☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » איז מותר לבעלי שפיצל להתחבר לבעלי שייטל?

איז מותר לבעלי שפיצל להתחבר לבעלי שייטל?

16 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10914

moshav zekeinim » דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 7:54 pm

· #349527
איז מותר לבעלי שפיצל להתחבר לבעלי שייטל?
אזוי ווי מיין רעביצין תחיה גייט באשפיצלט מיט א שפיצל, וואס כידוע איז א שייטל ביי אונז גאר הארב צוליב פאה נוכרית און גויאישקייט און צניעות און אנדערע הארבע איסורים וכו׳ וכו׳, איך אלס סאטמארער תלמיד ווייס אז מיר חבר׳ן זיך נישט מיט מענטשן וועלעכע פירן זיך נישט אויסגעהאלטן ע"פ תורה.

איך ווייס אז סאטמארער רבי האט נישט גע׳אסר׳ט קיין שייטלען, אבער לויט אונזער שיטה אז שייטלען טראגן איז אסור ומשוקץ כמבואר בתשיבות הדברי חיים ועוד הרבה פוסקים לרוב, וויל איך וויסן צו עס איז אויסגעהאלטן אז מיר זאלן זיך מתחבר זיין מיט מענטשן וואס לויט אונזער שיטה טרעטן זיי בשט נפש אויף עקרי התורה?

מושב זקנים.

טרויבן88 » דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 7:57 pm

· #349529
Re: איז מותר לבעלי שפיצל להתחבר לבעלי שייטל?
moshav zekeinim
אזוי ווי מיין רעביצין תחיה גייט באשפיצלט מיט א שפיצל, וואס כידוע איז א שייטל ביי אונז גאר הארב צוליב פאה נוכרית און גויאישקייט און צניעות און אנדערע הארבע איסורים וכו׳ וכו׳, איך אלס סאטמארער תלמיד ווייס אז מיר חבר׳ן זיך נישט מיט מענטשן וועלעכע פירן זיך נישט אויסגעהאלטן. איך ווייס אז סאטמארער רבי האט נישט גע׳אסר׳ט קיין שייטלען, אבער לויט אונזער שיטה אז שייטלען טראגן איז אסור ומשוקץ כמבואר בתשיבות הדברי חיים ועוד הרבה פוסקים לרוב, וויל וויסן צו עס איז אויסגעהאלטן אז מיר זאלן זיך מתחבר זיין מיט מענטשן וואס לויט אונז טרעטן זיי בשט נפש אויף עקרי התורה?

מושב זקנים.

די גאנצע שייטל ביזנעס איז א מעסס. די אלע קול קורא'ס זענען געווען אמת און די צייטן ווען א פרוי איז געווען א גארנישט... זע דא...
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/349525">viewtopic.php?p=349525#p349525</a><!-- l -->

moshav zekeinim » דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 7:59 pm

· #349530
אה, דו הייבסט אן מיט דיין אויפגעקלערטקייט, איך בין דא געקומען הערן א דעת תורה און נישט א מיינונג פון אן אנגעליינטער.

טרויבן88 » דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 8:33 pm

· #349538
Re: איז מותר לבעלי שפיצל להתחבר לבעלי שייטל?
moshav zekeinim
אה, דו הייבסט אן מיט דיין אויפגעקלערטקייט, איך בין דא געקומען הערן א דעת תורה און נישט א מיינונג פון אן אנגעליינטער.

איך פארשטיי נישט פינקליך דיין פראבלעם... הלכה'דיג קען מען טרעפן התרים. אבער די קולטשור פראבלעם וועט עניוועי בלייבן... סא?

בכלל וואס האט דיר בארעכטיגט מיר אנצירופן א אנגעליינטער?

אוך פאנג אן רחמנות האבן... דיין ווייב גייט טאקע א שפיצל אדער נאר א משל?

אייז קריעם » דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 9:38 pm

· #349561
די גמרא און יבמות זאגט אז בית הילל און בית שמאי האבן געגעסן איינער ביים צווייטן.

מודיעין » דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 10:49 pm

· #349580
אז דו בויעסט אויף סאטמאר רב, דארפסטו נישט מער פון מעשה רב, אז צווישן סאטמאר רב'ס נאנטס'טע מענטשן, זענען זייערע פרויען געגאנגען שייטלען. היתירו פרושים את הדבר.

moshav zekeinim » דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 11:56 pm

· #349583
דער רבי זי"ע האט עס נישט געהאלטן פאר קיין איסור (כל זמן עס איז איידל און האלב צוגעדעקט), אבער מיר אין אונזער משפחה האבן א מסורה ביז צאנזער רב אז א שייטל איז חזיר טרייף, לויט דעם פארשטיי איך נישט פארוואס איך זאל מעגן זיך מתחבר זיין מיט בעלי השייטלען.

berlbalaguleh » מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 12:06 am

· #349585
טרויבן88: וואס איז א משל, די רעבעצין אדער די שפיצל?!... 😂 🙄

לית דין בר נש » מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 11:48 am

· #349645
טעות

קאמענטירער » מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 11:51 am

· #349648
פארוואס זאל דער ''בעל''השפיצעל זיך נישט חבר'ען מיט דער ''בעל'' השייטעל ער איז דאך זיין חבר פון כולל?

moshav zekeinim » מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 12:19 pm

· #349664
וואלט א חסיד זיך גע׳חבר׳ט מיט א מזרחיניק? וואלט א סאטמארער געלערנט אין א א כולל מיט אגודיסטן אדער געדאוונט מיט זיי בקביעות לכתחילה?

פארוואס איז אזוי פשוט אז עס איז פאר מיר אויסגעהאלטן זיך מתחבר צו זיין צו שייטל טרעגער? זיי טרעטן בשט נפש אויף עקרי התורה און זענען חוטא ומחטיא את הרבים, ספעציעל די מיט לאנגע יומען העיר שייטלען.

קאמענטירער » מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 12:24 pm

· #349666
נישט קוקענדיג אויף די איסורים זעה איך נישט פארוואס זאל איך מיר נישט חבר'ען מיט א די מאן פון די שייטעל טרעגער וואס איז ער שולדיג ער טוט נישט די עוולה?

berlbalaguleh » מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 12:29 pm

· #349669
מושב זקנים: איך האב ערגעץ געליינט אז די ערליכע אידן און די צדיקי הדור, בשעת די מיהאלאוויצער תקנות זענען געמאכט געווארן זענען ארויס בחרב ובחנית אקעיגן די מאדערנע שייטלען פון יענע טעג, וועלכע זענען געווען גאנץ קורץ און געקרייזלט. די לאנגע שייטלען מיט די גלאטע האר האט זיי נישט געשטערט. דאס איז באטראכט געווארן אלס די העכסטע מאס פון צניעות...!

קאמענטירער » מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 1:11 pm

· #349690
berlbalaguleh
מושב זקנים: איך האב ערגעץ געליינט אז די ערליכע אידן און די צדיקי הדור, בשעת די מיהאלאוויצער תקנות זענען געמאכט געווארן זענען ארויס בחרב ובחנית אקעיגן די מאדערנע שייטלען פון יענע טעג, וועלכע זענען געווען גאנץ קורץ און געקרייזלט. די לאנגע שייטלען מיט די גלאטע האר האט זיי נישט געשטערט. דאס איז באטראכט געווארן אלס די העכסטע מאס פון צניעות...!

און מקען נאך צולייגען אז היינט איז שוין ליידער דא וואס גייען מיט ביי-ביי האר איז שוין גאר אן ענין צו גיין מיט א שייטעל, כעין וואס סאטמאר רב פלעגט פרעדיגן אין די שטאט שול אז מזאל אנטון שייטלען!!!

moshav zekeinim » מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 2:30 pm

· #349710
אידן עס איז אלול, הערט אויף מיט די ליצנות, איך פרעג אן ערנסטער שאלה.

berlbalaguleh » דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2016 2:55 pm

· #349903
moshav zekeinim
אידן עס איז אלול, הערט אויף מיט די ליצנות, איך פרעג אן ערנסטער שאלה.

מושב זקנים: נאכאמאל...דו פרעגסט אן ערנסטע שאלה. א דעת תורה...?! דאמאלס, וואו אהין איז פארשווינדן געווארן דער מושב זקנים וועלכער האט (נישט אזוי לאנג צוריק) געהאקט אויף, און געוואלט אונטערברענגען דאס חרדי'זם פאר א יעדע פרייז...?!
איך בין געווען זיכער אז שלום דיען שרייבט די ארטיקלען אונטער אן אנדער'ן נאמען. איך מוז איהם גיין מפייס זיין...!