☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מידיא ווינקל » די מאגאזינען "די וואך" און "א בליק"

די מאגאזינען "די וואך" און "א בליק"

45 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #109

איש האמת » מיטוואך מערץ 7, 2012 1:43 pm

· #850
די מאגאזינען "די וואך" און "א בליק"
קינד און קייט ווייסט צו זאגן פון דער פיקטשער מאגאזינען די וואך, און א בליק, יעדע וואך מיט פרישע פיקטשערס פון אדמורים רבנים דיינים אישי החסד ועסקנים ובנן של קדושים,

דאס אז ס'איז א חורבן פאר יודישקייט, לכאורה וואלט יעדער געדארפט מסכים זיין מיט מיר, דעיס אז זיי האבען די דעה ברצונו מאריך וברצונו מקצר גרויס צו מאכן קליין מאכן (ווענדט זיך וויפיל דער רבי באצאלט) איז היפש אמת, ווייל די רעביס אליין דילען מיט די בעלי בתים פאר זייערע פעידזשעס,

נאר אויף די יעצטיגע דער בליק, וואס איז היינט ערשיינען לכ' פורים, איז אויף די פראנט דעקל, האדמו"ר יואל לעבוויטש מפעסט שליט"א, דאס מיינט אז די בעלי בתים אליין מאכן חוזק פון די רעביס, און יואל לעבאוויטש מ'פעסט מיט די אזוי באקרוינטע און גערופענע אנשי החסד און פאליטישענס מיט די שחורים זענען אייניג מיט די היינטיגע רבנים ואדמור"ים.

אני הקטן וואלט געהאלטן אז די ערשטע זאך וואס די אדמורי"ם ורבנים וואלטן געדארפט טוען, איז צו אסר'ן די אלע אזא סארט מאטריאל, ווי דער וואך, און דער בליק, נאר די תירוץ איז....

איז דער דעת פון דער קאפי טרינקערס דא אין קאווע צימער אויך אזוי??

שרייבער » מיטוואך מערץ 7, 2012 2:00 pm

· #854
מיין עניות הדעת

אזא פנים ווי יואל לעבאוויטש האבן רוב רבי'ס בדורינו (ליידער...)

ממילא........ פיר אויס

מוראדיג » מיטוואך מערץ 7, 2012 2:01 pm

· #855
נע, אזוינס איז נישט מעגליך. רבנים אליין זאל אסר'ן "די וואך"? דאס איז ווי די רבי'ס אליין זאלן אסר'ן סטראקעס....

שרייבער » מיטוואך מערץ 7, 2012 2:45 pm

· #860
😂
מוראדיג
נע, אזוינס איז נישט מעגליך. רבנים אליין זאל אסר'ן "די וואך"? דאס איז ווי די רבי'ס אליין זאלן אסר'ן סטראקעס....

איש האמת » מיטוואך מערץ 7, 2012 2:59 pm

· #863
דאס איז דאך געוועהן דער עיקר וואס כ'האב געוואלט ארויסברענגען,
אלעס אסר'ט מען היינט, און פארוואס זייער קארני און פאני פיקטשערס נישט, תמה תמה אקרא

נניח מ'זאל נישט אסר'ן, וואלט איך געהאלטן, אז אזוי ווי דער מאגאזין דער בליץ האט אייביג באדעקט די פנימ'ער פון די גוים, און כ'ווייס נישט פארוואס (כ'ווייס יא...) אין דער וועלט האט יעצט דער שטערן און דער שפאקטיוו זיי יעצט נאכגעמאכט, מיטן מאכן בלארי די פיקטשערס פון די גוים, זאל מען אזוי אויך מאכען בלארי די פיקטשערס פון אדמורי"ם ורבנים ובנש"ק אין דער וואך און דער בליק, די שיינע בעקיטשעס און דעזיינס זאל מען לאזן קלאר, מיט די שיינע שולן, נאר די פנימ'ער צו באדעקן,

אפשר אזוי זאל גאר זיין??

קרעקער » פרייטאג מערץ 9, 2012 1:07 pm

· #927
כהאלט אויך אזוי
דער יערות דבש שרייבט אז אויף יעדער בילד איז שורה א רוח הטומאה אפילו אויף בילדער פין הייליגע רביס

אגב, פארנדיג אמאל צו ...... געגענט האט מיר א חבר געבעטען אויפציפיקען א ענוועלאפ פין א רב אין יענע געגענט נאכער האט מיר דער חבר פארציילט אז דאס איז א פעינמענט פון דער רב פאר זיין בילדער מאגאזין פארן אריינשטעלן בילדער פון דער רבס חתונה
סאיז נישט קיין סוד אז זיי צאלען דערפאר, אבער דאך האט מיין הארץ געבעבען א איבעריגיע קלאפ הערענדיג אז איך פערזענדליך האב איבערגענימען דעם טשעק פון דער רב

מנשה לוסטיג » זונטאג אפריל 22, 2012 4:10 pm

· #6556
העי העי.. מיינע בילדער זענען אמת'ע.. מיין עבודת הקודש איז נישט קיין געפאפטע.. ווען נישט די בילדער וואלט איך קיינמאל נישט געהאלטן קיין ארבע מינים, אפילו אזוי האב איך געברויכט זיך מתיר נדר זיין..

קרעקער » מאנטאג אפריל 23, 2012 6:04 pm

· #6905
האט א קליגער יוד געזאגט
די וואך און די בליק זענען די ""פירוש חי"" אויף מסכת עבודה זרה

מנשה לוסטיג » מאנטאג אפריל 23, 2012 6:52 pm

· #6910
לשיטתם

אבי גערעדט » דאנערשטאג אפריל 26, 2012 10:38 am

· #7912
איך פלעג אמאל זיין א שטיצער אין אנהעגער פון א בליק, ער פלעגט זיין תוכנ'דיג רייך אין אינטערעסאנט אבער זינט ער האט זיך צוזאמגעשטעלט מיט די ישראלים איז ער געווארן א פחד פון א אויסגאבע, קוואלעטי אין לעצטנס קוואנטעטי איז געפאלן ווי משוגה, אין די פרייז איז ארויף צו איבער פיהר טאלער פאר נא גאאד ריעזן, האב איך אים גענצליך געסטאפט צו קויפן.

אבי גערעדט » דאנערשטאג אפריל 26, 2012 2:11 pm

· #7973
[ציטאט אראפגענומען]

לאמיר הערן וואס פונקטליך דיין פראבלעם איז, ניין איך בין נישט משוגע צו צאלן פון מיין געלט פאר א בילדער מאגאזין, נאר איך פלעג עס קויפן פאר א ארגאנאזאציע פון זייער געלט

אוי טאטי » דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 4:11 pm

· #48832
היינט וועלן ערשיינען די סוכות אויסגאבעס פון די בילדער מאגאזינען.
ווי איך הער גייט 'די בליק' האבן פינף ביילאגעס, מיט א סידי, און 'די וואך' גייט אויך האבן אפאר ביילאגעס, (כ'ווייס נישט קיין נומבער).
און ביידע גייען האבן היסטארישע בילדער פון ניו יארק בכלל און וויליאמסבורג בפרט, (און א עקסטערע ביילאגע) וועלן מיר מוזן ווארטן ביז ביינאכט, צי קענען זעהן ווער וועט ארויסקומען דאסמאל די געווינער.

אבי גערעדט » דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 11:16 pm

· #61970
איך זעה מער נישט א בליק אין די געשעפטן, איז ער אינטערגעגאנגען? אדער מיין געשעפט פארקויפט אים נישט מער?

זר זהב » מאנטאג נאוועמבער 19, 2012 7:26 pm

· #62752
'די וואך' איז אזוי במחתרת ארויף מיט'ן פרייז. 3.95

sunbar » מאנטאג נאוועמבער 19, 2012 7:32 pm

· #62754
אבי גערעדט
איך זעה מער נישט א בליק אין די געשעפטן, איז ער אינטערגעגאנגען? אדער מיין געשעפט פארקויפט אים נישט מער?


דיין געשעפט פארקויפט נישט...

זר זהב » מאנטאג נאוועמבער 19, 2012 7:33 pm

· #62755
איך האב עס אויך נישט געזען. ס'לכאורה אינטערגעגאנגען

sunbar » מאנטאג נאוועמבער 19, 2012 7:37 pm

· #62758
איך האב עס געקויפט דער וואך.

זר זהב » מאנטאג נאוועמבער 19, 2012 7:38 pm

· #62759
אה, אינטערעסאנט. איך האב עס נישט געזען. (נישט אז איך האב עס געזוכט)

אבי גערעדט » דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 12:05 am

· #62852
זר זהב
'די וואך' איז אזוי במחתרת ארויף מיט'ן פרייז. 3.95


אין אפסטעיט איז ער ארויף צו 4.50, ממש א הימל געשריי, איך האב אים גע'אימעילט א בילד וואס איך האב געכאפט זונטאג אין א אפסטעיט סופערמארקעט וואס ווייזט ווי די שעלווס זענען נאך פוהל מיט די וואך'ס, פשוט ער זאל זיך איבערקלערן צו ס'האט אים געלוינט, אגב ער גייט פייערן אין די קומענדיגע פאר וואכן די דריטן יארטאג פון ווען ער האט אנגעהויבן ערשיינען, ווי אויך גייט ער אפצייכענען גליון מאה וחמישים

אבי גערעדט » דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 12:08 am

· #62854
sunbar
אבי גערעדט
איך זעה מער נישט א בליק אין די געשעפטן, איז ער אינטערגעגאנגען? אדער מיין געשעפט פארקויפט אים נישט מער?


דיין געשעפט פארקויפט נישט...


די וואך איז ער גראדע יא ארויסגעקומען נאך צווי וואכן וואס ער איז נישט, אבער ער הינקעט שטארק, ער האט בכלל נישט אריינגעלייגט קיין וועלטליכע בילדער, כ'רעד שוין נישט פון א וועלטליכע ביילאגע איך ווייס נישט צו דאס איז וויבאלד ער האט זיך אריינגעלייגט אין די היברעאישע מארקעט, אין ער האט שוין נישט קיין קאפ צו די אידישע, אדער פשוט לוינט אים עס נישט

זר זהב » דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 12:18 am

· #62857
אבי גערעדט

די וואך איז ער גראדע יא ארויסגעקומען נאך צווי וואכן וואס ער איז נישט, אבער ער הינקעט שטארק, ער האט בכלל נישט אריינגעלייגט קיין וועלטליכע בילדער, כ'רעד שוין נישט פון א וועלטליכע ביילאגע איך ווייס נישט צו דאס איז וויבאלד ער האט זיך אריינגעלייגט אין די היברעאישע מארקעט, אין ער האט שוין נישט קיין קאפ צו די אידישע, אדער פשוט לוינט אים עס נישט

דהיינו?

זר זהב » דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 12:24 am

· #62861
ס'סאקט אוועק. זיי ווייסן נישט וויאזוי א בילדער מאגאזין ברויך אויסצוזעהן. 'די וואך' איז גאר שיין, כ'קויף עס אמאל אמאל, כ'האב עס היינט שיעור געקויפט נאך א מזל כא'געקוקט אויפ'ן פרייז. כאבעס שנעל צוריקגעלייגט.

berlbalaguleh » דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 3:24 am

· #62890
מוראדיג
נע, אזוינס איז נישט מעגליך. רבנים אליין זאל אסר'ן "די וואך"? דאס איז ווי די רבי'ס אליין זאלן אסר'ן סטראקעס....

זעט אויס אז ר'האט נישט געשמירט אויף די ריכטיגע פלעצער...

משה רוקח » דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 9:57 pm

· #63156
איך זעה אז די כל העולם כולו האט אנגעהויבן צו דעקן באבוב 45. האט 48 אויפגעהערט צו צאלן?

זר זהב » דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 9:59 pm

· #63157
איינער קויפט דאס נאך. נעבעך

קלאר » דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2012 4:37 pm

· #69754
א בליק וועלכע באלאנגט פאר זאליס
האט געוואלט ציפיקסן די ארונים
האט ער געלייגט אופן דעקל ביי ביידע רבי'ס כ''א כסליו
אין ביי ר' אהרן געלייגט א שוואכערע בילד צו צייגן אז ר' זלמן לייב האט דאס מאל געהאט מער מענטשן

קליינע קינדער'ליך

קאווע טרינקער » דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2012 4:40 pm

· #69757
מיין קליינע האט דאס ליב, בעסער געזאגט, ער האט מיר ליב ווען איך קויפ דאס פון מאהל צו מאהל
און בשעת **** קוקען די בידלער קען אסאך העלפן א בחינה פון מהר צועה להפתח - א פסוק אין נ"ך

כ'האב זיך נאר גאונדערט, אז די וואך האט נישט געהאט קיין איין בילד פון ק"א קסלו צד וומ"ס
פארוואס?

קלאר » דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2012 4:42 pm

· #69760
קאווע טרינקער
מיין קליינע האט דאס ליב, בעסער געזאגט, ער האט מיר ליב ווען איך קויפ דאס פון מאהל צו מאהל
און בשעת **** קוקען די בידלער קען אסאך העלפן א בחינה פון מהר צועה להפתח - א פסוק אין נ"ך

כ'האב זיך נאר גאונדערט, אז די וואך האט נישט געהאט קיין איין בילד פון ק"א קסלו צד וומ"ס
פארוואס?

ער פאלגט די רבי...

זר זהב » פרייטאג אוגוסט 23, 2013 2:21 am

· #144512
א מין בייפאל... די בליק האט אריינגעלייגט א פרייע טיקעט קיין אומאן אין איינע פון אירע טויזענטער מאגאזינען פון דעי וואך. און גיי ווייס וועלכע ס'איז, קויפט און איר קענט זיין דער גליקליכער געווינער. ס'זיכער דא מענטשן וואס וועלן קויפן 20 שטיק אויך...

לאליפאפ » פרייטאג אוגוסט 23, 2013 7:42 am

· #144540
און טאמער קויפט דאס א איד אין אנטווערפן?

מ. גליקמאן » פרייטאג אוגוסט 23, 2013 9:00 am

· #144552
פון אנטווערפן קען מען נישט פארן אויף אומאן?

אבי גערעדט » פרייטאג אוגוסט 23, 2013 9:02 am

· #144554
א שוואכע נישט גאנגבארע מאגאזין, גאנצע פעק בלייבן אין די געשעפטן יעדע וואך, דער ציבור קויפט נישט קיין שטרוי, אוודאי ברויך ער מאכן אזא פראמאציע

קאווע טרינקער » פרייטאג אוגוסט 23, 2013 9:03 am

· #144555
שקר וגנבת דעת, דער וואס לייגט אריין דעם טיקעט ווייסט פון פאראויס אין וועלכע געגענט יענע קאפי גייט פארקויפט ווערן.

קרעקער » פרייטאג אוגוסט 23, 2013 10:25 am

· #144571
שטייטצעך "אויב" מהאט טאקע אריינגעלייגט....

זר זהב » פרייטאג אוגוסט 23, 2013 11:22 am

· #144591
אבי גערעדט
א שוואכע נישט גאנגבארע מאגאזין, גאנצע פעק בלייבן אין די געשעפטן יעדע וואך, דער ציבור קויפט נישט קיין שטרוי, אוודאי ברויך ער מאכן אזא פראמאציע

סארי מעגליך ווילסט דאס נישט הערן. די בליק איז דער שטערקסטער בילדער מאגאזין אויף די מארקעט. סאיז טאקע אינטערעסאנט אבער פארט דער אמת. און איך שרייב וואס איך ווייס גאר קראנט.

אבי גערעדט » פרייטאג אוגוסט 23, 2013 11:54 am

· #144597
איך וויל יא הערן, איך וויל נישט הערן, וואס גייט מיר אן אז א איד מאכט פרנסה? איך רעד פון פאקטן, די עפנסט עס אויף, האלב מאגאזין איז אדווערטייזמענטס, נישטא כמעט קיין וועלטליכע אדער אינטערעסאנטע בילדער, און יא די פאקט איז אז עס גייט שוואך, קען זיין אין דיין גראסערי, אדער בעצם ווילי גייט ער בעסער ווי ערגעץ אנדערש, אבער בדרך כלל איז ער שוואכליך

זר זהב » פרייטאג אוגוסט 23, 2013 11:59 am

· #144599
אבי גערעדט. ער גייט מער איבעראל, און ער דרוקט מיט כמעט א טויזענט שטיק מער. איך האב נישט געזאגט אז ער איז בעסער/שענער פון 'די וואך', דאס מסתם נישט.

איוואן » פרייטאג אוגוסט 23, 2013 1:46 pm

· #144641
זר זהב
א מין בייפאל... די בליק האט אריינגעלייגט א פרייע טיקעט קיין אומאן אין איינע פון אירע טויזענטער מאגאזינען פון דעי וואך. און גיי ווייס וועלכע ס'איז, קויפט און איר קענט זיין דער גליקליכער געווינער. ס'זיכער דא מענטשן וואס וועלן קויפן 20 שטיק אויך...

די עמי מאגאזין האט געהאט דעם בייפאל מיט א טיקעט קיין א"י. כ'מיין דעם פארגאנגענעם ל"ג בעומר.

טיטאניק » דינסטאג יאנואר 21, 2014 7:09 pm

· #178214
א פלא וואס דא גייט פאָר מיט באבוב און די חברה
א פלא וואס דא גייט פאָר
ווי איך האב געוויסט ביז יעצט איז א בליק באבוב 48 געשטימט, און די וואך באבוב 45 געשטימט
די וואך איז געווען אזוי:
א בליק האט ווי פארשטענדליך געדעקט באבוב 48 מיט פאמפע דעראמפע, איך הער אז איינער מעכל גרינפעלד ספאנסערט דאס (מי הוא?)
איך האב מיר פארגעשטעלט אז באבוב 45 וועט זיין ברייט געדעקט אין די וואך אבער צי מיין ווינדער איז לא די זיי האבען נישט געדעקט 45 האבען זיי גאר געדעקט 48 הערליך שיין, א פלא
בכלל הער איך אז א פאטאגראפער פון א בליק האט געכאפט קלעפ ביים פראבירען כאפען בילדער ביי די באבוב 45 חתונה
פלא אויב א בליק דעקט נישט באבוב 45 צי וואס האבען זיי געצאלט געלט פאר א פאטאגראפער צי גיין כאפען בילדער דארט
פלא על גבי פלא

יאכנע » דאנערשטאג מערץ 13, 2014 11:32 am

· #190459
די וואך ראקט אריין מיט א מעכטיגע פורים ביילאגע
די וואך איבעראשט ווי שטענדיג, אבער דאסמאל האבען זיי ריכטיג אריינגעריסן מיט א מעכטיגע ביילאגע אין שאטן פון די "גזירת גיוס"
א הערליכע בילדער מאגאזין ווי עס עקטן גרויסע שטערנס
ווי
מיכאל שניצלער, מאיר בער שווארץ, אבא ווינקלער, גרשי מאשקאוויטש און נאך פורימ'ס

דער רובינשטיין שלאפט נישט
📎 jkbkhjgl.jpg

עפל סיידער » דינסטאג אפריל 8, 2014 3:46 pm

· #195292
אין די אנגייענדע קאנפליקט צווישען די צוויי פיקטשער מאגאזינען, גייט די א בליק צו א הויכפונקט פון 'א מאמענט' ווען זי גייט ארויסקומען מיט א וועכנטליכער אויסגאבע דער מאמענט וואס וועט איר זיכער הייבען סך העכער ווי איר קאנקורענט, עס איז צו ערווארטען אז די וואך וועט זיך נישט לאזען און ארויסקומען מיט א פרישער מאגאזין, און שטורמישע מחאות וועלן נתרבה ווערן טעגליך.

berlbalaguleh » מיטוואך אפריל 9, 2014 11:57 am

· #195463
קאווע טרינקער
שקר וגנבת דעת, דער וואס לייגט אריין דעם טיקעט ווייסט פון פאראויס אין וועלכע געגענט יענע קאפי גייט פארקויפט ווערן.

סאו. איז עס נישט נאר גניבת דעת, נאר גניבה ממש. ס'איז אבער דא א גמרא וועלכע זאגט "קם לי' מדרבה מיני' "... 🙄 😂 😠 😛 😳 😢 😮

לאליפאפ » מאנטאג נאוועמבער 17, 2014 2:29 pm

· #235572
האסט נישט געהערט שרולי בארד'ס Voice Note?

כוכב » מאנטאג נאוועמבער 17, 2014 2:30 pm

· #235574
עפעס האב איך געהערט מהאט ארעסטירט שראלי בארד ווייל ער האט געוואלט איינקאסירן געלט פאר דער בליק.
לייג ארויף זיין וואויס נאוט.

ראש המדברים » זונטאג נאוועמבער 23, 2014 12:52 pm

· #237125
איז נישט הרב משה רוטה א פעטער פון איינער פון די בעה"ב אין א בליק?