☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » דוד שווארטץ פאר דיסטריקט לידער

דוד שווארטץ פאר דיסטריקט לידער

34 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10875

בן ישי » זונטאג סעפטעמבער 4, 2016 8:58 pm

· #348346
דוד שווארטץ פאר דיסטריקט לידער
דוב הייקינד דער אסעמבלימאן פון assembly district 48 וועלכע נעמט אריין בארא פארק אין חלקים פון פלעטבוש, האט מחליט געווען אז ער גייט מער נישט לויפן פאר די פאזיציע פון 48 ditrict leader א פאזיציע וועלכע ער האט אנגעהאלטן די לעצטע דרייסיג יאר.

ער האט אינדארסירט זיינס א געהילף דוד שווארץ ער זאל לויפן פאר די פאזיציע.

א דיסטריקט לידער באקימט נישט באצאלט אבער אפיציעל הייסט עס א שטארקע כח אין בעיקר מיטן אינדאסירן קאנדידאטן פאר די וואלן (אין אנדערע ווערטער ער וועט קענען נעמען פיקטשערס ווי ער קאכט אין משביע אדער טרעפט זיך מיט פאליציי אין פאליטיקאנטן)

ווער איז דוד שווארץ?

דוד איז א סאטמארער (מהר"א) חסיד וועלכע פלעגט וואינען אין וויליאמסבורג ביז א האלבע יאר צוריק ווען ער האט חתונה געהאט צו בארא פארק, ער האט געלערנט אין סאטמאר קרית יואל ישיבה, ער האט זיך אריין געדרייט אין פאליטיק די לעצטע פאר יאר אין האט געארבעט פאר הייקינדס ווידערווילינג קאמפעין אין שפעטער אלס זיין געהילף.

דוד איז 22 יאר אלט אין אויב געווינט ער די פאזיציע וועט ער זיין די יונגסטע חרידישע יוד צו געווינען די פאזיציע.

די וואלן גייט פארקימען דעם קימעענדיגן דינסטאג september 13.

בן ישי » זונטאג סעפטעמבער 4, 2016 9:02 pm

· #348347
דא איז זיין וועבזייטל <a class="postlink" href="http://www.davidfordistrictleader.com/">http://www.davidfordistrictleader.com/</a>

אין דא איז א באשרייבינג איבער דעם <a class="postlink" href="http://www.kingscountypolitics.com/hikind-paves-way-youngest-candidate-district-leader-brooklyns-history/">http://www.kingscountypolitics.com/hiki ... s-history/</a>

מר. קלונימוס » זונטאג סעפטעמבער 4, 2016 9:06 pm

· #348348
וואס איז זיין פאזיציע אויף אבארשען?

ירח בן יומו » זונטאג סעפטעמבער 4, 2016 9:25 pm

· #348351
מר. קלונימוס
וואס איז זיין פאזיציע אויף אבארשען?

ער האלט אינמיטן אויסגעפינען וואס דאס מיינט. 😂

געוואלדיג » זונטאג סעפטעמבער 4, 2016 9:50 pm

· #348354
אבארשן איז קאמיטע?...

בענדזשאמין פרענקלין » זונטאג סעפטעמבער 4, 2016 9:53 pm

· #348355
מר. קלונימוס
וואס איז זיין פאזיציע אויף אבארשען?

יעצט אראפגעלייגט דעם טעלעפאון מיט אים ער זאגט ער געדענקט נישט אז מהר"א זאל נעמען שטעלונג אין דעם, אבער ער פערזענליך האלט אז אויב מען דארף דארף מען.. וואסע שייך

שטאפענע קאפעליטש » זונטאג סעפטעמבער 4, 2016 10:02 pm

· #348357
יעדער מאל איך זעה די לויפעריי קאסט מיר עס א אויס פלאץ.
א דארכשניטליכע בארא פארק איינוואינער גייט נישט מאכן קיין שום דיפערנטס ווער זיצט דארט אונעם אפיס אויפן קארנער 48/13.
איך וואין שוין דא 30 יאר קיינמאל נישט געדארפט גארנישט פון די אלע פאליטקאנטען,
איינאל טאקע האט די סיטי געוואלט פלאנצן א הויז אינדרויסען פון מיין טאטעס דרייוו-וועי, האט מיר געצעהט כזאת רופן הייקינד, ער האט געזאגט ער גייט זעהן וואס ער קען טוען, ער האט אראפ גענומען מיין נאמען אין נומבער, נאר שי אדרעס ווי מגייט פלאנעצן האט ער פארגעסן אראפ צו נעמען.

בס״ה גייט ער שווארץ עפענען א טוויטר עקאונט אין זיך שלאגן אביסעל מיט גרינפעלד אין ווען משביע גייט עפענען די נייע ברענטש גייט ער שטיין לעבן דער וואס גייט שניידען די רויטע שטריק.

ציבעלע-קיגל » מאנטאג סעפטעמבער 5, 2016 6:37 pm

· #348462
שוין נאך א כוכב חדש. נאך א חסידישע בהמה וואס רעדט זיך איין אז ער ווייסט און קאן עפעס. אינגערמאן גיי צוריק צו קוועטשען די בנק און לאז פוליטיקה צו ווער עס קאן און ווייסט אביסל מער פון דיר.

יתרו » מאנטאג סעפטעמבער 5, 2016 6:54 pm

· #348464
ציבעלע-קיגל
שוין נאך א כוכב חדש. נאך א חסידישע בהמה וואס רעדט זיך איין אז ער ווייסט און קאן עפעס. אינגערמאן גיי צוריק צו קוועטשען די בנק און לאז פוליטיקה צו ווער עס קאן און ווייסט אביסל מער פון דיר.

וואס דארף מען קענען? און וואס למשל ווייסט דוב הייקענד וואס דוד שווארטץ וויסט נישט?
דיין תגובה שמעקט פון זעלבסט אונטער שאצונג, יא חסידים קענען דיזיינען אינטערהויזן און קענען אויך לידען דעם דיסטריקט.

קאסטנער » דינסטאג סעפטעמבער 6, 2016 12:02 am

· #348501
Re: דוד שווארטץ פאר דיסטריקט לידער
[ציטאט אראפגענומען]

מיט א ציל אין פלאן אויף וואס?

פידלער » דינסטאג סעפטעמבער 6, 2016 9:43 am

· #348528
בענדזשאמין פרענקלין
מר. קלונימוס
וואס איז זיין פאזיציע אויף אבארשען?

יעצט אראפגעלייגט דעם טעלעפאון מיט אים ער זאגט ער געדענקט נישט אז מהר"א זאל נעמען שטעלונג אין דעם, אבער ער פערזענליך האלט אז אויב מען דארף דארף מען.. וואסע שייך
:

😃 😃
Thanks for the laugh

דולה ומשקה » דינסטאג סעפטעמבער 6, 2016 11:08 am

· #348543
וואס וואלט געוועהן זיין מיינונג לגבי 'גוש קטיף' ווען עס וואלט היינט געוועהן אקטועל? וואלט ער גענומען די זייט פון זיין פארגייער ר' בערל הייקינד נישט צוריק געבן אדער ווי זיין מורו ורבו זיך נישט צו רייצן מיט אראבער און יא צוריק געבן?

שמעקעדיג » מיטוואך סעפטעמבער 7, 2016 9:46 am

· #348700
אפגעזעהן וואס ער וואלט געהאלטן, האף איך אז ער וועט נישט האלטן אזעלכע היציגע רעטאריק דרשות ווי זיין פארגייער הייקינד, וועלכער איז געווען שרעקליך אין דעם הינזיכט, און זיך שטענדיג אריינגעמישט על ריב לא לו ווען קיינער האט אים נישט געפרעגט.
דיסטריקט לידער פון בארא פארק ברויך זארגן פאר זיינע מענטשן (וואס הייקינד האט גראדע גאנץ פיין מקיים געווען), נישט פאר איזראעל אדער אנדערע פלעצער, ווי אויך נישט האקן אויף קיינע פרעזידענטן בערי ברוקלין ובחוצות בארא פארק.

מר. קלונימוס » מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 1:02 am

· #349590
ווי נאר די נייעס איז באקאנט געווארן אז שווארץ האט היינט נאכט געווינען האט בורמע אריבערגערופן דעם אמריקאנער אמבאסאדאר פארהאלטן היתכן ער האט צוגעלאזט אזא שמוציג קאמפיין. טעגוסיגאלפא האט שוין אינמיטן טאג געווארענט אז אירע האנדלס אפמאכן מיט אטאווא און וואשינגטאן וועט מוזן איבערגעמאכט ווערן אויב שווארץ געווינט. ווארט מען צו זען וויאזוי וואל סטריט וועט דאס אויפנעמען.

berlbalaguleh » מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 10:58 pm

· #349810
מר. קלונימוס: און אז פוטין האטציך זייער שטארק דערשראקן ווען ער האט געהערט די נייעס. און ער האט געהייסן פאר זיין הויפט גענעראל אז ער זאלל גרייט מאכן זיינע מיליטערישע דיוויזיעס וועלכע זענען אריין קיין אוקראינע אז זיי זאללן אנהויבן פאקן די פעק און פארן צוריק אהיים קיין מאסקווע.
און דער הויפט פון די ממשלת הכופרים דער טיפש בנימין נתן יהוא כדברי הרב ש.ב. מרגליות, ב'בלאט) האט ארויסגעגעבן א באפעל אז מ'זאלל אויפהערן בויען אין מאה שערים. ווייל אין די טערקישע געזעץ ביכער און אייגנטום רעקארדס שטייט אז גאנץ מאה שערים באלאנגט פאר אן אראבישן שעיך...און אז מדינת ישראל זאלל אויפגעבן דעם קויסל און קייווער ראחל...!

טרויבן88 » דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2016 6:49 am

· #349841
Re: דוד שווארטץ פאר דיסטריקט לידער
וואס פינטליך טוט א דיסטריקט לידער?

ירח בן יומו » דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2016 9:34 am

· #349849
טרויבן88
וואס פינטליך טוט א דיסטריקט לידער?

דוד שווארץ אליין מיטשעט זיך יעצט אויף דעם שאלה. 😂

בן ישי » זונטאג יוני 3, 2018 1:42 pm

· #404477
דוד שווארץ לויפט אויף ווידערווילונג פאר דעם (וויכטיגע) פאזיציע אין ער האט אויך א קעגנער וואס לויפט קעגן עם....
ווער???
העשי טישלער!
יא העשי לויפט דאס יאר סיי קעגן שמחה אייכענשטיין פאר אסעמבלי און סיי קעגן דוד שוורץ פאר דיסטריקט לידער...

berlbalaguleh » זונטאג יוני 3, 2018 1:48 pm

· #404480
טרויבן88
וואס פינטליך טוט א דיסטריקט לידער?

טרויבן 88: די זעלבע וואס די אנגעשטעלטע אין חסד לאברהם הויפטקווארטיר פלעגן טון. אריינקומען אין אפיס צווישן 11:30 פארמיטאג און איינס אזייגער. אויפמאכן דעם דעסקטאפ. און אדורכשמועסן די נייעס פונ'ם טאג ביי א גלעזל אדער צוויי פון היימישע געשמאקע קאפפוטשינא. נאכדעים גיין דאווענען מנחה אין שומרי שבת. ויה ערב ויהי בוקר, יום עבודה...!

berlbalaguleh » זונטאג יוני 3, 2018 1:53 pm

· #404481
בן ישי
דוד שווארץ לויפט אויף ווידערווילונג פאר דעם (וויכטיגע) פאזיציע אין ער האט אויך א קעגנער וואס לויפט קעגן עם....
ווער???
העשי טישלער!
יא העשי לויפט דאס יאר סיי קעגן שמחה אייכענשטיין פאר אסעמבלי און סיי קעגן דוד שוורץ פאר דיסטריקט לידער...

בן ישי: מיין שאלה איז נאר. דער הערשי טישלער ווערט נישט מיעד פון אזויפיהל לויפן. כל ימי חייו. און פון וואס מאכט ער שבת. און זונטיג. און מאנטיג. פון וואס באצאלט ער זיין מארגידזש. און שכר לימוד פאר זיינע קינדער. און די ליעס אויפ'ן רייסערישן טשעראקיע...?!

גיין פון איין קאן דזשאב צום צווייטן (טרעוול עידזשענסי, וכו',) קענמען אויכעט נישט אנהאלטן אייביג. סוכ"ס וועט דער עולם פון סאקערס זיך אויסגעבן...!

בן ישי » זונטאג יוני 3, 2018 1:55 pm

· #404484
berlbalaguleh

ס'געזונט פאר עם צולויפן אביסל...

בן תורה » מיטוואך יוני 20, 2018 4:32 pm

· #406767
בן ישי
דוד שווארץ לויפט אויף ווידערווילונג פאר דעם (וויכטיגע) פאזיציע אין ער האט אויך א קעגנער וואס לויפט קעגן עם....
ווער???
העשי טישלער!
יא העשי לויפט דאס יאר סיי קעגן שמחה אייכענשטיין פאר אסעמבלי און סיי קעגן דוד שוורץ פאר דיסטריקט לידער...

העשי טישלער האט זיך פארשאפט א מיטלויפערין....
די קאנטראווערסיאלע Flatbush girl

איז דא צוויי דיסטריקט ליעדער זיצן אין בארא פארק ? און אינטערעסאנט צו זען צו זי גייט לויפן אויפן פלעטבוש גירל נאמען אדער איר געהעריגע נאמען, ווארום אויב לויפט זי אויף איר געהעריגע נאמען, וואסערע חשיבות ברענגט זי מיט צום טיקעט 😉

בן ישי » מיטוואך יוני 20, 2018 8:17 pm

· #406783
זי לויפט אין פלעטבוש. (און זי האט די אינדארסמענט פון עבי שטיין...)

מוזיק עקספערט » דאנערשטאג יוני 21, 2018 6:08 pm

· #406889
Re: דוד שווארטץ פאר דיסטריקט לידער
בן תורה
בן ישי
דוד שווארץ לויפט אויף ווידערווילונג פאר דעם (וויכטיגע) פאזיציע אין ער האט אויך א קעגנער וואס לויפט קעגן עם....
ווער???
העשי טישלער!
יא העשי לויפט דאס יאר סיי קעגן שמחה אייכענשטיין פאר אסעמבלי און סיי קעגן דוד שוורץ פאר דיסטריקט לידער...

און אינטערעסאנט צו זען צו זי גייט לויפן אויפן פלעטבוש גירל נאמען אדער איר געהעריגע נאמען, ווארום אויב לויפט זי אויף איר געהעריגע נאמען, וואסערע חשיבות ברענגט זי מיט צום טיקעט 😉

זי לויפט אויף ביידע נעמען.

בן ישי » מיטוואך יוני 27, 2018 7:17 am

· #407327
בן ישי
זי לויפט אין פלעטבוש. (און זי האט די אינדארסמענט פון עבי שטיין...)

<a class="postlink" href="https://m.facebook.com/AbbyChavaStein/posts/982307471939246">https://m.facebook.com/AbbyChavaStein/p ... 7471939246</a>

בן ישי » מיטוואך יוני 27, 2018 7:25 am

· #407328
<a class="postlink" href="https://twitter.com/i/status/1011190926092525569">https://twitter.com/i/status/1011190926092525569</a>

בן ישי » מיטוואך יוני 27, 2018 7:27 am

· #407329
העשי ביים צאמנעמען פעטישינס פאר דיסטריקט לידער מיט שמחה אייכענשטיין ביים צאמנעמען פעטישינס פאר אסעמבלי
📎 DgeSVGkVMAEK4B5.jpg 📎 DggRF8vUwAAgapc.jpg

בן ישי » זונטאג יולי 1, 2018 9:09 am

· #407649
העשי האט זיך איינגעשריבן צו געבן א קידני
📎 IMG_20180701_033235_973.jpg

בן ישי » זונטאג יולי 8, 2018 2:29 pm

· #408328
.
📎 DhTTZmeUcAAU8A1.jpg 📎 DhbAS6JVMA4HDGw.jpg

בן ישי » דינסטאג יולי 10, 2018 3:36 am

· #408415
העשי האט געהאט מאסטער אויף זיין וועכענטליכן שאו
<a class="postlink" href="https://youtu.be/6YmIzuJadRw">https://youtu.be/6YmIzuJadRw</a>

בן ישי » דינסטאג יולי 17, 2018 8:21 pm

· #409118
טישלערס קעגנער האבן אריינגעגעבן א קלאגע קעגן זיין פעטישינס אז ס'איז פאלש און דערווייל וועט ער נישט זיין אויף די בעלעט (חוץ אויב ער וועט אויפווייזן אז ס'יא גיט).
אין אנדערע נייעס וועט העשי האבן שלום דין אויף זיין שאו נעקסטע וואך.

בן ישי » זונטאג יולי 29, 2018 5:41 am

· #410019
בן ישי
טישלערס קעגנער האבן אריינגעגעבן א קלאגע קעגן זיין פעטישינס אז ס'איז פאלש און דערווייל וועט ער נישט זיין אויף די בעלעט (חוץ אויב ער וועט אויפווייזן אז ס'יא גיט).
אין אנדערע נייעס וועט העשי האבן שלום דין אויף זיין שאו נעקסטע וואך.

למעשה האלט עס דערווייל אז העשי וועט נישט זיין אויף די בעלאט

בן ישי » זונטאג יולי 29, 2018 2:51 pm

· #410055
@DavidSchwartz48
1/2:
On Friday my opponent Mr. Tischler, announced he was off the ballot. I have no idea why he made this announcement. The official Democratic Party in accordance with their policy, checked the validity of all petitions in Brooklyn. I was offered >>

@DavidSchwartz48
2/2: >> the opportunity to bring a Court case which was almost guaranteed to remove Mr. Tischler from the ballot. I declined to do so. I followed Daas Torah and agreed not to remove my opponent from the ballot. I believe the voters should decide. Good luck to Mr. Tischler.

בן ישי » זונטאג יולי 29, 2018 3:27 pm

· #410061
און....צוריק אויף די בעללאט
<a class="postlink" href="https://twitter.com/i/status/1023639483495997447">https://twitter.com/i/status/1023639483495997447</a>