☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » אשכול אן א טיטל #10897

אשכול אן א טיטל #10897

9 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10897

— » דאנערשטאג סעפטעמבער 8, 2016 6:59 pm

· #348960

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

moshav zekeinim » דאנערשטאג סעפטעמבער 8, 2016 7:10 pm

· #348964
ז. ח. י"א. י"ג האט מיר געכאפט.

א הערה׳לע. א האלבער פאקט איז א גאנצער ליגנט.

און שיין צו הערן דעם חילוק צווישן נאר און טפש. פאסיוו ווערס אקטיוו אדער אזויווי דער חילוק צווישן שלימיאל און שלימזל?

משלי שש ה׳ וועט שוין זיין פון די ספרים חצונים.

moshav zekeinim » דאנערשטאג סעפטעמבער 8, 2016 7:19 pm

· #348966
אויב געדענק איך גוט האסטו שוין דערמאנט אמאל אז מען לערנע זיך נישט פון היסטערי.

כלפי דעם לעצטן ביסטו גערעכט, דערפאר האב איך איינגעזעהן אז בלויז ווען אלע רעיונות פיטן אריין אין איין יסודות׳דיגער שיטה, איז דער בעל הרעיונות א עכטער חכם. אז נישט איז ער א גוט זאגער ותו לא.

moshav zekeinim » דאנערשטאג סעפטעמבער 8, 2016 7:58 pm

· #348970
[ציטאט אראפגענומען]


העי, הייסט עס אז האסט צו געלייגט עטליכע נישט אזעלעכע שטארקע פסוקים פאר השלמת המאה פסוקים? תורה איז שוין א סך מער אויפריכטיג ווי דיר, זי האט געגעבן א צאל פון שישים רבוא אותיות, אבער האט דערפאר נישט אריין געפאקט אבי סחורה כדי נאכצוקומען די די שישים רבוא און איז נאך עד היום האלב נישט ערפילט.

קאצקע ציקער » דאנערשטאג סעפטעמבער 8, 2016 8:11 pm

· #348971
כה. איז אייזן...

פרייוויליג » דאנערשטאג סעפטעמבער 8, 2016 9:06 pm

· #348975
גאר שארף.

איך דארף יעדן טאג ליינען איינס.

וואס עפעס אחרון?

בן אדם » דאנערשטאג סעפטעמבער 8, 2016 10:10 pm

· #348977
[ציטאט אראפגענומען]

🙄

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג אקטאבער 9, 2016 1:46 pm

· #352046
[ציטאט אראפגענומען]


ב"ה מ'טוט שוין תשובה!
דער אמשינוב'ער רבי אין שאנגהאיי האט געבעטען א מירער בחור זאל איהם נאכזאגען א שמועס פון ר' חצקעל. דער בחור האט איהם איבערגעזאגט א שמועס. דער אמשינוב'ער רבי האט זיך רע'אגירט "פארוואס דארף מען אויסגראבען דער בער פון גרוב? לאז איהם דארט אין גייטס העכער". דער כוונה איז געווען אז די בעלי מוסר האבען ליעב אויסצוגראבען און נאכצופארשען די תכסיסי היצר און ווי ער ליגט אלס באגראבען און דער עבודה איז איהם צו באקעמפען. דער אמשינוב'ער רבי האט געהאלטען אז מ'זאל זיך נישט צוטוהן מאכען פון דער יצה"ר און גייען לכתחלה אריבער מיט עבודת ה'.

ווען ר' חצקעל האט געהערט דערפון האט ער פארציילט "לעצטענס אין שאנגהאיי האט מען פארענדיגט בויען א פראכטפולע גרויסע בנין, מיט געשעפטען און אפיסעס און דירות. א שיינע געביידע איז דאס געווען, נאר געציילטע וואכען נאכ'ן פארענדיגען איז עס צאמגעפאלען. נאכ'ן אויספארשונג איז מען געוואויער געווארען אז דער בנין איז געשטאנען אין א פלאץ וואס מיט יארען צוריק איז געווען דארט א גארבעדזש דאמ"פ און דער ערד איז נישט געווען גענוג שטארק צו ערהאלטען אזא גרויסע שיינע בנין."

ב"ה אז די אמשינוב'ער אידען זע'ען שוין איין דער אמת, אז דער קרקע אויף וואס מ'שטעלט דער בנין איז אזוי וויכטיג ווי דער בנין, און דער 'דרך הגבוה' מיט דער 'לכתחלה אריבער' וועג שטימט נישט למעשה.

מי אני » מיטוואך יולי 17, 2019 8:12 pm

· #433301
[ציטאט אראפגענומען]

און אויף דעם אליינס קען אויך ארויפגיין George Santayana’s באקאנטע מאמר:
“Those who cannot remember the past are condemned to repeat it.”


Sent from my iPhone using Tapatalk