☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » וואס זאל איך טון?

וואס זאל איך טון?

3 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10906

קאמענטירער » מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 2:01 pm

· #349309
וואס זאל איך טון?
ניין איך געב נאך נישט אויף אויף מיינע רעכטען צו דעסיידען וואס צו טון, אבער אזויפיל יא איך האב נישט קיין פראבלעם צו ''הערן'' מיינונגען פון אנדערע וואס איך זאל טון, מילא שטעל איך אוועק די אשכול פאר ווער סהאט ספיקות וואס צו טאן און ער וויל הערן די דעת הציבור קען דא אנפרעגן און ארויסלייגען זייערע קווענקלישען:

פאר וועמען זאל איך וואוטען פאר סיוויל דשארזש? איך וואלט געוואלט שטימען פאר רחל פרייער, פאר דעם אליין צו ארייברענגען א פרישקייט אינעם סיסטעם און אזוי אויך טוישען אביסעלע די מאפע אז אן היימישע חסדישע עסקן זאל און קען אויך מיינען א היימישע פרוי, אבער סדא עפעס א שמוציגע קאמפיין קעגן איר קעגענער און צו דעם בין איך נישט מסכים! ווייל סגרוילט מיך די וועג פון זיך הייבן, דורך קנאקען אויף יענעם

איז די שאלה וויזאוי קען איך שטימען פאר איר קאנדיראטור אן ספורטען די עקעלהאפטיגע קאמפיין אויף איר קעגענער?
(ענליך האביך וויאזוי איך קען לייקען אויף א תגובה וואס איך בין נישט מסכים אויף אלע נקידות אכמ''ל)

בן אדם » מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 2:06 pm

· #349312
קיינער פירט נישט קיין שמוציגע קאמפיין. ס'איז נאר אינדערויסענדיגע וואס האבן געטראפן עבירות ביי יענעם. איך האב אליין געזען ביי ביידע קאמפיינס ווי זיי האלטן זיך אפ פון ארויס זאגן א ווארט קעגן דעם אנדערן. מי כעמך ישראל!

געשווינד » מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 2:17 pm

· #349315
Re: וואס זאל איך טון?
דער דעילי ניוז איז פאר רוחי פרייער
<a class="postlink" href="https://t.co/UC3lRrYo9p">https://t.co/UC3lRrYo9p</a>


Sent from my iPhone using Tapatalk