☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » אשכול אן א טיטל #10913

אשכול אן א טיטל #10913

52 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10913
בלאט: 1 2

— » דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 2:33 pm

· #349482

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

מאן דאמר » דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 2:41 pm

· #349484
<a class="postlink" href="http://news.walla.co.il/item/2997121">http://news.walla.co.il/item/2997121</a>

בן אדם » דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 2:55 pm

· #349486
שמעון בן?

berlbalaguleh » דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 2:58 pm

· #349487
בן אדם
שמעון בן?

תשעים ושתיים... 😂

קאווע טרינקער » דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 3:15 pm

· #349491
שמעון בן שרה לרפואה מהירה

לאמיר צוטיילן ספר... מלכים.

מלכים א, קאפיטל א' ביז ד'.

ציבעלע-קיגל » דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 3:52 pm

· #349493
רפואה שלימה

mevakesh » דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 3:59 pm

· #349496
лпم iοوԴ
בד"ה

מקור?

mevakesh » דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 4:12 pm

· #349497
זיין זוהן האט יעצט ביי א פרעסע קאנפרענץ געזאגט אז דער מצב איז שמאל און זיי וועלן דארפן מאבן שווערע באשלוס וואס צו טוהן

פליקער » דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 4:28 pm

· #349498
בד''ה, הלך לעולמו

שלום על ישראל » דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 4:53 pm

· #349499
פליקער
בד''ה, הלך לעולמו

mevakesh
מקור?

קאך_לעפל » דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 5:11 pm

· #349501
ווארשיינליך האט דאס ארויסגנב'נען פיצלעך תמנ'ע קינדערלעך פון די ארעמס פון זייערע צושוידערטע עלטערן און זיי פארקויפן פאר גוים, אים שטארק צוגערירט צום מוח אזש אז ס'האט פאסירט ווואס ס'האט ווירקליך פאסירט..

ברוך הטוב והמטיב, נאך א פארשאלטנער קידנעפער אין דער ערד אריין... בלויז א שאד אז ס'האט ווירקליך נישט פאסירט עטוואס פריער....

כן יאבדו אויבך ה'.

שלום על ישראל » דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 5:13 pm

· #349502
דערווייל לעבט ער.

הוגה » דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 6:00 pm

· #349505
קאך_לעפל
כן יאבדו אויבך ה'.


ביי די 93 יאר זייענדיג געזונט און שטארק ביז זיין לעצטע טאג? מ'זעהט טאקע די יד ה'.

mevakesh » דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 6:37 pm

· #349509
וועלכע עבירות האט ער געטוהן؟
איך וויל אויך טוען די זעלבע אזוי וועל איך האבן א לאנגע רייכן לעבן...

berlbalaguleh » מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 1:15 am

· #349592
אפשר קען מיר איינער מסביר זיין פון וואו ס'נעמט זיך אזא וויסטע שנאה ביי א איד צו א צווייטן איד...? איך האב נישט קיין הסבר אויף דעם...!
נאכדעם קומט מען מיט די שטותים..."עטץ ווייסטץ וויפיל צדקה און גמילות חסד ס'גייט ארויס פון אונז"...! 😈 😈 🙄 😠 😛 😳 😢 😞 😮 ...כ'האב שוין לאנג נישט גענוצט אזויפל סמייליס...? אויסצודריקן מיינע געפיהלן...!

דער דאס » מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 2:36 am

· #349598
berlbalaguleh
😈 😈 🙄 😠 😛 😳 😢 😞 😮 ...כ'האב שוין לאנג נישט גענוצט אזויפל סמייליס...? אויסצודריקן מיינע געפיהלן...!


😂 😂 😂 😂 😂

שמעקעדיג » מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 5:56 am

· #349605
berlbalaguleh
אפשר קען מיר איינער מסביר זיין פון וואו ס'נעמט זיך אזא וויסטע שנאה ביי א איד צו א צווייטן איד...?!

איך וואונדער זיך דאס זעלבע. וואו נעמט זיך אזא שנאה צו א צווייטע איד, אזש זיי אנרופן פארשט*נקענע נטורי חרתא און דרעק?

(פליז, פליז ענטפער נישט! יעדער וועיסט די תשובה...)

berlbalaguleh » מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 2:13 pm

· #349705
berlbalaguleh
בן אדם
שמעון בן?

תשעים ושתיים... 😂

דאס נעמט זיך פון א ווערטל. מ'דערציילט אז דער פארשטארבעכנער פרעמיער פון מדינת ישראל יצחק רבין איז אמאל געקומען אין א שול אום שבת. ווען דער גבאי האט איהם אויפגערופן און געזאגט יעמוד יצחק בן...האט ער געענטפערט ארבעים... 😂 🙄
מ'דערציילט אן אנדערע מעשה. דער געוועזענער יו ען רעפרעזענטאטיו און אויסערן מיניסטער פון מדינת ישראל, אבא אבן איז אמאל געקומען צו עפעס א מסיבה (ס'געווען אום יו"ט) און מ'האט איהם מכבד געווען צו מאכן קידוש. און ער האט נעבעך נישט געוואוסט וואס מ'דארף טון. און ס'געווען גרויסע בושות. און אויך א חילול השם. ווייל די וועלט'ס מידיא זענען אויכעט דארט געווען און זיי האבן רעפארטעד אז אזא אינטעליגענטער מענטש, וועלכער האט גערעדט אן אקספארד ענגליש, זאלל נישט וויסן וויאזוי מ'פיהרט אדורך א אידישע צערעמאניע... 🙄

berlbalaguleh » מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 2:38 pm

· #349713
שמעקעדיג: כ'האב שטארק הנאה געהאט פון דיין תשובה. ספעציעל פון דיין סקווערער עקסענט (די הברה פון ..."וועיס"...). אבער, פאטש דיך נאכנישט אויפ'ן בויך. ווייל איך האב נאך קיינמאל נישט געזאגט אויף די נטורי חרתא למיניהם, אז זיי זאללן פגר'ן (ח"ו) אדער אז מ'דארף מאכן הטוב והמטיב ווען זיי שטארבן. איך לאך נאר וואספארא בהמות און טיפשים זיי זענען. אז זיי מיינען אז די אראבערס האבן זיי נישט פיינט, אזוי ווי א יעדן אנדערן איד... 🙄
נ.ב.: און די אלע לייקערס קענען צוריקציען פון זייער לייק. אויב זיי וויללן... 😂 🙄

ציבעלע-קיגל » מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 2:45 pm

· #349717
קוק נאר צו די קנאה און שנאה... מיט די כן יאבדו'ס

יא דער ציוני האט געלעבט לענגער ווי דער סאקמר רבי דער אנטי ציוני.

berlbalaguleh » מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 2:51 pm

· #349719
ציבעלע קוגל: או.קעי. לאמיר עס נישט אראפלייגן אויף דעם לעוול. פארשטייצעך. מ'קען נישט פארגלייכן א צדיק יסוד עולם מיט א מענטש וועלכער האט נישט מקיים געווען תורה ומצוות. אבער פארט א איד. און דער חינוך הקלוקל וואס מר. אדער מרס. קאך לעפל האט ליידער באקומען. אט דאס באוויין איך. מעגן קומען 20 שמעקעדיגע און מיט זייער לשון חלקלקות זאגן וואס זיי ווילן. די פאקטן זענען אומפארלייקנבאר...!

שמעקעדיג » מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:36 pm

· #349730
ר' בערל לויט אייער תגובה זעה איך אז איר האט מיר שלעכט פארשטאנען.

צוריק צום ענין.

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 6:14 pm

· #349755
אין אנהייב איז ער געווען צוויי און ניינציג, און פלוצלונג האט זיך פון ערגעץ געוואקסען א יאר?! די ברכה פון דער ח"ח האט צוגעלייגט א יאר צו א טאג?

דער תירוץ איז רבותי, אז ברגע מ'האט איהם צוגעשטעלט צום סאטמאר רב, וואס האט נאר געלעבט ביז צום צוויי און ניינציג, האט מען שנעל געדארפט צולייגען א שינוי השנים מבלבל צו זיין דער שטן.
און מיט דעם איז אלס מיושב.

mevakesh » מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 6:33 pm

· #349759
שמעון איז געבוירען געווארן כ אב תרפג קומט אויס ער נארוואס געווארען 93

berlbalaguleh » מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 9:43 pm

· #349788
שמעקעדיג
ר' בערל לויט אייער תגובה זעה איך אז איר האט מיר שלעכט פארשטאנען.

צוריק צום ענין.

שמעקעדיג: צום 122'סטן מאל האביך דיך שלעכט פארשטאנען. דאס געשעהט אייביג. אדער דארף איך נייע גלעזער. אדער אפשר גאר טוישן די בעטערי אין מיין הער-און פארשטיי מאשינדל. אדער איז אפשר מעגליך אז דו האסט (נישט ח"ו שלעכט) זיך נישט גוט אויסגעדרוקט...צוריק צום עניין. ביז צום נעקסטן מאל... 🙄

סאשי פיש » דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 11:18 am

· #351180
די משפחה געזעגענט זיך יעצט אין שפיטאל

שלום על ישראל » דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 11:49 am

· #351181
אוועק

mevakesh » דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 11:55 am

· #351182
שלום על ישראל
אוועק

שוין די דריטע מאל מען הרגט איהם דא אביסעל געדולד

סאשי פיש » דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 1:18 pm

· #351194
שלום על ישראל
אוועק

ער לעבט

ליפא » דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 2:03 pm

· #351198
סאשי פיש
שלום על ישראל
אוועק

ער לעבט

צדיקים במיתתן...

ליפא » דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 9:43 pm

· #351270
מצוקים האבן פארלוירן

berlbalaguleh » דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 9:48 pm

· #351273
mevakesh
שלום על ישראל
אוועק

שוין די דריטע מאל מען הרגט איהם דא אביסעל געדולד

דער קאך לעפל האט שוין 3 מאל געגעבן תיקון אין ביהמ"ד פאר גארנישט... 😂 🙄

berlbalaguleh » מיטוואך סעפטעמבער 28, 2016 8:05 pm

· #351402
הרב ש.ב. מרגליות (המכונה שמואל שלמה טעללער) דער חשוב'ער שרייבער פון ..."דער בלאט"...איז מכובד צו זאגן א הספד אויף ר' שמעון פרסקי, ע"ה וואס איז נאר יעצט נפטר געווארן... 😮
נאר אויב ער איז שטארק פארנומען, קען איך, אני הקטן, בערל בעל עגלה זאגן דעם הספד שטאטס איהם... 😂

על המחיה » דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2016 5:46 am

· #351436
former president of the usa Bill Clinton just arrived at the Knesset in Jerusalem
📎 קלינטון - פרס.jpg

ונבנתה העיר » דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2016 12:38 pm

· #351459
כ'האב הנאה צו זען אז די ראשי האומות קומען זיך ענדליך איבערבעטן נאך אזויפיל יארן פון 'שרעקליכע התגרות'.

פרייוויליג » דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2016 4:21 pm

· #351486
berlbalaguleh
הרב ש.ב. מרגליות (המכונה שמואל שלמה טעללער) דער חשוב'ער שרייבער פון ..."דער בלאט"...איז מכובד צו זאגן א הספד אויף ר' שמעון פרסקי, ע"ה וואס איז נאר יעצט נפטר געווארן... 😮
נאר אויב ער איז שטארק פארנומען, קען איך, אני הקטן, בערל בעל עגלה זאגן דעם הספד שטאטס איהם... 😂

איך ווארט צו הערן א הספד פון איינעם אויף דעם נפטר. אויב ס'איז נישט שווער. ייש"כ.

מיר'ער בחור » דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2016 4:32 pm

· #351488
סתם אינטערסאנט אנצומערקן , אז היינט דאנערשטיג איז אין א געווענליכן יאר די פארנומענסטע טאג אין בן גורין airport , סיי אלס די טויזענטער וואס פארן קיין אומאן פאר ר"ה , אין סיי ווייל עס פארן אהיים אזויפיל בחורים מיט יונגעלייט צו זייער עלטערן אויף יו"ט ,אין אויך קומען אן אסאך מענטשן פאר יו"ט צו זייערע רבי'ס צו וואס , אין פונקט דארפן זיי זיין פארנומען מיטן אויפנעמען די אלע גרויסע געסט פאר די לוי' .

כלבאשבוע » דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2016 6:29 pm

· #351502
מיר'ער בחור
סתם אינטערסאנט אנצומערקן , אז היינט דאנערשטיג איז אין א געווענליכן יאר די פארנומענסטע טאג אין בן גורין airport , סיי אלס די טויזענטער וואס פארן קיין אומאן פאר ר"ה , אין סיי ווייל עס פארן אהיים אזויפיל בחורים מיט יונגעלייט צו זייער עלטערן אויף יו"ט ,אין אויך קומען אן אסאך מענטשן פאר יו"ט צו זייערע רבי'ס צו וואס , אין פונקט דארפן זיי זיין פארנומען מיטן אויפנעמען די אלע גרויסע געסט פאר די לוי' .


יא, ער איז א אויסגערעכנטער מענטש געווען דער פערעס, ער האט געמאכט זיכער אז זיין לויה זאל פארקומען ווען אלע משוגעים זענען אויפן וועג קיין אומאן אזוי קען ער האבן א מענטשליכע רואיגע צערעמאניע מיט כבוד מלכים.

על המחיה » פרייטאג סעפטעמבער 30, 2016 4:43 am

· #351539
פרעזידענט אובמה האט יעצט גע'ענדיגט זיין הספד מיט די ווערטער, שמעון תודה רבה חבר יקר

דא האט איר אפאר אינטערעסאנטע בילדער פון די לוויה
📎 קלינטאן.jpg 📎 טשארלעס.jpg

על המחיה » פרייטאג סעפטעמבער 30, 2016 4:44 am

· #351540
..
📎 אובמה.jpg 📎 אובמה 2.jpg

berlbalaguleh » פרייטאג סעפטעמבער 30, 2016 10:48 am

· #351555
דער געוועזענער ווייס פרעזידענט אל גאור, ווען ער איז געלאפן פאר פרעזידענט האט ער, אין סקווירא שטעטל געהאלטן א דרשה און געזאגט אז די עלטערן זאללן האבן א סאך ..."נאטשאס"...פון זייערע קינדער. אז מ'רעדט שוין פון פרעזידענשיעל פלאפס ווען ס'קומט צו אידן און אידישקייט. דער געוועזענער און פארשטארבענער סענאטאר דזשארדזש מעקגאווערן ווען ער איז געלאפן פאר פרעזידענט האט ער אינמיטן קאמפיין געסטאפט אין א אידישן רעסטאראנט און (מיט א קאפל אויפ'ן קאפ) געבעטן א פרענקפורטער און אויך געבעטן א גלאז מילעך צו דעם... 😳

סקרן » פרייטאג סעפטעמבער 30, 2016 11:16 am

· #351556
צום באמערקן ער האט באקומען א ברכה פון חפץ חיים אויף אריכות ימים און ער איז אוועק אויף זיין יאהרצייט

מיר'ער בחור » פרייטאג סעפטעמבער 30, 2016 11:49 am

· #351561
חוקר וסקרן
צום באמערקן ער האט באקומען א ברכה פון חפץ חיים אויף אריכות ימים און ער איז אוועק אויף זיין יאהרצייט
נישט ממש נאר א טאג נאכדעם, די ח"ח יארצייט איז געווען יום ג' אין ער איז אוועק מיטוואך פארטאגס בערך 4:30.

סקרן » פרייטאג סעפטעמבער 30, 2016 11:55 am

· #351563
גערעכט מודה ועוזב

berlbalaguleh » פרייטאג סעפטעמבער 30, 2016 5:33 pm

· #351587
חוקר וסקרן
צום באמערקן ער האט באקומען א ברכה פון חפץ חיים אויף אריכות ימים און ער איז אוועק אויף זיין יאהרצייט

חוקר וסקרן: ייש"כ. איך האב געהאט די זעלבע מחשבות...ס'טאקע א פלא פון א זאך. איך האב ב"ה נישט אן די שווארצע בריללן וועלכע זעען נאר שלעכטס אויף אידן...!

זבולון » מוצ"ש אקטאבער 1, 2016 11:55 pm

· #351617
קען מיר איינער ערקלערן פשט, אינדערצייט וואס פרעזידענט אובאמא און נאך וועלט פירער האבן אנגעטוהן א קאפל, איז ביבי געבליבן מיט א כיפה שקופה.

ונבנתה העיר » זונטאג אקטאבער 2, 2016 12:05 am

· #351622
ווען ער שטעלט זיך אויף צום סוף פון אבאמא'ס הספד זעט מען אז ער טראגט עס ווי א באם.

בן אדם » זונטאג אקטאבער 2, 2016 12:21 am

· #351623
ס'איז תלוי אין חילוקי מנהגים. אין געוויסע מקומות איז מען געגיינגען די קאפל מער אין פארנט, אזוי ווי אין רוז'ין (וכן מורה אדמו"ר מסקולען שליט"א לילדים כסדר). אבער אין אנדערע מקומות, ווי למשל בעלז, איז מען געגיינגען דוקא אויף די אונטערשטע חלק פון דעם קאפ. ודעביד כמר עביד ודעביד כדמר עביד ונהרא נהרא ופשטיה ויאכלו ענווים וישבעו.

מיר'ער בחור » זונטאג אקטאבער 2, 2016 12:36 am

· #351625
זבולון
קען מיר איינער ערקלערן פשט, אינדערצייט וואס פרעזידענט אובאמא און נאך וועלט פירער האבן אנגעטוהן א קאפל, איז ביבי געבליבן מיט א כיפה שקופה.
ס'דא בילדער פון די לוי' ווי ער גייט נישט מיט א קאפל, אבער דאס איז ממש פאר די לוי', אבער ביים לוי' אליינס איז ער געגאנגען מיט א שווארצע קאפל פונקט ווי אבאמא, קלינטאן.

מיר'ער בחור » זונטאג אקטאבער 2, 2016 12:41 am

· #351626
/
בלאט: 1 2