☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » ואלה הצאן מה חטאו

ואלה הצאן מה חטאו

29 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10923

יוחנן הסנדלר » מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 10:19 pm

· #349801
ואלה הצאן מה חטאו
פארציילט מיין אידענע זי איז געגאנגען אפטראגן מיין קליינע אין UTA ברכה סימא די וואך די ערשטע טאג שולע, איז ביים טיר געשטאנען צוויי שווארצע גוים און גענומען איינטריט קארטלעך, ווער עס האט נישט געהאט איז געשיקט געווארן לינקס אינדרויסן אין נישט אריינגעלאזט געווארן. זעט זי א היפשע גרופע קליינע קינדער פון ערשטע ביז פערטע פיפטע קלאס צו וואס שטייען אינדרויסן און אלע האבן געוויינט דערשראקן! ניטאמאל קיין אידישער איינגעשטעלטער איז דארט געווען צו עפעס קעיר נעמען אדער בארואיגן די קליינע וואס זענען געקומען עקסייטעט דעם ערשטן טאג און ווערן נישט אריינגעלאזט דורך גוים אן פארשטיין פארוואס. מיין אידענע זעט איין מיידעלע האט ממש געוויינט היסטעריש ס'איז געווען א רחמנות, האט פרובירט פרעגן איר נאמען, ענדליך נאכן זוכן אין בריף קעיס געטראפן א נומבער געקאלט זאגט די מאמע איך בין א קימפעטארן דאס קינד איז ביי א מומע מיין מאן איז ביים ארבעט איך בעט אייך העלפט דאס קליין קינד.

יא דער רבי פארט אויף פריוואטע פליגער מיט רובי שרון צו שאפן מיליאנען פאר פראנצויזישע קינדער אין חינוך עצמאי, אבער קינדער פון אייגענע אחינו בשרינו ווערן נישט אריינגעלאזט אין שולע מיט אכזריות דורך שווארצע גוים, בלויז פארן חטא אז זיי זענען פון ארימע שטובער.

ורוח הקודש אומרת על אלה אני בוכיה.

בן אדם » מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 11:17 pm

· #349815
אבער אלע מוסדות אין בארא פארק מאכ'ן דאך נאך זייערע פרומע תקנות??

רויטע וואנצעס » מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 11:52 pm

· #349820
סגולה גדולה צו ווערן געהאלפן: די עלטערן זאלן זיך דערקלערן ציונים, וועט מען קומען ראטעווען זייערע קינדער בחינם.

יהושע חיים » דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2016 8:52 am

· #349846
די עלטערן זענען נישט אינגאנצען אומשילדיג ווייל מען האט געבעטן זיך צו רעגסטרירן (געלט וועט מען שוין שיקן א ביל אבער קודם שרייב דיר איין) און פאר זייער פוילקייט אדער "עס וועט שיון זיין גוט"
דארף די מוסדות צוזאם שטעלן קלאסן
אפשר דארף מען אויפנעמען נאך אן אנגעשטעלטער אדער אפזאגן
ווי סאך קינדער זענען געפארן קיין מאנסי מאנרא בלומעמבערג זיך צו באזעצן מיט זייער עלטערן וכו' וכו'
על כן ווען די עלטערן פאר נארישע סיבת שרייבן נישט איין קיין קינד דארף מען אסאך מאל טיהן אום אנגענעימער שריט
(נישט אז איך האב נישט רחמנות אויף זיי)

יוחנן הסנדלר » דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2016 9:44 am

· #349852
ניין בכלל נישט די קעיס. אלע זענען איינגעשריבענע קינדער פון פאריאר נאר מען גיבט נישט ארויס קיין איינטריט קארטן נאר נאכן דורכגיין א גאנצן ליסטע, משמרתת העלט פארומס ועל כולם אז מען האט א באלאנס באקומט איר קיין קארטלעך. וואס איך זע דא אלץ פארברעך איז דאס שטעלן צוויי גוים פשוט צו הייסן קליינע קינדער בלייבן אויפן גאס, אנשטאט א אידיש איינגעשטעלטער זאל זיצן און אויפנעמען די קינדער און ווער עס האט נישט קיין קארט זאג מיידעלע קום זעץ דיר אראפ איך דארף קאלן דיין מאמע, זאל קוקן אויפן קאמפיוטער און זען יעדן וואס איז די מעשה. ווי דערמאנט אזי דאס וויינענדיג קינד פשוט נישט אינדערהיים געווען די עלטערן האבן געהאט א קינד. פשוט אנשטאט איינער זאל זיך אפגעבן טוהן די שמוציגע ארבעט איז גרינגער א שווארצער גוי.

signout » דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2016 10:52 am

· #349855
דוקא די מוסד, די רייכסטע אין שטאט, אויסגעצאלטע בנינים מיט די מערסטע פראגרמען אין גרעסטע שנאר אפעראט אפי' אין די פרמעדע גאס איז אלס די סעמפל פין נייע שטאפעלן אין געלט רייבעריי, זיי ספאנסערן אלע פארטיישע שטוק פין די קהילה, אלע לעלא'ס זענען אויף פעיראל, האלטען אויס די קהילה'ס אנדערע מוסדות אין אנדערע געגנטער, יעצט געענדיג א בילדינג ווי האט אריינגעלייגט די גרעסטע לוקסוס אין נערישקייטן, ווי יעדע טאטע האט געמוזט צאלען 1000 קרן הבנין, אין מ'האט צוגעשנארט 4 מאל וואס עס קאסט צו בויען, אבער מ'העכערט שכר לימוד יעדע שטוק צייט אנע רחמנות, אז ס'וועט זיך נישט דא אפשטעלן וועלן עס אלע מוסדות נאכטוהן, בשעת פאר די איינגעשטעלטע צאלט מען קאפיקעס כמעט ווי בשנים קדמניות ווערט אבער די געלט פרעסערע ממש ווי א 2016 קאללעקשאן עיזשענסי

signout » דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2016 11:00 am

· #349857
כ'גלייב - לויט ווי די סיסטעם גייט דארט, איז יא דא א היימישער אינגערמאן, ער זיצט אין א זייטיגע שטובל אין האלט זיך אינטער אויף די קעמרע, פראביר נאך אהינצוגיין כאפעל בילדער פין די שחורים (מיט א כשרע כלי) וועלן די היימישע ארויסטאנצען

לייבעלע » דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2016 11:01 am

· #349858
@סיינואט די רעדסט פאר קינאה די ביסט א געשווירענער שונא פאר זיי סאו דיין אפיניאן איז ווערטלאז

שמעקעדיג » דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2016 11:03 am

· #349860
ישמעו אזניך למה שאתה מוציא מפיך...

.
📎 ZD.jpg

ליפא » דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2016 11:04 am

· #349861
זאגט מיר איינער, אז ס'האט גארנישט מיט שכ'ל
עס האט צוטון מיט אימינוזעישן,
די קינדער האט מען אהיימגעשיקט

signout » דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2016 11:11 am

· #349862
ליפא
זאגט מיר איינער, אז ס'האט גארנישט מיט שכ'ל
עס האט צוטון מיט אימינוזעישן,
די קינדער האט מען אהיימגעשיקט

צו אימינוזעישן פארשטייען נאר שחורים? די שחורים טשעקן פארוואס די סיבה פין נישט האבען איינטריט קארלטעלך? די פראבלעם איז אז זיי זענען די וועגווייזער פאר אנדערע מוסדות אין רייסן שטיקער פין די עלטערן אין 'יעדער' וועט סוכ''ס ליידן דערפון

ליפא » דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2016 11:16 am

· #349863
וועגן שחורים ווייס איך נישט. פון איינעם הער איך אז אבאמא איז יעצט אין ניו יארק האבן זיי געדינגען דוקא שחורים אים צו געפעלן אזוי וועט ער אפשר ליינען די פעטיציע וועגן סאמעט

berlbalaguleh » דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2016 11:18 am

· #349864
ליפא
זאגט מיר איינער, אז ס'האט גארנישט מיט שכ'ל
עס האט צוטון מיט אימינוזעישן,
די קינדער האט מען אהיימגעשיקט

אויב ס'איז אמת, שאני...אבער מ'קען עס נאכאלץ טון אויף אן איידעלן וועג...!

berlbalaguleh » דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2016 11:20 am

· #349865
ליפא
וועגן שחורים ווייס איך נישט. פון איינעם הער איך אז אבאמא איז יעצט אין ניו יארק האבן זיי געדינגען דוקא שחורים אים צו געפעלן אזוי וועט ער אפשר ליינען די פעטיציע וועגן סאמעט

ליפא: דאס איז א גוטע פורים תורה. אבער דו מיינסט עס דאך אויך נישט ערנסט... 🙄

ליפא » דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2016 11:27 am

· #349867
יעצט געהערט פון א צווייטן אז לעצטע יאר האבן זיך אפאר קלוגע עלטערן אפגערעדט אז מ'האט געדינגען נאר ווייסע גוים וואס שמעקט פון ראסיזם, האט די מוסד יעצט געוואלט נעמען א געמיש פון ביידע אבער די ווייסע האבן נישט געוואלט קומען אויב ס'אויך דא שחורים. גיי ווייס וועם צו גלייבן

טרויבן88 » דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2016 2:26 pm

· #349895
Re: ואלה הצאן מה חטאו
אויב די פראבלעם איס אימיוניזאציעס, זענען זיי גערעכט און מיין אויגן, עס איז א אלטע פראבלעם טון נישט נאר און אינזער קאמיוניטי, אז מען וואקסינירט נישט, די ארגאנישע האבן א שטיקל ווינט, ממילא זאל מען לאזן די מיידלעך אין גאס און טאקע שטעלן שווארצע ווייל אויס א אינגערמאן וועט שטיין דארט וועט די עזרת נשים עם בארעדן און די גאנצע שטאט, אבער איז עס שכר לימוד האבן די רויבערישע מוסדות נישט קיין רעכט

ליפא » דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2016 2:40 pm

· #349898
יוחנן הסנדלר
איז ביים טיר געשטאנען צוויי שווארצע גוים און גענומען איינטריט קארטלעך

ליגענט. איך האב גערעדט מיט איינעם וואס ארבעט דארט און ער האט מיר געזאגט אז ס'זענען געווען דארט צוויי ספאנישע לעידיס. נישט שווארצע און נישט מענער

lazar » דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2016 3:29 pm

· #349910
אבער דאס אז מ'האט נישט אריינגעלאזט אן א איינטריט קארטל איז יא אמת?

יהושע חיים » דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2016 6:41 pm

· #349938
Re: ואלה הצאן מה חטאו

יוחנן הסנדלר » דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2016 7:09 pm

· #349942
איבערגעפרעגט, געווען איין מאן שווארצער און איין פרוי נישט צוויי פרויען. און זיכער נישט קיין רעגירונג באאמטע איינער פון זיי ארבעט פאר פרדס פיגא. די רעגירונג שטייט נישט ביים טיר זייט זיכער. און נאכאמאל מען האט נישט אריינגעלאזט וועגן וואקסינאציעס צו משומר צו א געלט חוב, קיינער איז נישט געשטאנען און געקוקט אויף א סקרין צו ליסטע.

אלס ווייסער » דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2016 8:11 pm

· #349951
איך בין דירעקט נישט קיין זאלי אבער במחילת כבודכם עטס הייבטס נישט אן רעדן צום זאך, שטעל זיך פאר וואאספארא רשעים פארד, שעווי וכו׳ זענען, איך דארף האבן א קאר און זיי ווילן מיר נישט געבן מיט א נארישן (אנטיסעמיטישן?) תירוץ אז איך האב נישט באצאלט, העלאו???? דא איז נישט רוסלאנד ווי אלעס איז (מכלומרשט) פאר פרי!!! דא דארף מען צאלן פאר סערוויסעס!!!
איך קען נישט גלייבן אז דא אין די ״אויפגעקלערטע״ קאווע שטיבל ווערט פלוצלינג יעדער א פול פלעדזש חסיד און שרייען ״אלעס קומט זיך מיר״ און דו טארסט נישט זאגן אז איך מוז צאלן שכ״ל!
יעצט ריגארדלעסס וויפיל געלט די מוסדות האט (וואס אגב יעדער וואס איז אינוואלווד אביסל ווייסט אז מען האט געשניטן א געוואלד מיט פראגרעמס די לעצטע פאר יאר און ע״פ דרך הטבע גייען זיך א שיינע פאר מוסדות צומאכן אין די קומענדיגע שטיק צייט), באפרייט דיך דאס דען פון דיין אחריות צו צאלן דאס ביסעלע (יא, די היימישע מוסדות טשארדזשן ווייניגער ווי האלב פון מוסדות אין לעיקוואד אדער סייווי) שכ״ל???

עס באדערט מיר אז נארמאלע מענטשן רעדן און גלייבן אזויפיל שטותים

שמעקעדיג » דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2016 10:30 pm

· #349969
ביזנעס-ווייז ביסטו 100℅ גערעכט. אבער נאר ביזנעס-ווייז.

יהושע חיים » דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2016 10:59 pm

· #349982
Re: ואלה הצאן מה חטאו
וועלכע ביזנעס מאכט א דינער? וועלכע ביזנעס נעמט זאת נדבת'ן ביים אריינגאנג? וכו' וכו'

Sent from my Fire Phone using Tapatalk

געוואלדיג » דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2016 11:55 pm

· #349990
וואס דארט איז געווען ווייס איך נישט, אבער לעגאל דארף מים נישט וואקסינירן אויב מען חתמ׳עט א רעליגיעזע עקזעמפשן, לעגאל מיט אזא צעטיל מוז מען לאזן קומען אין סקול, עס איז נאך נישט געהערט געווארן אז די רעגירונג זאל אראפ שיקן באאמטע די ערשטע סקול טאג צו נאכקוקן די וואקסינעישן סטאטוט

ירח בן יומו » פרייטאג סעפטעמבער 16, 2016 9:53 am

· #350016

שמערל » פרייטאג סעפטעמבער 16, 2016 10:32 am

· #350023
Re: ואלה הצאן מה חטאו
געוואלדיג
וואס דארט איז געווען ווייס איך נישט, אבער לעגאל דארף מים נישט וואקסינירן אויב מען חתמ׳עט א רעליגיעזע עקזעמפשן, לעגאל מיט אזא צעטיל מוז מען לאזן קומען אין סקול, עס איז נאך נישט געהערט געווארן אז די רעגירונג זאל אראפ שיקן באאמטע די ערשטע סקול טאג צו נאכקוקן די וואקסינעישן סטאטוט

זיי מעגן לאזן קומען אין סקול מיט א עקזעמפשן, זיי מוזן נישט.

אין פאקט ווייס איך אז זיי לאזן אריין מיט א עקזעמפשן, אויב איז אמת די מעשה אז מען האט געשטעלט וואך נישט אריינצולאזן די אומוואקסינירטע. איז עס פאר אזוינע וואס האבן נישט געשיקט קיין עקזעמפשן.

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג סעפטעמבער 16, 2016 1:38 pm

· #350053
Re: ואלה הצאן מה חטאו
ווייל וואקסינעישען זענען זיי שולדיג און געלט נישט, טאמער זיי האבען טאקע נישט

גם כי אלך » פרייטאג סעפטעמבער 16, 2016 3:04 pm

· #350073

כ'זע ווי א גאנצן טאג טומלט זיך דא אויפ'ן גרופע אהין און צוריק, די "געפילישע" מיט די גאר ווייכע הערצער האבן שוין אויסגעבראכן זייער טיפע שנאה צו די ישיבה, אויסגעגעבן זייער אויפברויז אויף די שכ"ל דעפארטמענט, און אויסגעדריקט זייערע סענטימענטאלע רחמנות געפילן פאר דאס צעבראכן מיידל וואס האט א מאמע א קימפעטארן וועלכע האט היסטעריש געוויינט אונטער'ן פויסט פון די הארצלאזע שחורים, אלזא יעצט ענדע טאג ווען כ'האב אביסל צייט לאמיך מיך אפשטעלן א מינוט און באטראכטן די מעשה פון אן אנדערן פרעספעקטיוו.

דאס איז קלאר אז מענטשן האבן טענות, און אפט מיט רעכט, קעגן די שכר לימוד דעפארטמענט און זייער אויפגעפירעכטס, בפרט יעצט ווען מען האט פאר אסאך עלטערן געהעכערט דעם שכר לימוד, די משומר סטאנדארטן זענען אויך בכלל נישט שוה לכל נפש און מעגליך היפש עקסטרעם, און ס'איז דא פיל כלליות'דיגע קאמפלעינס זה בכה וזה בכה. אלעס פיין. דאס איז א נושא וואס דארף טאקע באזונדער באהאנדלט ווערן, איך כ'גיי מיך מיך אויסדריקליך נישט אדרעסירן יעצט צו דעם.

לאמיר אבער שטעלן די פראגע צו אלע חברי הקבוצה. אין א פאל וואס עלטערן האבן בכלל נישט אנגעהויבן די רעגיסטראציע פראצעדור פאר זייערע קינדער צום נייעם יאר, איז דער מוסד בארעכטיגט צו טון עטוואס שטרענגערע שריט אדער נישט ?

גיט א קוק אויף א נושא פון 'אימיוניזישאן'. יעדער ווייסט אז אלע מוסדות אין ניו יארק זענען לעצטנס מורא'דיג שטרענג אז אלע קינדער מוזן זיין אפדעיטעט מיט די פולע אומיוניזישען'ס. uta האט לעצטנס געהאט געפערליכע לחץ פון די העלט דערפארטמענט וואס סטראשעט מיט'ן ארגסטן אז זיי וועלן נאכגיין די רעקארדס און אויב קינדער וועלן נישט זיין אימיונט ווערט דער מוסד פארשפארט.
די פאקט איז, און יעדער האט עס מיטגעהאלטן, אז ביי די יעצטיגע רעגיסטראציע האט די ישיבה געלייגט א גרעסערע דגוש אויף די "אימיוניזישאנס" נאך מער ווי אויף שכ"ל און משומר, פשוט ווייל זיי האבן נישט קיין צוויי ברירות. אפילו אידן וואס זענען געווען אויסגעצאלט עד פ"א און פארהאנדלט געהעריג איבער זייער באלאנס האט מען בשו"א נישט ארויסגעגעבן קיין קארטלעך אויב מען איז נישט אפדעיטעט מיט די אימיויזישאנס.

יעצט דאס מציאות איז געווען, עטליכע הונדערט קינדער זענען בכלל נישט געווארן רעגיסטרירט. די עלטערן האבן נישט אויסגעפולט די אימיוזישאנס, נישט ווייל זיי האבן "פארגעסן", די עטליכע הונדערט עלטערן האבן פשוט נישט געשפירט פאר וויכטיג צו טון דאס מינדסטע פשוט "איינצושרייבן זייער קינד" אינעם מוסד. נאך די גאנצע פראפעגאנדע וואס די ישיבה האט געמאכט חדשים לאנג אויף די פאסט, אימעיל, און טעלעפאן קאללס אינדערהיים.

און דאס זעלבע איז לגבי שכר לימוד. הונדערטער מענטשן מאכן זיך אגאנצן יאר קאמפליטלי נישט וויסנדיג פונעם אזוי פארהאסטן "סיסטעם", די נושא פון רעגיסטראציע מיינט נישט אים, און ער שיקט אפ זיינע קינדער ווי א שיינער איד אין סקול, כאילו ס'איז א הכנסת אורחים צענטער. די באסעס פארן, פרישטאג און לאנטש ווערן סערווירט, און ווען די ישיבה בעט אגאנצן זומער: רבותי, קומט זיך רעגיסטרירן, איז ער ווייטער נישט צום געפינען.

עגעין, כ'גיי נישט אריין צו מ'איז גערעכט מיט די שכ"ל העכערונג אדער מיט די שטרענגע משומר פאליסיס. מען רעדט דא פון דעם פאקט אז ס'איז אריבערגאנגען א גאנץ קיילעכיג יאר, א דינער, א טבת רעגיסטראציע, א אדר רעגיסטראציע, א ביומו תתן שכרו, קאמפלישן רעגיסטראציע, און דער איד איז נישט צום האבן... ס'איז אבער דא איין זאך וואס אזעלכע מענטשן פארשטיין "א טאל בודקע", א גרויסע געלע שטעקן וואס שטייט פאר זיין קאר און זאגט אים, רבי איד, שטעלט אייך זאפארט אפ דא!

ווען א טאטע שיקט ארויס זיין קינד אין סקול אן קיין טראפ געוויסנביסן, וויסנדיג אז ער האט קלאר נישט געצאלט קיין פעני שכר לימוד, אדער ער האט נישט אויסגעפולט די מעדיצינישע רעקארדס וואס די גאווערמענט פארלאנגט, פארבלייבט די לעצטע אפציע צו שטעלן א "טאל בודקע" און אים זאגן, רבי איד וואו איז דיין אחריות ?

ריכטיג, בעצם וואלט מען געדארפט אפשטעלן דעם פאטער, אבער ס'איז דאך נישט דא וואו. מוז מען בלית ברירה זאגן פאר'ן קינד, שעפעלע, דו קענסט נישט גיין אין סקול אויב דיין טאטע איז נישט קיין שום מין מענטש. יא ס'איז א מורא'דיגע ווייטאג, אלו הצאן מה חטאו, ס'איז זיכער טרויעריג. אבער וואו איז דעם טאטענ'ס אחריות אויף זיין אייגן בלוט און פלייש ? ורוח הקודש אומרת על אלה אני בוכיה...
ווען א פאטער שיקט זיין קינד קויפן אין גראסערי ווען ער ווייסט אז ער האט א באלאנס פון צוויי אלפים, ווער איז דער אכזר ? דער גראסערי מאן וואס דארף דעקן זיינע הוצאות, סופלייערס און בילס, אדער דער הארצלאזער טאטע וואס האט נישט די מינימאלע אחריות צו באצאלן פאר זיין עסן און קימערט זיך ווייניג פאר זיין קינד'ס צער ?

און פארגעסט נישט. די צייט ווען מען הייבט אן סקול, איז די איינציגע צייט ווען מען "כאפן" די סארט עלטערן. א גאנץ יאר איז אין קול ואין עונה מיום כיפורים זה עד יום כיפורים הבא עלינו, בלייבט נאר דער ערשטער טאג פון סקול ווען מען קען אים מרמז זיין אז ער זאל זיך מוחל זיין נעמען אין די הענט אריין. איך גלייב נישט אז די ישיבה באגערט שטארק זיך ארומצואמפערן מיט קליינע קינדערלעך. אבער וואס פונקטליך זאלן זיי טון ווען דער טאטע איז נישט בנמצא און קיין אנדערע מיטל איז נישט דא צו אים ?

כאטש איך בארעכטיג נישט די 'שכר לימוד' העכערונג און דער גאנצער וועג וויאזוי דער סיסטעם ארבעט, בעת דער ציבור טענה'ט אז יעצט איז א שפע פון פראגראמען די והותר, איז אבער דער פאקט דא א צד השני, די ישיבה שרייט זיי האבן נישט קיין געלט. איך קען נישט זייער בודזשעט און כ'וועל מיך נישט אדרעסירן וועמענס טענות זענען ריכטיג, אבער דאס איז אמאל זיכער אז א מוסד מעג אדער גאר מוזן אמאל אראפלייגן א פיס פאר עלטערן וואס הייבן זיך נישט אן צו רעגיסטרירן און איגנארירן דעם מוסד כאילו לא הוה.

אויב חלילה די רעגירונג קומט אריין מיט אן אינספעקציע און די ישיבה ווערט געלייגט אויף א 'לאק דאן' אדאנק קינדער וואס זענען נישט איומיונט, וועלן דאך די זעלבע אויבער חכמים זיין די ערשטע צו האבן טענות ומענות אויף די ישיבה, היתכן אזא זאך קען געשען אין 2016? וואו איז געהערט געווארן מ'לאזט קינדער אינדערהיים? דאס קליינווארג זיצן אויף די עלטערנ'ס קעפ אין קליינע פיצי דירות ס'איז ממש נישט אויסצוהאלטן? וואו איז די ישיבה צו זארגן אז דאס זאל נישט פאסירן?. איי דו חכם, מען האט געוויינט צו דיר אגאנצן זומער און דו האסט ניטאמאל געשפירט פאר וויכטיג זיך צוצשטעלן ? יעצט ווען דער מוסד נעמט אונטער עטוואס שארפערע שריט ווייל זיי ווילן נישט ווערן צוגעשפארט האסטו נאך טענות ? וואס פארא היפקראטיזים איז דאס.

אלע קאמפלעינס אין א זייט געלייגט. במציאות זענען 90 פראצענט פון די עלטערן זייער צופרידן פון די אלגעמיינע סיסטעם וויאזוי זאכן פארן אין אונזערע מוסדות. יעדער ווייסט עס אז אלע אנדערע מוסדות התורה אין שטאט, בפרט די "סענטראל סאטמאר מוסדות" וואלטן זיך געוואונטשן צו האבן אזא הערליכע סיסטעם. אפילו אונזערע מוסדות און אלע אנדערע געגנטער וואלטן זיך געוואונטשן צו האבן דעם סוקסעס און העכסטן ניווא וואס ווערט צוגעשטעלט ביי אונז, סיי בגשמיות און סיי ברוחניות. די מוסד לאידך גיסא בעט איין זאך: שטעל דיך צו, דזשאסט רעגיסטרירט דיך.

בדרך אגב. מיר פערזענליך שמעקט די גאנצע מעשה מיט די קימפעטארין ווי א פאבריקאציע. דאס ווייס איך קלאר אז ס'איז נישט געשטאנען קיין "שווארצע גוים" ווי דער לייגט עס דראמאטיש אראפ, די ישיבה האט בסך הכל געשטעלט עטליכע גוי'טעס וואס ארבעטן אינעם בנין הישיבה זאלן נעמען די רעגיסטראציע קארטלעך.

אבער נניח אז די מעשה האט טאקע פאסירט. כ'גלייב אז א נייע "טאוד בעג" האט מען אינזין געהאט צו קויפן פאר דאס קינד, און מסתם אויך נייע שיך צום סקול יאר. די מאמע די יולדת האט הייסט נישט געוויסט במשך דעם זומער אז דאס קינד וועט גיין אין סקול דעם אלול ? דער טאטע וואס ארבעט אזוי שווער האט טאקע נישט געכאפט אז אויב ער וויל שיקן זיינע קינדער אין סקול דארף ער זיי רעגיסטרירן ?
וואס אייגנטליך איז געווען דער חשבון פון די פאטער. ער וועט האבן א בעבי און ? וויאזוי וועלן די איבריגע קינדער אנקומען אין סקול אנדעם וואס ער זאל זיך בכלל קימערן איבער זייער רעגיסטראציע ? אין מיי אפיניאן איז דער חי' רעה אין דעם פאל לאו דוקא די מוסדות, אויב עפעס איז עס דער פאטער וואס לאזט א קליין אומשולדיג מיידל אויף הפקר אן קיין שום פלאן.

נאך איין נקודה און איך ענדיג מיינע ארגומענטן.

כאפט א בליק אויף אלע קאלעגעס וואס טומעלן אזוי קעגן די "פארברעך" פון די ישיבה. די חברה זענען אויסגעשפראכענע "אנטי עסטעבלישמענט" נאטורן. זיי וואלטן נאר געוואלט זען טראמפ פאר פרעזידענט, און א נוקלאערע מלחמה זאל מארגן אויסברעכן צווישן צפון קאריע, אמעריקע, איראן און רוסלאנד, און א טאטאלע כאאס און תהו ובהו זאל הערשן אויף די גאנצע וועלט. איך פארשטיי גראדע דעם נאטור, ס'איז היינט אן אויפגעכאפטע טרענד פון הפקרות און אנטי סיסטעם אדער נארמאלקייט.

אונזער קהלה איז ב"ה אויסגעשטעלט אויף א דעמאקראטישן לייכטן סיסטעם, דארפסט גארנישט טון אין ארדער צו זיין אן "אונזעריגער". קענסט דאווענען וואו די ווילסט, רעדן אויף וועמען דו ווילסט, מען פארלאנגט נישט קיין געטריישאפט אדער שיעבוד פאר'ן מקום. ס'איז אבער געבליבן איין איינציג פלאץ וואו ער שפירט אביסל באגרעניצט און "געפאנגען". דאס איז די ישיבה וואו ער מוז זיך צושטעלן, סוף כל סוף איז דא אן אפיס, ס'דא א הנהלה, מלמדים מנהלים. ס'איז נישט אינגאנצן הפקר ווי ער גלייכט. דאס איז בעצם א שטארקע ווייטאג פאר די אידן. עס גרעניצט זיך מיט "עסטעבלישמענט" און נארמאלקייט.

און דאס, נאר דאס, איז די סיבה פארוואס די זעלבע מענטשן זענען יעצט אזוי עקסיידעט און איבערגענומען פון די אומשולדיגע מיידל וואס די מאמע איז א יולדת, און שיקן ארום ווייראל דעם שרעקליכן בארבארישן עפיזאד וואס איז בפשטות נישט געשטויגן און נישט געפלויגן. ס'איז די זעלבע חברה וואס זענען אייביג דא אראפצורייסן דעם "סיסטעם" און באגערן איין זאך: אלעס זאל גיין קראכן... אה, ענדליך האט עטס ב"ה געטראפן א גוטן וואפן אויפצושפילן סענסעטיווע געפילן און עס נוצן קעגן ענקער אייגענע מוסד. מען כאפט זיך ארויף אויף יעדע שוואכקייט וואס איז דא, כאטש מען שיסט זיך אליין אין די פיס. ווייל צווישן פיר אויגן, האט איר גאנץ ווייניג געדולד צו ספראווען מיט די קינדער אינדערהיים און איר האט גאנץ פיין הנאה אז די ישיבה פונקציאנירט מיט אזא סיסטעם.

ניין חברה, ס'איז נישט אייערע הארציגע רחמנות געפילן אויף די קימפעטארן. ס'איז די רייץ פאר אנטי פרעשור און הפקרות, וואס ברענגט אייך אויפצוטאנצן מיט אזא שמחה. ענדליך וועט "די ישיבה" כאפן א פליק, און עס וועט האפענטליך זיין כאאס אין שטאט.

נארמאלע מענטשן מיט אן אביעקטיווע בליק דארפן אנקוקן זאכן מיט מער שכל און פארשטיין אז יא, נישט אלעס איז פערפעקט ס'איז צומאל דא פראבלעמען, אבער דאס בארעכטיגט נישט צו גיסן פעך און שוועבל אויף די ישיבה וואו אונזערע קינדער בליען ב"ה אויפ'ן שענסטן אופן בגשמיות וברוחניות.

signout » מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 6:07 pm

· #350449
דעיס קוקט עפעס אויס ווי די ארטיקעל קומט פין אינסייד אלס ענטפר, אבער אין מציאת ענטפרט ער נישט דעם ואילו הצאן מה חטאו, עס איז שוין יארען וואס מ'ספראוועט זיך מיט נישט רעגיסטרירטע קינדער מ'האט קיינאמל נישט געשטעלט די גוים/גויטע'ס ביים טיר נאכדערצו אן קיין אידישע אנוועזענהייט, אין אוודאי נישט ביי די אינגערע עלמענטרי קלאסן

גם כי אלך

יעצט דאס מציאות איז געווען, עטליכע הונדערט קינדער זענען בכלל נישט געווארן רעגיסטרירט. די עלטערן האבן נישט אויסגעפולט די אימיוזישאנס, נישט ווייל זיי האבן "פארגעסן", די עטליכע הונדערט עלטערן האבן פשוט נישט געשפירט פאר וויכטיג צו טון דאס מינדסטע פשוט "איינצושרייבן זייער קינד" אינעם מוסד. נאך די גאנצע פראפעגאנדע וואס די ישיבה האט געמאכט חדשים לאנג אויף די פאסט, אימעיל, און טעלעפאן קאללס אינדערהיים.

און דאס זעלבע איז לגבי שכר לימוד. הונדערטער מענטשן מאכן זיך אגאנצן יאר קאמפליטלי נישט וויסנדיג פונעם אזוי פארהאסטן "סיסטעם", די נושא פון רעגיסטראציע מיינט נישט אים, און ער שיקט אפ זיינע קינדער ווי א שיינער איד אין סקול, כאילו ס'איז א הכנסת אורחים צענטער. די באסעס פארן, פרישטאג און לאנטש ווערן סערווירט, און ווען די ישיבה בעט אגאנצן זומער: רבותי, קומט זיך רעגיסטרירן, איז ער ווייטער נישט צום געפינען.

דא שיסט ער זיך
גם כי אלך

בפרט די "סענטראל סאטמאר מוסדות" וואלטן זיך געוואונטשן צו האבן אזא הערליכע סיסטעם. אפילו אונזערע מוסדות און אלע אנדערע געגנטער וואלטן זיך געוואונטשן צו האבן דעם סוקסעס און העכסטן ניווא וואס ווערט צוגעשטעלט ביי אונז, סיי בגשמיות און סיי ברוחניות.

וועלכע מוסד איז מקנא א מוסד וואס האט הינדערעטער קינדער נישט רעגסירירט??? לו יהא זיי זאלען האבען 10 טויזענט קינדער, אויב האבען זיי אפאר הינדערט קינדער אומערעגסטרירט איז נישטו וואס צו מקנא זיין.. אויב עפעס איז מען זיי מקנא אלס די רייכסטע מוסד אין שטאט אויסגעצאלטע בנינים מיט די מערסטע פראגרמען אין ריזיגע בוטשער/זאלען/וכו' אינקאםס אין גרעסטע אנגלא אידישע שנאר אפעראט, אבער דעיס אז יעדע טאטע האט געמוזט צאלען 1000 קרן הבנין, אין מ'העכערט שכר לימוד יעדע שטוק צייט איז נישטו וואס צו מקנא זיין.