☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » ראסיזם/אומסענסטיוו אנטקעגן אידן

ראסיזם/אומסענסטיוו אנטקעגן אידן

8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10887

טרויבן88 » דינסטאג סעפטעמבער 6, 2016 11:02 am

· #348541
ראסיזם/אומסענסטיוו אנטקעגן אידן

ליינענדיג דער איד די וואך זע איך א מעשה איבער א חבירים מיטגליד וועלכער האט באקומען א טיקעט אויפן פאליסעדס פארן אויסהעלפן א מענטש מיט א צובראכענע קאר, די ארטיקל איז באגלייט מיט מעשית איבער די אגענטור איבער זייערע מעשים און אז זיי רעכענען זיך נישט מיט מינאריטעטן איז אז אפילו די שווארצע ליידן אויך ( קוק וועלכע פריינד מיר האבן געטראפן און די מערכה) איינע פון די פונקטן וואס די ארטיקל פרובירט צו טענען איז, אז וויבאלד מען נעמט נישט קיין געלט פאר די סערוויס דעריבער מעג די מעמבער יא פיקסן א קאר אינמיטן די שאססיי אדער אינמיטן וועג... הקיצור די ארטיקל שוימט,
צים סויף ענדיגט די ארטיקל אז מען פארשט אויס די אינצידענט (פארשטייט זיך...) אבער אן אפיציר זאגט אז די געזעץ איז אז מען טאר נישט מאכן קיין ריפעירס אינמיטן וועג, אן זיין לייסענסט, און דאס האט נישט ציטון צי מען נעמט געלט צי נישט.... און ער זאגט אז חברים זאל מאכן א לייסענס.
איז איך פארשטיי נישט (חוץ אויב עפעס איז ראנג מיט מיר) וואס איז די פראבלעם אז חברים זאל גיין און מאכן א לייסענס??? מיז דא בלייבן אזוי ווי אפגאניסטאן אץווי סנישט דא קיין געזעץ? ווען וועט מען זיך אויסלערנען אז עס איז דא אזא זאך ווי געזעץ? די חברים ווייסט אז אז די פאליסעדס האט אזא געזעץ! איז פארוואס מיז מען בלייבן פרימיטיוו? האסט א פראבלעם מיט די געזעץ? גיי אין לאבי נוי דזערסי דינג פריעדלענדער צי מבטל זיין די געזעץ... און מיש אונז נישט אריין און די געפעכט...

מאטי » דינסטאג סעפטעמבער 6, 2016 11:24 am

· #348546
כאפסט נישט? זיי האבן זייער אייגענע לייס$ע$נסד פירמעס, מ'קען נישט סתם אזוי באקומען א פערמיט.

ווייל אזוי » דינסטאג סעפטעמבער 6, 2016 12:25 pm

· #348556
лпم iοوԴ
צוויי וואכן צוריק בין איך געפארן מיט א חבר אין א קאר. ער איז אפגעשטעלט געווארן פאר'ן דורעכפארן א סטאפ סיין. בשעת ער האט ארויסגענומען זיין לייסענס פון זיין בערזעל האט די פאליס געזעהן זיין חברים קארד, האט ער אים געלאזט גיין ווייטער אהן געבן א טיקעט.

וועלעכע פאליציי אגאנטור? די פאליסעידס פאליס?

געוואלדיג » דינסטאג סעפטעמבער 6, 2016 1:32 pm

· #348574
געוואלדיג עשה את התמונה ישר.
📎 דער איד.jpg

סימפל » דינסטאג סעפטעמבער 6, 2016 4:57 pm

· #348609
נא וואס זאל ער טון אז א איד איז יעצט סטאק אויפן היי וועי און ער האט נישט קיין לייסענס? זאל ער יעצט גיין שטיין אויפן ליין ביי די DMV צו מאכן לייסענס?
העטס אף פאר דער וואלונטור פארן גיין העלפן א צווייטן איד וואס איז סטאק אויפן היי וועי, דערביי וויסענדיג אז ער נעמט די ריסק פון באקומען א טיקעט פון די אומשכלדיגע פאלעסעידס פאליס וואס געבן טיקעטס פארן פארן אויף דריי און זעכציג.

חרידיםזענעןאויךגוט#

טרויבן88 » מיטוואך סעפטעמבער 7, 2016 1:17 pm

· #348715
Re: ראסיזם/אומסענסטיוו אנטקעגן אידן
מאטי
כאפסט נישט? זיי האבן זייער אייגענע לייס$ע$נסד פירמעס, מ'קען נישט סתם אזוי באקומען א פערמיט.

פון די פאליציי'ס ווערטער זעט נישט אויס אזוי

טרויבן88 » מיטוואך סעפטעמבער 7, 2016 1:19 pm

· #348717
Re: ראסיזם/אומסענסטיוו אנטקעגן אידן
סימפל
נא וואס זאל ער טון אז א איד איז יעצט סטאק אויפן היי וועי און ער האט נישט קיין לייסענס? זאל ער יעצט גיין שטיין אויפן ליין ביי די DMV צו מאכן לייסענס?
העטס אף פאר דער וואלונטור פארן גיין העלפן א צווייטן איד וואס איז סטאק אויפן היי וועי, דערביי וויסענדיג אז ער נעמט די ריסק פון באקומען א טיקעט פון די אומשכלדיגע פאלעסעידס פאליס וואס געבן טיקעטס פארן פארן אויף דריי און זעכציג.

חרידיםזענעןאויךגוט#

חברים זאל עס מאכן פארדעם... און ווי כאילו זיי גייען עס יעצט יא מאכן?? אוודאי נישט! פארוואס? ווייל מיר מוזן זיין העכער די געזעץ?

טרויבן88 » מיטוואך סעפטעמבער 7, 2016 1:20 pm

· #348718
Re: ראסיזם/אומסענסטיוו אנטקעגן אידן
ווייל אזוי

פאליסעידס