נייע ביהמ"ד אין די מייל פון סקווירא שטעטל
66 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10886
נייע ביהמ"ד אין די מייל פון סקווירא שטעטל
צו א' סליחות עפנט זיך ענדליך אויף די ערשטע ביהמ"ד אין די מייל פון סקווירא דורך הרה"צ ר' נפתלי צבי ראטטענבערג שליט"א פון די קאסאניער קינדער, ער האט שוין עד היום געהאט א ביהמ"ד יארן אין פלעטבוש אבער מיט זייער א קנאפע הצלחה צוזאמגעשטעלט פון אלטע באטשיס וכדו' און יעצט וויל ער מופן צו א נייע געגנט וואס האט א עתיד אי"ה.
וואס איז אזוי אינטרעסאנט מיט דעם איז נישט נאר אז ער איז דער ערשטער וואס האט נישט קיין פחד און טוהט וואס ער זעהט פאר ריכטיג, נאר וויאזוי ער האט געהאנדלט מיט סקווירא,
א תקופה נאך וואס ער האט געקויפט זיין הויז אויף 20Andover Road, Spring Valley, NY 10977
📎 נצר שוהל.png
האט מען איהם אנגערופן פון סקווירא צו זאגן אז עס שטערט פאר סקווירא אז ער קומט דארט, האט ער זיי געפרעגט ווער איז סקווירא לפי ידיעתו איז עס א נאמען פון א שטאט און נישט קיין פערזאן, האבן זיי פראבירט צו מסביר זיין אז מען רעדט פון די סקווירא ראשי קהילה, נו אויב אזוי האט ער מציע געווען זיי זאלן רעדן מיט זיינע ראשי קהילה, האבן זיי נישט געהאט קיין ברירה און ארויסגעזאגט דעם שם המפורש אז עס שטערט פארן רבי'ן שליט"א, אה אויב אזוי איז עס קיין פראבלעם, רבי'ס קענען זיך פארשטיין ער קען אליין רעדן צו מיר, האט ער געזאגט, איז געבליבן אז ווען סקווירא רבי וועט זיין אין בארא פארק וועט ער קומען א באזוך צו איהם.
כך הוה, ער קומט אריין צו סקווירא רבי און סקווירא רבי זאגט איהם, איהר זענט געקומען עפעס אויסשמועסן..., ניין ענטפערט ער, איהר האט מיר גערופן בין איך געקומען אבער פון מיין זייט איז אלעס אקעי איך האב נישט וואס צו אויסשמועסן.
האט ער אנגעהויבן מיטן טאטן און מסביר זיין ווי שטארק דעם טאטנס רצון איז געווען צו זיין אפגעשייד פון כלל ישראל, האט ער איהם געזאגט וואס ווילסטו יעצט איך האב שוין געקויפט די הויז, איך בין שוין היינט א בן שישים, וואס ווילסטו יעצט פון מיר איך זאל האבן א הפסד איך זאל יעצט אנהייבן פון דאסניי צו זוכן א מקום מנוחה, האט ער געזעהן אז ער קען נישט מיט איהם איז געבליבן אז סקווירא איז טאקע נישט מסכים מיט זיינע געפארפולע מעשים אבער וועלן נישט שטערן.
למעשה איז סקווירא געווען ביזי מודיע זיין פאר אלע ריעל עסטעיט בראוקערס אז ער האט צוריק געצויגן און ער קומט נישט אהין און זיי האבן נישט וואס צו שיקן מענטשן דארט קויפן הייזער, זענען געגאנגען די תושבים וואס ציהען זיך אריין אהין און לעצטע וואך זונטאג געמאכט א לחיים פאר איהם למען ישמעו וידעו.
📎 לחיים נצר.jpg
די שבת האט געהאנגען אין סקווירא א צעטיל מיט בערך די לשון "ב"ה אז זייער אסאך האבן פארשטאנען דעם רצון פונעם רבין זי"ע אבער לעצטנס איז דא א עסק פון איינער וואס טוהט קעגן זיין רצון בעהט מען אז קיינער זאל נישט צושטיין צו דעם און נישט צולייגן א האנט צו העלפן", די צעטל איז געהאנגען פונעם זמן ביזן זמן מוצ"ש מן הסתם כדי עס זאל קיין בילדער נישט זיין פון דעם.
היינט נאכט איז פארגעקומען אין וויזניץ ביהמ"ד א חתונה מיט א וויזניצער איינקיל און זיינס א אייניקל, ווען דער מחותן איז געגאנגען לאדענען דעם סקווירא רבי האט ער איהם געזאגט אז ער קען נישט קומען צו די חתונה ווייל דער זיידע פונעם חתן איז מצער דעם טאטן.
הערט זיך ווי גוטע נייעס, כ'האב הנאה.
ס'איז כמעט 2 מייל אוועק פון סקווער...
📎 Skver .jpg
Re: נייע ביהמ"ד אין די מייל פון סקווירא שטעטל
<a class="postlink" href="http://www.kikar.co.il/mobile/app/#news.209082">http://www.kikar.co.il/mobile/app/#news.209082</a>
Sent from my Fire Phone using Tapatalk
למעשה ערוועקט עס אין מיר א רחמנות געפיל אויף די אנשי סקווירא, וואס וועלן זיך איין טאג במילא מוזען זיך אויפוועקן פון די ''פינה בפני עצמה חלום'' ווייל למעשה איז אמריקא נאך א דעמעקראטיש לאנד און פאר געלד קען זיך יעדער איינהאנדלען לאנד, און נאכמער זייער גאנצע עקזיסטענץ איז דאך נאר דאס צו פארדאנקען אז לעגאל האבען די גויאישע שכנים זיי נישט געקענט אפשטעלן,
איז למעשה קען איך באגרייפען וואס סמיינט זיך אויפוועקן פון א זיסען חלום צום ביטערן און הארטען ריאלעטיעט (איך האב עס יעדן צופרי..) און סאיז זייער א ביטערע פיל צו אראפשלינעגען
Re: נייע ביהמ"ד אין די מייל פון סקווירא שטעטל
אז מען טראכט אריין זעהט מען אז סקווירא שיסט זיך ממש אין די פיס
ווען זיי פיהרען א מערכה מיט מענטשן וואס קומען וואוינען לעבן זיי מאכן זיי אז נאר מענטשן וואס זענען גרייט פאר מערכות קומען דארט וואוינען נאר דאס פעלט אויס פאר סקווירא צו זיין ארומגענומען מיט שכנים וואס וועלן זיין צופרידען זיך צו ארומאמפערן
ווייל אזויס'איז כמעט 2 מייל אוועק פון סקווער...
הרב ראטענבערג, רעדנדיג מיטן סקווערער רבי'ן, האט ארויסגענומען א מפה און געוואלט ווייזען פאר'ן צאדיק אז ס'רעדט זיך נישט דא פון אין די מייל נאר אסאך ווייטער, אבער דער רבי האט נישט געוואלט אפילו כאפן א בליק אויף די מפה, נאר האט זיך אנגערופן בל"ק 'די וואס וועיסן, וועיסן...'! אין ווי החסיד הגדול ר' מענדל בערגער שליט"א (זון פון הבלתי נשכח ר' חיים בערגער זצוק"ל - 'דעם טאטנ'ס גרעסטער חסיד') האט שפעטער ערקלערט (די זעלבע וועג וויאזוי ער האט עס 'עקלערט' פאר'ן רבי'ן) אז מ'רעכנט לויט די לופט און לויט דעם איז עס יא אין די מייל.
ס'אמת ער איז נישט געגאנגען צו א חתונה ביי זיין שוואגער וועגן דעם?
יא ס'איז אמת
וואס מיך שטערט איז אז דאס אז גויים וואוינען ארים און ארים שטערט נישט סקווער, נאר אויב א איד וואוינט און איז מרביץ תורה איז סקווער באדויעט, און א שטארקע קאנטראסט מיט די רבי זצ"ל וואס האט אזויפיל דגים תרתי משמע פארגאסן צי אנטלויפן פון גאנץ כלל ישראל
יהי רצון אז דאס זאל זיין סקווער'ס גרעסטע בראך אויף זייער קאלאמבאץ
Re: נייע ביהמ"ד אין די מייל פון סקווירא שטעטל
רעב משה טארים ז"ל (בעמ"ח ספר הנפלא והנורא הללו עבדי השם) האט זיך ארויסגעצויגן קיין ניו סקווער ווען דאס שטעטל איז געגרינדעט געווארן.
נאך א קורצע תקופה איז ער צרוקגעקומען וואוינען אין שטאט. האט מען אים געפרעגט וואס איז פשט? האט געענטפערט, 'כ'האב געמיינט אז מ'בויט א אידישע שטעטל, דערווייל האב איך געזען אז ס'איז א סקווערע שטעטל, בין איך צוריקגעקומען'.
שמערלרעב משה טארים ז"ל (בעמ"ח ספר הנפלא והנורא הללו עבדי השם) האט זיך ארויסגעצויגן קיין ניו סקווער ווען דאס שטעטל איז געגרינדעט געווארן.
נאך א קורצע תקופה איז ער צרוקגעקומען וואוינען אין שטאט.
קיין אבידה פאר סקווירא איז ער זיכער נישט געווען (ועי' בספרו הקדוש הנפלא והנורא הנ"ל).
Re: נייע ביהמ"ד אין די מייל פון סקווירא שטעטל
סקווער איז בכלל נישט אזוי קלייבעריש, נאך פאראן אזוינע פערד אין סקווירא לרחצה.
Sent from my SM-G935T using Tapatalk
Re: נייע ביהמ"ד אין די מייל פון סקווירא שטעטל
דולה ומשקהעמוד א
דולה ומשקהעמוד ב
דאס איש די מודעה וואס האט געהאנגען די שבת? קוקט נישט אויס אזוי
ניין, עס זעהט אויס ווי אלטע מודעה
לדעתי זאל מען פארשלאגן אז סקווירא זאל בויען א וואנט ארום דעם שטעטעל און מאנסי זאל דערפאר צאלן.
איינמאל פאר אלעמאל סאלוון דעם אימעגרעישן פראבלעם
😂 😂 😂
אלטר פלדעתי זאל מען פארשלאגן אז סקווירא זאל בויען א וואנט ארום דעם שטעטעל און מאנסי זאל דערפאר צאלן.
איינמאל פאר אלעמאל סאלוון דעם אימעגרעישן פראבלעם
די פראבלעם איז אז מען וויל אנטלויפן, נישט אז דער עולם רייסט זיך אריין קיין סקווער,
Re: נייע ביהמ"ד אין די מייל פון סקווירא שטעטל
נו, טאקע פארדעם וועט מאנסי גערן מסכים זיין צו צאלן.
ווער איז מאנסי? ווער גייט דא באצאלן?
דאס וואס סקווירא איז, א נאמען פון א פלאץ.
די עיקר איז אז הרב ראטנבערג שליט"א האט גוטע פייער אינשורענס. אפשר לייף אינשורענס אויך.
נאך א בשורה טובה תדשן עצם. די בחור'ל שפיצער, וועלכער האט געטון די מעשה הידוע בשליחות פנ'ם טאאאטע די רעבע מיט גרויס מסירת נפש, איז שוין ב"ה באפרייט געווארן פון די רשעים וועלכע פיהרן אן די נ.י. סטעיט פריזאן סיסטעם. אויך איז ער ב"ה א חתן געווארן למז"ט ובשטומ"צ מיט א דאסל (מיידל, רח"ל) פון גרויס יחוס. די כלה שליט"א איז אן עכטע ב"ק און א מ"ק. .
נאך איין שטיקל עצה טובה . בפקודת הרב שליט"א...פון די עיני הישועה אינסטיטוט. אז ס'איז א סגולה צו אריכת ימים ונשים. אז דער הרב ראטנבערג שליט"א זאלל טוישן דעם לעצטן נאמען פון זיין משפחה. מפני מעשה שהיה...!
איך זעה אז סיי כיכר השבת און סיי חרדים10 האבן דערציילט די נייעס נאך וואס נשמת אדם האט דאס דא אראפגעלייגט, איז מעגליך אז זיי נעמען נייעס פון דא?
ככלי מלא בושהיא ס'איז אמת
פלאי פלאים. וואס האבען מיר א השגה אין צדיקים.
שמערלרעב משה טארים ז"ל (בעמ"ח ספר הנפלא והנורא הללו עבדי השם) האט זיך ארויסגעצויגן קיין ניו סקווער ווען דאס שטעטל איז געגרינדעט געווארן.
נאך א קורצע תקופה איז ער צרוקגעקומען וואוינען אין שטאט. האט מען אים געפרעגט וואס איז פשט? האט געענטפערט, 'כ'האב געמיינט אז מ'בויט א אידישע שטעטל, דערווייל האב איך געזען אז ס'איז א סקווערע שטעטל, בין איך צוריקגעקומען'.
בפועל ווייס איך אז איז אין די ערשטע יארען געווען כמה וכמה אידען אין שטעטל וואס זענען נישט געווען קיין סקווערע חסידים און דער סקווערער רבי האט דאס געשטיצט און זיי מקרב געווען, און דייקא נישט מכריח געווען צו ווערן סקווערע חסידים אדער טוהן סקווערע מנהגים. זיי לעבן נאך מ'קען זיך נאכפרעגן.. און אפשר קענען זיי אויך מכריע זיין אין די שווערע חקירה אויב דין מייל איז פון די לופט אדער פון די גאס..
אלטר פלדעתי זאל מען פארשלאגן אז סקווירא זאל בויען א וואנט ארום דעם שטעטעל און מאנסי זאל דערפאר צאלן.
איינמאל פאר אלעמאל סאלוון דעם אימעגרעישן פראבלעם
דער פראבלעם איז אז מען דארף בויען 2 מויערן, איינס ביז וואו סקווירא מעג וואוינען, און נאך א מייל ארום דעם וואס מוז בלייבן ליידיג. ווייל אויב וועט מען בויען נאר איין וואנט וועט זיך דער עולם עקסטענדן ביזן וואנט און עס וועט נישט זיין קיין מייל צווישן זיי און די דרויסענדע איינוואוינער.
לעיקוואד
בפועל ווייס איך אז איז אין די ערשטע יארען געווען כמה וכמה אידען אין שטעטל וואס זענען נישט געווען קיין סקווערע חסידים און דער סקווערער רבי האט דאס געשטיצט און זיי מקרב געווען,
ער האט אויך געבעטן פון געוויסע אידן צו קומען וואונען אין שטעטל.
Re: נייע ביהמ"ד אין די מייל פון סקווירא שטעטל
לעיקוואדשמערלרעב משה טארים ז"ל (בעמ"ח ספר הנפלא והנורא הללו עבדי השם) האט זיך ארויסגעצויגן קיין ניו סקווער ווען דאס שטעטל איז געגרינדעט געווארן.
נאך א קורצע תקופה איז ער צרוקגעקומען וואוינען אין שטאט. האט מען אים געפרעגט וואס איז פשט? האט געענטפערט, 'כ'האב געמיינט אז מ'בויט א אידישע שטעטל, דערווייל האב איך געזען אז ס'איז א סקווערע שטעטל, בין איך צוריקגעקומען'.
בפועל ווייס איך אז איז אין די ערשטע יארען געווען כמה וכמה אידען אין שטעטל וואס זענען נישט געווען קיין סקווערע חסידים און דער סקווערער רבי האט דאס געשטיצט און זיי מקרב געווען, און דייקא נישט מכריח געווען צו ווערן סקווערע חסידים אדער טוהן סקווערע מנהגים. זיי לעבן נאך מ'קען זיך נאכפרעגן.. און אפשר קענען זיי אויך מכריע זיין אין די שווערע חקירה אויב דין מייל איז פון די לופט אדער פון די גאס..
כ'בין נישט באקאנט פונקטליך וויאזוי דאס חסידות איז געווארן אויפגעשטעלט, אבער כ'מיין אז דאס טעראר איז מער די רעבעצען טריינע צו פארדאנקען.
הגאון ר' דוד קוויאט האט זיך אויך ארויס געצויגן אין די בראשית יארן, ביז ער האט געזען אז חינוך הבנים געהערט צו סקווירא און נישט צום טאטע'ן פונ'ם קינד,, איז ער אנטלאפן.
ירח בן יומוביז ער האט געזען אז חינוך הבנים געהערט צו סקווירא און נישט צום טאטע'ן פונ'ם קינד,
אזוי ווי יעדע חסידות
ר' דוד האט געוואלט שיקן די קינדער לערנען קיין מאנסי, ווען מ'האט אים נישט געלאזט מיט'ן טענה אז ער האט מסכים געווען אז די שטאטישע זאכן וועלן זיך פירן עפ"י סקווירא, האט ער געזאגט אז ער האט געמיינט די עירוב און די מקוה, אבער נישט די חינוך הבנים, ויסע.
נו וואס איז שלעכט? ס'איז דאך סאמע בעלזא..!
איך זעה דו קענסט שוין באלד אזוי גוט בעלזע היסטאריע ווי שש'ל. אין בעלזא גופא איז געווען א שטיבל פון די מתנגדים בשם 'ישרי לב' און מען האט זיי גארנישט געטוהן. מרן מהרי''ד פלעגט גאר שיקן געלט וועכנטליך פאר זיינע שונאים.
האט איינער א בילד פין די קאסאנער הרב ראטנבערג?
איך אויךאיך זעה דו קענסט שוין באלד אזוי גוט בעלזע היסטאריע ווי שש'ל. אין בעלזא גופא איז געווען א שטיבל פון די מתנגדים בשם 'ישרי לב' און מען האט זיי גארנישט געטוהן. מרן מהרי''ד פלעגט גאר שיקן געלט וועכנטליך פאר זיינע שונאים.
און מ'פלעגט זיי רופן די 'גוים' ס'איז געווען אבראמ'עלע דער גוי אין יאסל דער גוי...! אבער במשך די צייטן פונעם מהרי"ד זענען זיי אלע געווארן בעלזא חסידים..!! (בשם האדמו"ר מ'נאראל זצ"ל).
נישט ביי מהרי''ד נאר ביי מרן מהר''א. ווי שטארק זיי זענען געווארן חסידים ווייסעך נישט אבער זיי האבען מער נישט געפייניקט דעם רב.
אינטרעסאט אבער צוצולייגן אז מרן מהר''א האט טאקע אויסגעארבייט א שלום מיט די חברה אבער האט געזאגט דעם גבאי צדקה זאל אויפהערן זיי צו שטיצן זאגנדיג דער טאטע האט זיי געקענט מוחל זיין אבער איך קען נישט שטיצן די וואס האבען גערוידפט דעם טאטן.
Re: נייע ביהמ"ד אין די מייל פון סקווירא שטעטל
בן אדםאיך אויךאיך זעה דו קענסט שוין באלד אזוי גוט בעלזע היסטאריע ווי שש'ל. אין בעלזא גופא איז געווען א שטיבל פון די מתנגדים בשם 'ישרי לב' און מען האט זיי גארנישט געטוהן. מרן מהרי''ד פלעגט גאר שיקן געלט וועכנטליך פאר זיינע שונאים.
און מ'פלעגט זיי רופן די 'גוים' ס'איז געווען אבראמ'עלע דער גוי אין יאסל דער גוי...! אבער במשך די צייטן פונעם מהרי"ד זענען זיי אלע געווארן בעלזא חסידים..!! (בשם האדמו"ר מ'נאראל זצ"ל).
כפי הבנתי האט סקווירא אויך נישט קיין פראבלעים מיט די גוים
התם ומתמם עם תמימיםהאט איינער א בילד פין די קאסאנער הרב ראטנבערג?
דא האט איהר עפעס בילדער וואס איך האב געטראפן ברחבי הנעט
און דא האט איהר
א לינק וואו מען זעהט איהם פורים צו רעכטס פון זיין ברודער האדמו"ר מקאסאן ב"פ
📎 נפתלי הערש.jpg 📎 נפתלי הערש 2.jpg 📎 נפתלי הערש 3.jpg
ביטע נישט פארדרייען די אשכול
די תגובות וואס האבן פארדרייט די אשכול האט מען פארמעקט, מיט אנטשולדיגונג צו אלע חברים וואס האבן געשריבן.
לעיקוואדס'אמת ער איז נישט געגאנגען צו א חתונה ביי זיין שוואגער וועגן דעם?
ווער איז נישט געאנגן צו וועמענס חתונה?
Re: נייע ביהמ"ד אין די מייל פון סקווירא שטעטל
איך ווייס נישט, אבער עפעס האט עס מיט פשעווארסק
געוואלדיגביטע נישט פארדרייען די אשכול
די תגובות וואס פארדרייט אשכול האט מען פארמעקט, מיט אנטשולדיגונג צו אלע חברים וואס האבן געשריבן.
די תגובות האבן גארנישט אזוי פארדרייט דעם אשכול, איך האב געפרעגט פארוואס מען מעג האקן אויף סקווירא רבי פאר יעדער קלייניקייט אין צייט וואס ווען מען זאג נאר א ווארט קעגן רלב"ש ומחבליו ווערן זיי באלד פארמעקט? און דער שמועס איז ארום געפארן ארום דעם צוגלייך און חילוק צווישן רלב"ש און סקווירא.
די גאנצע פארדרייען אשכולות אבסעסיע איז דאך דא אזוי היפאקריטיש. גיי אין יעדער אשכול, זעסטו קלאר אז מען פארט מענין לענין הדומה לאותו ענין. ספעצעעל ווען דער עיקר נושא איז שוין אויסגעברענט. אבער גענוי אזויווי איך האב פארגעשטעלט אין מיין פראגע האסטו מיט דעם פראגע זעלבס געטון אן קיין בושה, מען דערמאנט רלב"ש ומחבליו ווערט עס באלד אפגעווישט.
א פחד ווי מען פארמאכט דא מיילער וואס רעדן קעגן פראפעשענל טעראריסטן.
שמעקעדיגאלטר פלדעתי זאל מען פארשלאגן אז סקווירא זאל בויען א וואנט ארום דעם שטעטעל און מאנסי זאל דערפאר צאלן.
איינמאל פאר אלעמאל סאלוון דעם אימעגרעישן פראבלעם
דער פראבלעם איז אז מען דארף בויען 2 מויערן, איינס ביז וואו סקווירא מעג וואוינען, און נאך א מייל ארום דעם וואס מוז בלייבן ליידיג. ווייל אויב וועט מען בויען נאר איין וואנט וועט זיך דער עולם עקסטענדן ביזן וואנט און עס וועט נישט זיין קיין מייל צווישן זיי און די דרויסענדע איינוואוינער.
דאס וואלט גוט געווען ווען די מייל רעכענט זיך לויט די ערד, אבער אז די מייל רעכענט זיך אין די לופט מוז מען אויפקומען מיט עפעס א אנדערע לעזונג.
Re: נייע ביהמ"ד אין די מייל פון סקווירא שטעטל
😃 😃 ובדרכי נועם כדרכינו כידוע
שמערלרעב משה טארים ז"ל (בעמ"ח ספר הנפלא והנורא הללו עבדי השם) האט זיך ארויסגעצויגן קיין ניו סקווער ווען דאס שטעטל איז געגרינדעט געווארן.
נאך א קורצע תקופה איז ער צרוקגעקומען וואוינען אין שטאט. האט מען אים געפרעגט וואס איז פשט? האט געענטפערט, 'כ'האב געמיינט אז מ'בויט א אידישע שטעטל, דערווייל האב איך געזען אז ס'איז א סקווערע שטעטל, בין איך צוריקגעקומען'.
שמערל: איך ווייס פון א איד, וועלכער איז במקורו נישט געווען קיין סקווערער חסיד. א תלמיד און חסיד פון אן אנדערע רבניש/רעבישע גזע. און ער (ז"ל) איז געווען איינער פון די ערשטע צען אידן אין סקווירא. האט ער מיר געזאגט אז זיין איינציגע סיבה פאר ארויסמופן קיין סקווירא איז געווען אז ער האט געזוכט א פלאץ וואו מ'קען אויפציען ערליכע אידישע דורות. און דער פריער'דיגער סקוירא רבי זצ"ל האט איהם שטארק מקרב געווען. אבער נאכדעם...האט זיין משפחה (איין זוהן און זיינע קינדער) געליטן רדיפות. ווייל ר'איז געגאנגען צו אנ'אנדער'ן רעבי'ן אויך...און נאך כמה עבירות חמורות...!
מער וויל איך נישט זאגן מפני חשש גילוי...והדברים ידועים בשיכון...!
נ.ב.: געוואלדיג. איך געב דיר רשות אויסצומעקן מיין איצטיגע תגובה (אזוי ווי די פריער'דיגע אויב דו האלטסט אז ס'איז ..."שלא מן העניין"...!
מעניין לעניין באותו עניין איז געווען א קלויזענבורגער איד וואס פלעגט זיך דרייען ביים סקווערן רבי'ן אין וויליאמסבורג נאך וואס קלויזענבורגער רב איז געפארן וואוינען קיין א"י אין ק"צ אין ער איז אוועק יונג אין איבער געלאזט א אלמנה מיט א שטוב מיט קינדער אין ווען די סקווערע רבי האט געבויעט די שטעטל האט ער געבעטן די אלמנה זאל זיך אהינציען וואוינען האט זי עם געפרעגט צו אויב ס'וועט זיך נישט אויס ארבעטן מיט די קינדער צו זי וועט זיי קענען שיקן אין חדר קיין מאנסי צו ווי האט ער געזאגט אז נישט... אין זי איז טאקע נישט אהין געגאנגען
מיר'ער בחור: אבער לאמיר באטראכטן דעם גאנצן עניין מצד השני. בשעת דער פריער'דיגער סקווירא'ער רבי זצ"ל האט מייסד געווען דאס שטעטל, איז עס איהם אנגעקומען מיט זיייער אסאך שוועריקייטן און מסירת נפש ממש. און וואס וואלט ער געטון ווען איין שיינעם שבת רוקט זיך אן אן אייניקל פון די באקאנטע גזע הקדושה, וועלכע דאווענען און זינגען זייער שיין אויף א קול הולך למרחקים. ספעציעל ווען זיי ווייסן אז זיי האבן אן אוידיענץ. און ער מאכט א מנין ביי זיך אינדערהעים. און די העיליגע רעבעצין באקט אפ 2 קוגלען און מ'שטעלט צו א פאר פלעשלעך וואדקא אדער שליוואוויטץ. די נייע רבי שליט"א געט קידוש. און אט האט ער שוין א קאמפעטיטיוו מנין. און ס'וואלט שוין געווארן א סיבה פאר א מחלוקת און א פירוד לבבות. וואלט דעם רבינ'ס מסירת נפש ארבעט געגאנגען לטמיון. האט מען געמאכט א תקנה מלכתחילה אז ס'איז נאר דא עין רעבע און עין גאט. ערנסט גערעדט. די טעמים פאר די תקנות ביי די התחלה פונ'ם שטעטל זענען זייער פארשטענדליך. די קשיא איז נאר. אז היינט ווען די שטעטל שטייט שוין ב"ה און איז שטארק מיוסד בהצלחה, בס"ד פארוואס די היינטיגע פירערשאפט איז אזוי שטייף און אזוי קאמוניסטיש. און מ'טוט (בפקודת וברצון הרעבי) פארסירן די נארישע , אומלאגישע רולס , גארנישט אנדערש ווי די ק.ג.ב. אין קאמוניסטישן רוסלאנד...! אה, פארגעסן. און מיט א סאך רשעות...!