'האט עס פארהוילן פון אונז. ב"ה אז ס'איז דא אינטערנעט. און מ'קען אלעס אויסגעפונען. נישט אזוי ווי אין מיינע צייטן. ווען ס'איז נאר געווען דער (הייליגער) איד. די צייטונג און דער בלאט זענען נאך אפילו נישט געווען עוברים במעי אימם. און ר' סענדער האט געקענט איינרעדן אלערליי באבקעס פאר'ן עולם. און מ'האט איהם געגלייבט . בעל כורחם.

בגתן » מיטוואך מערץ 20, 2024 9:51 am

· #555551
📎 2024-03-20 0949.png

בגתן » מיטוואך מערץ 20, 2024 9:53 am

· #555552
📎 2024-03-20 095.png