☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » די בילד וואס איז מחייב אלע קאמפעטישן רבנים

די בילד וואס איז מחייב אלע קאמפעטישן רבנים

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10919

היסטאריקער » מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 2:05 pm

· #349701
די בילד וואס איז מחייב אלע קאמפעטישן רבנים


Sent from my LG-K120 using Tapatalk

איך אויך » מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 2:40 pm

· #349714
אפשר זאגסטו מיר וואס פונקליך האבען זיי ביידע מיט סאטמאר איינגעשטויסן? כ'זאג נישט עס איז נאך אלץ א שיינע זאך (ובכלל איז אין לאנדאן רוהאיגער די אלע קרעפ) אבער אינו דומה צו אנדערע וואס זענען אימושונעלי/משפח'דיג אינוואלווד.

קאמענטירער » מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 2:42 pm

· #349715
איך אויך
אפשר זאגסטו מיר וואס פונקליך האבען זיי ביידע מיט סאטמאר איינגעשטויסן? כ'זאג נישט עס איז נאך אלץ א שיינע זאך (ובכלל איז אין לאנדאן רוהאיגער די אלע קרעפ) אבער אינו דומה צו אנדערע וואס זענען אימושונעלי/משפח'דיג אינוואלווד.

נישט קיין חילוק ווי שטארק די מצב קען זיין קאמפלעצירט, איז דאס נאכאלץ א גוטע זשעסט, ווען קיינער וואלט נישט געהאט קיין טענות ווען ער גייט ווען נישט צו די שמחה.

קאמענטירער » מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:06 pm

· #349725
אגב אויב איינער האט מורא אז איינער באקומט מער קרעדיט ווי די צווייטע, מיין איך אז סקומט פונקט אזוי קרעדיט פאר ביידע זייטען, איין צד פארן לאדענען און די צווייטע צד פארן פאקטיש קומען!!!!!

גאלד » דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2016 4:37 pm

· #349919
איך זעה אינגאנצן נישט ווי איז דא קאמפעטישן דאס זענען 2 באצאלטע רבנים פאר 2 לאנג זעלבסשטענדיגע קהילות, זיי האבן זערא מיט די גאנצע דרעק.

קאמענטירער » דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2016 4:53 pm

· #349921
גאלד
איך זעה אינגאנצן נישט ווי איז דא קאמפעטישן דאס זענען 2 באצאלטע רבנים פאר 2 לאנג זעלבסשטענדיגע קהילות, זיי האבן זערא מיט די גאנצע דרעק.

ריכטג, סאיז נישט קיין ביזנעס קאמפעטישאן ווי איינער דערלייגט געלט לכבוד דעם צווייטן, אבער הגע בעצמך, אז א געווענליכע מענטש גייט נישט צו א שמחה פאר די פאָן אָף אִיט, קומט אים שוין איין סטאַר פארן גיין, יעצט סאיז גאנץ מעגליך ער וועט גאר האבען היעט פון די שויצער אין זיין קהילה פארן גיין, סטַאר נומ. צוויי, און אויב איינער וויל זען נוצען היסטארי זעט מען אז אין אזא מציאות (רבנים פון קעגענערישע קהילות) גייט מען נישט צו שמחות, האלט מיר שוין ביי סטַאר נומ. דריי!!! מי כעמך ישראל!! אבער וויי פאר אונז אז דאס זענען אונזערע מעלות...