קרית יואל vs סקיוורא
קרית יואל vs סקיוורא
איך זע אז עס איז נישט דא א אשכול איבער דעם
אין קרית יואל מעג מען וואוינען ווי מען וויל אין סקיוורא מעג מען נאר וואוינען אין שטעטל
אין קרית יואל מעג מען דאווענען מעריב ווען מען וויל אין סקיוורא מעג מען נאר ביז חצות
אין קרית יואל מעג זיין הונדערטער מנינים שבת אין סקיוורא מעג נאר זיין איין מנין שבת
אין סקיוורא מעג מען פארן מיט א צוויי רעדלדיגער בייק אין קרית יואל טאר מען נישט
אין סקיוורא מעג מען פארקויפן די שטערן, זמן, משפחה, אין קרית יואל טאר מען נישט
אין סקיוורא איז דא נאר איין חסידות אין קרית יואל איז דא סאטמאר, טאהש ,תולדות אהרן, ברסלב,
זייער שיין. יעצט מאך סיריע ווס איראן.
אין קרית יואל הער איך טאר מען נישט פארקויפן סושי. וואס איז מיט סקווירא, זיי סקאורן א פאוינט דא, אדער דארט טאר מען אויך נישט?
אזוי אויך, אין קרית יואל זענען פיצא-געשעפטן נישט ערלויבט צו זיין אפען מוצאי שבת, וואס איז מיט סקווירא?
אין קרית יואל מעג נאר מהר"א זיין מסדר קידושין, ווידער אין גלילות אויב פארלעצט מען, ווערט מען אריינגעשריבן אין פנקס הקהילה. וואס איז די מעשה אין סקווירא?
אין סקווירא איז דא א פרויען זייט און א מענער זייט, דוכט זיך אבער אז קרית יואל כהיום פארמאגט שוין אויך אזא געדאנק.
אין סקווירא דוכט זיך קען מען קויפן גאם בלויז מיט א פריסקריפשאן, איידי, און פאר סיי וועלכן פלעיוואר אויסער פעפער-מינט — נאר מיט פרייער-אויטעריזעישאן. קרית יואל איז עס אווער-דע-קאונטער, כאטש מיט א באגרעניצטן צאל הכשרים.
אין סקווירא שול איז דא זייף ביי די סינקס נעבן ביסקיסעס. גרויסער שול אין קרית יואל?
[ציטאט אראפגענומען]
חוץ אויב די העיליגער שאפירט זיין קאר, וויאזוי איז מעגליך צו אריינגיין אין א קאר [קודם] מיטן רעכטע פיס פון די רעכטע אריינגאנג? אפשר לייגט ער זיך אריין אויפן בויך?
[ציטאט אראפגענומען]
אז די רעדסט פין בערד וועסטע זעין אז. כמעט יעדער האט די זעלבע בארד ווי דעים רעבין
שמעקעדיגסקיוורא?
שמעקעדיג: דער מחבר שליט"א ליידט אויף דיסלעקסיע. אדער דארף ער נייע גלעזער... 😂
קרית יואל vs סקווירא
איינער פון זיי איז די רבי א פיינער און די חסידים רשעים
און די אנדערע זענען די חסידים פיינע און די רבי איז א רשע
אבער עס ארבעט ביידע וועגען... מען קאן עס זאגען אויף ביידע
Re: קרית יואל vs סקיוורא
דאווענען מעריב נאך חצות, אחוץ א תקנה אין שטעטעל איז א געפסקנ'טע הלכה אז מ'זאל דאווענען פאר חצות. דוכט זיך די ערשטע משנה אין ש"ס. ס'פאסט דען צו מאכען א מנין פאר מענטשען וואס פארלעצען א תקנה דרבנן?
אין גרויסע שטעט טרעפן זיך אלס 10 אנוסים.
Re: קרית יואל vs סקיוורא
מאכען א מנין פאר זיי הייסט מאכען א לכתחילה פון א בדיעבד. (און יא, לדעתי די מניינים אויף באסעס און אויף רעסט סטאפס זענען נישט קיין אויסגעהאלטענע זאכען) זאלען זיי ענדעריש דאווענען ביחידות.
ליטוואק פון בודאפעסטדאווענען מעריב נאך חצות, אחוץ א תקנה אין שטעטעל איז א געפסקנ'טע הלכה אז מ'זאל דאווענען פאר חצות. דוכט זיך די ערשטע משנה אין ש"ס. ס'פאסט דען צו מאכען א מנין פאר מענטשען וואס פארלעצען א תקנה דרבנן?
זיי לייענען ק"ש בלא ברכותי' פאר חצות
[ציטאט אראפגענומען]
אין קרית יואל אליין ווייס איך נישט אבער אין Town ספעלט מען עס זיכער סקיוורא..
אין קרית יואל ווארפט מען אייער; אין סקווירא פארברענט מען
אין קרית יואל עסט מען די רעביצין'ס טשיס קעיק; אין סקווירא איז מען מקפיד אויף צוויבל קוגל
אין קרית יואל מאכט מען א הדלקה לג בעומר; אין סקווירא אאפס...., סקווירא מאכט שוין היינט אויך
מיינסטו צו זאגן אז ס'איז בעסיקלי די זעלבע? דא רעדט מען וואס איז אנדערש..
Re: קרית יואל vs סקיוורא
ליטוואק פון בודאפעסטמאכען א מנין פאר זיי הייסט מאכען א לכתחילה פון א בדיעבד. (און יא, לדעתי די מניינים אויף באסעס און אויף רעסט סטאפס זענען נישט קיין אויסגעהאלטענע זאכען) זאלען זיי ענדעריש דאווענען ביחידות.
אפשר ברענגסטו א מקור להיתר פאר 10 אידן צו דאווענען ביחידות
יואב: ווער דארף זייף נעבן בעסקיסע? נאך דעי מאדערנע זאך ווילסטו איינפיהרן ביי אונז אין די הייליגע קרי'...?!
נאר נאכדעם גייט מען און מ'באטאפט די טשיקן פון שיריים מיט די זעלבע פאר--- הענט... 🙄
און סקווירא איז מיתה בשריפה
און קרית יואל בסקילה
ריכטיג: און וואס האבן מאכניווקער חסידים אינזין...?!... 😂
אין קרית יואל קאסט רענט פאר א 5 רומיגע דירה 1900
אין סקווירא - 3 צו 400 דאללער (אדער סעקשאן 8 און דעטס איט, גארנישט מער)