עס טוט זייער וויי ווען.....
53 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10871
עס טוט זייער וויי ווען.....
... מ'זוכט א דריי פערטל שעה פארקינג ארום די אייגענע דירה ענדליך גיט מען אויף און מ'פארט א האלבע מייל אוועק צו פארקן. מ'שפאצירט אהיים א פופצן מינוט וועג טרעפט מען א ליידיגע ספאט ממש פארנט פון הויז. ס'טוט וויי
... מ'ענדיגט א שבע ברכות די ערלים ווארפן אלעס אין תהום גוטע עסן קוגל פירות. אויפן וועג אהיים גייט מען אריין אין א היימישע קאנוויניענט סטאר פאר א פושקע סיגארעטען, און מ'זעט א הונגעריגער איד קויפט זיך א קארגן פארברענטן סלייס קוגל און צאלט 3.50 דערפאר. ס'טוט וויי
... ווען ערגעץ וואו אויפן כדור אין א אידישע הויז זיצט א טאטע און מאמע מיט א קינד און וויינען אפ זייערע טעג און נעכט פאר זייער קינד וואס קען נישט טרעפן א מוסד. אין די זעלבע צייט טאנצן אידן מיט אזא עכט געמאכטע געפיל אז מ'האט אין סוואן לעיק געטראפן א פאר געפיל-לאזע תפילין וואס איז בטעות געפאלן אין מיסט, און מ'קלאפט זיך דעם רוקן אה מי כעמך ישראל! ס'טוט וויי
ווען...
יעדער זאל צולייגן
איך כאפ נישט די דריטע, וואס טוט דיר וויי די תפילין געטרעפאכטס אדער דאס קינד געוויינאכטס?
קאצקע ציקעראיך כאפ נישט די דריטע, וואס טוט דיר וויי די תפילין געטרעפאכטס אדער דאס קינד געוויינאכטס?
די היפאקראטיע
קאצקע ציקעראיך כאפ נישט די דריטע, וואס טוט דיר וויי די תפילין געטרעפאכטס אדער דאס קינד געוויינאכטס?
קאצקע ציקער: די בויך געפאטשאכטס אדער רוקן געקלאפאכץ. און מ'קוקט אן דעם רעבי'ן מיט זיין נייע 4 שטאקיגע שטריימל און זיין הדרת פנים. און די לאקשן קוגל האט געהאט א טעם גן עדן. און אלץ איז אין ארדענונג...!
ווען מ'שלעפט זיך צו א חתונה, ס'קומט אן שווער, מ'זוכט פארקינג אדער מ'וואקט א האלבן מייל צופוסנס, מ'פארברענגט טייערע צייט, מ'לייגט זיך שפעט לכבוד דעם, דאס ווייבל פארפירט, אלעס אז דער מחותן זאל נישט געבן קיין שין יוד טית פאר דיין קומען.
יאפ, ס'טוט וויי...
עס טוט זייער וויי צי זען וואו מענטשען קאכן זיך אין ווייטאג
שוין, ס'טוט מיר שוין אויך וויי פארוואס יענער...
ס'טוט זייער וויי אז ס'טוט וויי
וואט דע העל...
@הקטן, אז ס'טוט וויי שרייבט מען..
הקטןעס טוט זייער וויי צי זען וואו מענטשען קאכן זיך אין ווייטאג
שוין, ס'טוט מיר שוין אויך וויי פארוואס יענער...
ס'טוט זייער וויי אז ס'טוט וויי
וואט דע העל...
איי קאדענט העלפ יא
מאז ישראל היתה לגוי... איז פארהאנען אמין געפיל אין א יומען ביאונג ווי ווייטאג, יא פארפאלען דאס איז די מציאות מענטשען האבען ווייטאגען
און אז סטוט וויי
דער דאס@הקטן, אז ס'טוט וויי שרייבט מען..
נישט אין אלע אבער אין זייער אסאך בתי מדרשים ווען מען גייט אריין אין בית הכסא זעהט אז עס איז א חזר שטאל. פארוואס מאכט מען אויפ'ן ערד. און אויב עס איז א זוממער שבת וואס דער זמן מוצאי שבת איז שפעט ארום 7/8 דארף מען אריין גיין מיט שווים הויזן.
רבונו של עולם, מען האט זיי נישט אויסגעלענט ווי אזוי צו גיין? אינדערהיים גייען זיי אויך אזוי?
מען שטייט ביי שלוש סעודות און דער אינגערמאן פאר דיר וואשט זיך ווי א רבי און א פוסק, ער ווישט די הענט מיט די טעפל ער קוקט און קוקט.
איך בין אמאהל געוועהן אין מונסי אין א בית המדרש און ביים סינק איז געהאנגען א צעטל... "אינגערמאן וואש דיך פונקט אזוי ווי דו וואשט זיך אינדערהיים"
ציבעלע-קיגל
רבונו של עולם, מען האט זיי נישט אויסגעלענט ווי אזוי צו גיין? אינדערהיים גייען זיי אויך אזוי?
אפשר וויזוי צו צילן האט מען זיי נישט געלערנט...
אסאך יורינעלס קומען טאקע היינט מיט א בילד פון א פליג א אדער א סאקקער גאול באול אינדערמיט.
די פליג העלפט עניוועי נישט ווייל די בני עליה האבן עפעס אזא מין ענין צי קטנ'ען מיט די הענט צאם געדרייט פון אינטען און די קאפ אויף ארויף.
עס טוט זייער וויי ווען......
ס'קומט אריין איינע אין געשעפט, כ'ליידיג אויס די שעלפ'ס פאר זיי, שוין גע'טרייט אלע סייזעס, יעדע סטייל וואס ס'איז נאר דא, נאך משוגע מאכן פאר א האלבע שעה, זאגן זיי כ'דארף עס איבער טראכטן, כ'גיי צוריק קומען.. אין אנדערע ווערטער כ'גיי יעצט צו די אנדערע סטאר, זען אויב זיי האבן עס פאר ביליגער..
ס'טוט זייער וויי ווען מ'זעהט א היימיש קינד וואס איז געפארן דרום איבערלאזענדיג זיין רעליגיע אין אויסטויש פאר פוסטן לעבן מיינענדיג אז דארט איז די וועלט 'פריי' און 'גליקליך' און שפעטער הערט מען אז יענער איז באגאנגען זעלבסטמארד...
ס'טוט 'באמת' וויי, קיינער פרייט זיך נישט צו אזא סארט בשורה
יעקב מענטשס'טוט זייער וויי ווען מ'זעהט א היימיש קינד וואס איז געפארן דרום איבערלאזענדיג זיין רעליגיע אין אויסטויש פאר פוסטן לעבן מיינענדיג אז דארט איז די וועלט 'פריי' און 'גליקליך' און שפעטער הערט מען אז יענער איז באגאנגען זעלבסטמארד...
ס'טוט 'באמת' וויי, קיינער פרייט זיך נישט צו אזא סארט בשורה
עס טוהט אבער מער וויי פארוואס דער "היימיש קינד" האט נעבעך נישט געהאט מיט וועם צו רעדן
יעקב מענטשס'טוט זייער וויי ווען מ'זעהט א היימיש קינד וואס איז געפארן דרום איבערלאזענדיג זיין רעליגיע אין אויסטויש פאר פוסטן לעבן מיינענדיג אז דארט איז די וועלט 'פריי' און 'גליקליך' און שפעטער הערט מען אז יענער איז באגאנגען זעלבסטמארד...
ס'טוט 'באמת' וויי, קיינער פרייט זיך נישט צו אזא סארט בשורה
ס׳טוט זייער וויי ווען מען זעט א היימיש קינד דארף פארן דרום. פארוואס האט ער געדארפט איבערלאזן זיין רעליגיע און אלע זיין באקאנטע, פארוואס איז ער געווען אזוי אומגליקליך און אומצופרידן אז ער האט געפילט אז זיין איינציגער וועג צו גליק איז צו מאכן אזא ראדיקאלן טויש.
ס׳טוט באמת וויי אז אסאך מענטשן באדערט עס אפילו נישט און האלטן אז דאס אלעס איז באמת זיין אייגענע שולד.
קאצקע ציקערציבעלע-קיגל
רבונו של עולם, מען האט זיי נישט אויסגעלענט ווי אזוי צו גיין? אינדערהיים גייען זיי אויך אזוי?
אפשר וויזוי צו צילן האט מען זיי נישט געלערנט...
פרינטס ארויס און הענגט אויף אין בעסמעדרעש
📎 Restroom-Etiquette-Sign.jpg
עס טוט זייער וויי ווען......
יעקב מענטשס'טוט זייער וויי ווען מ'זעהט א היימיש קינד וואס איז געפארן דרום איבערלאזענדיג זיין רעליגיע אין אויסטויש פאר פוסטן לעבן מיינענדיג אז דארט איז די וועלט 'פריי' און 'גליקליך' און שפעטער הערט מען אז יענער איז באגאנגען זעלבסטמארד...
ס'טוט 'באמת' וויי, קיינער פרייט זיך נישט צו אזא סארט בשורה
מ'זעט א היימיש קינד וואס איז 'נאכנישט' געפארן דרום, דרייט זיך ארום צופליקט צווישן מזרח מערב דרום צפון, הימל און ערד, ים און יבשה, און ווייסט נישט וואו זיך אהין צו טוהן, צומישט פון וואס מ'האט אים געלערנט און וואס די פאקט איז, צומישטע מחשבות פייניגען פיר און צוואנציג שעה א טאג, און לאזן נישט מנוחה..
ס'רייסט פשוט די הארץ..
מתושלחקאצקע ציקערציבעלע-קיגל
רבונו של עולם, מען האט זיי נישט אויסגעלענט ווי אזוי צו גיין? אינדערהיים גייען זיי אויך אזוי?
אפשר וויזוי צו צילן האט מען זיי נישט געלערנט...
פרינטס ארויס און הענגט אויף אין בעסמעדרעש
ווער איז דער משה צבי וואס מ'דארף אויף אים עימען?
ירח בן יומומתושלחקאצקע ציקערציבעלע-קיגל
רבונו של עולם, מען האט זיי נישט אויסגעלענט ווי אזוי צו גיין? אינדערהיים גייען זיי אויך אזוי?
אפשר וויזוי צו צילן האט מען זיי נישט געלערנט...
פרינטס ארויס און הענגט אויף אין בעסמעדרעש
ווער איז דער משה צבי וואס מ'דארף אויף אים עימען?
מן הסתם האט ער יארן לאנג מנדב געווען די טרינקען און בית מדרש און גורם געווען די מבול.
אתפשטותא דמשה...
אנאנים: איך שפיר דיין ווייטאג. און מיר וועללן אלע בעז"ה תשובה טון. איך ווייס נישט איבער די אנדערע ברואים. אבער איך וועל זיכער תשובה טון, בלי"נ. נאר נישט קיין תשובת המשקל. ווייל דאמאלס וועל איך מוזן אויפעסן נאך א פאר טאצן קוגל שיריים פון מיין רבי... 😂
עס טוט זייער ווי פיזיש ווען מען איז אין א געפאקטע מקוה ערש״ק, און אזוי ווי אלע מאל איז בטעות אריין העד ענד שאולדערס אין די אויגן, און עס איז דא א ריזיגע ליין צו גיין אין שאוער אזש מען דארף וואטשן זיך נישט אנצורירן איינער דעם צווייטן, אבער די אויגן ציפט אוועק און מען קען ניטאמאל אויף עפענען די אויגן צו זען ווען מען איז נעקסט אין די רייע (בכלל די רייע צו גיין אין שאוער צריך תיקון גדול אימידיעדלי) חוץ פון די פאקט אז איך טריי צו האבן שמירת עינים אין מקוה. איז באמת וואלט איך געוואלט אויס רופן הויעך ״רבותי עס איז אריין העד ענד שאולדערס אין מיין אויגן און עס טוט מיר וויי אויף צו עפענען מיין אויגן, ביטע לאזט מיר וויסן ווען ס׳איז מיין טשענס צו גיין אין שאוער...״ אבער וואס זאל איך טון אז איך שעם זיך נאך צו גיין מיט קראקס אויפן גאס.
שוין, זאל זיין א כפרה אויף מיין שמירת עינים.
עס טוט זייער וויי אז די עולם איז שוין אהיים פון קאנטרי
די פארקינג ספאטס איז שוין נישטא
די בית כסא׳ס זענען שוין פארחזערט
די קאווע שטיבל איז שוין אנגעגאסן מיט קאווע
די מקווה האט שוין מער האר ווי וואסער
די גראסערי ליינס זענען שוין פארנומען מיט פרויען וואס שטייען מיט זייערע וויק טשעקלעך
די יונגלעך לייגן שוין אנגעפילטע באטלעך וואסער אינמיטן די גאדער שבת נאכמיטאג
ועוד ועוד
סימפלעס טוט זייער ווי פיזיש ווען מען איז אין א געפאקטע מקוה ערש״ק, און אזוי ווי אלע מאל איז בטעות אריין העד ענד שאולדערס אין די אויגן, און עס איז דא א ריזיגע ליין צו גיין אין שאוער אזש מען דארף וואטשן זיך נישט אנצורירן איינער דעם צווייטן, אבער די אויגן ציפט אוועק און מען קען ניטאמאל אויף עפענען די אויגן צו זען ווען מען איז נעקסט אין די רייע (בכלל די רייע צו גיין אין שאוער צריך תיקון גדול אימידיעדלי) חוץ פון די פאקט אז איך טריי צו האבן שמירת עינים אין מקוה. איז באמת וואלט איך געוואלט אויסריפען הויעך ״רבותי עס איז אריין העד ענד שאולדערס אין מיין אויגן און עס טוט מיר וויי אויף צו עפענען מיין אויגן, ביטע לאזט מיר וויסן ווען ס׳איז מיין טשענס צו גיין אין שאוער...״ אבער וואס זאל איך טון אז איך שעם זיך נאך צו גיין מיט קראקס אויפן גאס.
שוין, זאל זיין א כפרה אויף מייו שמירת עינים.
די ווילימסבורגער מקוואת זענען בוטשער סטארס .ס'איז געפערליך.
שאול די ספרים פאקער (מיט א פא דגושה): וואס איז פשט פון די לעצטע סגולה. פון לייגן אנגעפילטע וואסער באטלעך אינמיטן די גאדער. ס'איז עפעס א מאה שערים'דיגע פאטענט אקעיגן די מחללי שבת. כ'פארשטיי נישט. רוב מחללי שבת זענען דאך די אידענעס וועלכע גייען מיט די קערידזשעס שפאצירן. (און מ'ציפט זיי אין חלק אחוריים. לשם קדושת שבת קודש).
אדער אפשר איז עס א פארם פון ענטערטעינמענט. ווייל דאס לעבן אין די עיר הקדשה איז צו באורינג...!
שאולדיספריםפאקערעס טוט זייער וויי אז די עולם איז שוין אהיים פון קאנטרי
די פארקינג ספאטס איז שוין נישטא
די בית כסא׳ס זענען שוין פארחזערט
די קאווע שטיבל איז שוין אנגעגאסן מיט קאווע
די מקווה האט שוין מער האר ווי וואסער
די גראסערי ליינס זענען שוין פארנומען מיט פרויען וואס שטייען מיט זייערע וויק טשעקלעך
די יונגלעך לייגן שוין אנגעפילטע באטלעך וואסער אינמיטן די גאדער שבת נאכמיטאג
ועוד ועוד
אויב דאס איז וואס עס טוט דיר באמת ''זייער וויי' דאן וואלט איך דיר געראטען זאלסט שנעל נעמען א מאווינג טראק און מופען צו איינע פון די נייע ישובים ווי זשערסי סיטי, בלומענבערג, בלומען גראוו או שאר גלילות מק''י, באסטאן, סקרענטאן, וכדו' און איך זאג דיר צו {ווי זאגט דדאנעלד הגדול ''בעליוו מי''} אז דארט זענען ניטאמאל פארהאנען א צענטעל פון די פראבלעמען און פלאס דעם איז עס נאך ביליגער.. 😛 😛 😛 וואס זאגסטו?
עס טוט זייער וויי ווען.....
מען טוהט שוין א טובה און מען שטעלט זיך אפ און מען נעמט אויף איינעם פאר א היטש און מען קומט אן אין בורו פרק (אדער סיי ווי) און דער איד ווערט מיר א רבי, דו מוזט מיר צופירען פונקט ווי ער וויל גיין, פארוואס? אויב ער נעמט די באס, פירט עס איהם אויך נישט ביז צום טיהר.
יא עס טוהט וויי ווייל מען הערט אויף צו געבען היטשעס
איך בין אביסעל צומישט דו רעדסט פון ווייטאג אלטץ היטש געבער אדער די ווייטאג אלטץ היטש נעמער?
גראדע מיר טוט וויי, אז סאיז דא טעגליך אזויפיל גוטהארציגע יודען וואס געבען ב''ה היטשעס, און אזוי אויך איז פארהאנען אידען וואס נעמען היטשעס, און פירען זיך אויף ארענטליך איינע צום צווייטען, און פון זיי רעדט מען ניש,ט און פון די פאר בנעשעקליך אדער אויסנוצערס, פון זיי האלט מען אין איין רעדן, אז סקען זיך דאכטען אויב איינער נעמט א היטש איז ער מנהסתם פון די אביוזער סארט..
Re: עס טוט זייער וויי ווען.....
קאמענטירעראיך בין אביסעל צומישט דו רעדסט פון ווייטאג אלטץ היטש געבער אדער די ווייטאג אלטץ היטש נעמער?

אלץ געוועזענער היטש געבער
ס'איז מסתם געווען זייער געשמאק צו פארן מיט דיר...
ציבעלע-קיגלעס טוט זייער וויי ווען.....
מען טוהט שוין א טובה און מען שטעלט זיך אפ און מען נעמט אויף איינעם פאר א היטש און מען קומט אן אין בורו פרק (אדער סיי ווי) און דער איד ווערט מיר א רבי, דו מוזט מיר צופירען פונקט ווי ער וויל גיין, פארוואס? אויב ער נעמט די באס, פירט עס איהם אויך נישט ביז צום טיהר.
יא עס טוהט וויי ווייל מען הערט אויף צו געבען היטשעס
און דו קענסט שוין מיינען אז דער מענטש עפרישיעט עס כאטשיג , דערווייל א נעכטיגער טאג ניטאמאל א נארמאלע שכוח באקימסטו
קאמענטירעראיך בין אביסעל צומישט דו רעדסט פון ווייטאג אלטץ היטש געבער אדער די ווייטאג אלטץ היטש נעמער?
גראדע מיר טוט וויי, אז סאיז דא טעגליך אזויפיל גוטהארציגע יודען וואס געבען ב''ה היטשעס, און אזוי אויך איז פארהאנען אידען וואס נעמען היטשעס, און פירען זיך אויף ארענטליך איינע צום צווייטען, און פון זיי רעדט מען ניש,ט און פון די פאר בנעשעקליך אדער אויסנוצערס, פון זיי האלט מען אין איין רעדן, אז סקען זיך דאכטען אויב איינער נעמט א היטש איז ער מנהסתם פון די אביוזער סארט..
איך קען רעדן פון ערפארונג
איך נעם כסדר אויף אידן אויף היטשעס און איך האב קיינמאל נישט געהאט קיין פראבלעם יעדער איז געווען אויסנאם שיין און איידל נאכנישט געהאט איינער זאל פארלאנגן אז מען זאל עהם צופירן (אויסער וואס מען קען הערן אויב מען גייט אויף טשורטש פרעגט ער אויב מען קען נעמען פארט העמילטאן)
איך געב היטשעס כסדר, ממש יעדער פירט זיך אויף גאר איידל און מענטשליך. אמאל אויף א ווייטערע וועג ערלויבן זיך מענטשן צו זיין אביסל מער לויז.
Re: עס טוט זייער וויי ווען.....
אגב רעדן אופן פאן ביי יענעם אין קאר איז אנעקסעפטעבל...!
ורבים נכשלים בזה.,
סטיט וויי צי רעדען וועגען היטשעס
ווען סיס דא א אשכול פין עס
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/10912">viewtopic.php?f=25&t=10912</a><!-- l -->
סתם א ווערטל.
לאמיר זיך אריבער ריקען צי דעם היטשעס אשכול
רשע וטוב לו.
די אראגאנץ וואס קומט פון די היינטיגע יונגעלייטלעך who made it איז שווער צוציקיקן.
וואס מער געלט אלס וואקסט די רשעות.
אייז קריעםרשע וטוב לו.
די אראגאנץ וואס קומט פון די היינטיגע יונגעלייטלעך who made it איז שווער צוציקיקן.
וואס מער געלט אלס וואקסט די רשעות.
וואס איז מיט די אראגאנץ פון די וועלעכע נעמען היטשעס?
פאר דער היטש כאפער זעצט זיך אריין, זאג איך עם ווי איך גיי און פרעג ווי ער גייט אראפ.
שלא תנעול דלת בפני ההיטש כאפערס...
ווען מען שרייבט אראפ א שיינע מילתא בדיחותא וואס קימט צו לאכן, און דאס גאנצע וואס מען באקימט איז איין לייק.
#עקל
מ'זעהט א טאטע וואס איז מחנך זיינע קינדער אין ביהמ"ד פונקט ווי אינדערהיים
און זיינע קינדער ווערן אלע קאלירן ווייל די גאנצע ביהמ"ד קוקט (נישט)
אדער ווען מענטשן רעגן זיך אויף די געלט דייערס היתכן מ'שטערט מיך פון דאווענען?
דו שלעטער מענטש ווען ס'איז ווען דיין ברודער וואס איז געשטארבן אדער געכאפט א מחלה
אדער דיין טאטע פעטער אדער קאזין האט אן ארגענעזאציע אדער האט געדארפט צוגעקומען צו איינס פון די גרויסע
וואלסטו שוין גוט פארשטאנען פארוואס מ'קומט נאך געלט אינמיטען דאווענען
איך גיי שוין נישט אריין וויאזוי דיין דאווענען זעהט אויס
זאג איך האב נישט אדער איך וויל נישט געבן און גיי ווייטער
ס'דערמאנט מיר די מעשה פון די ר"ר שמעלקא איך מיין איך האב עס שוין געזעהן דא ערגעץ ווי דא אין שטיבל
ווען ער איז געווארן רב אין ניקלישבורג האט ער געהייסן מ'זאל אים נישט באדערן נאר פאר נייע תקנות
איינמאהל זענען די גבאים געקומען און געבעטען דעם רב אז מ'וויל איינפיהרן א תקנה אז מ'זאל נישט טארן גיין נאך געלט בשעת'ן דאווענען
האט ר"ר שמעלקא זיי געפרעגט פארוואס זענט עטס געקומען צו מיר? האבן זיי געזאגט אז ס'איז א נייע תקנה
האט די ר"ר שמעלקא געזאגט ס'איז נישט קיין נייע תקנה ס'קומט פון סדום
איך געדענק די מעשה אז אין ווילנא האבען די ראשי הקהלה אפגעמאכט אז מ'גייט נאר מוטשען דער ווילנא גאון צו קומען צו אן אסיפה פון קהל, ווען עס האנדעלט זיך א נייע תקנה (ער איז דאך נישט געווען קיין אפיציעלען רב אין שטאט). איין מאל האט מען איינגעזע'ען אז שנאררערס קומען פון גאנץ ליטא צו גייען נאך געלט אין ווילנא, האבען זיי געוואלט מאכען א תקנה אז נאר היגע שנאררערס מעגען ארום גייען, און נישט פון אנדערע שטעט (עס ליגט מיר גראדע אין קאפ אז אין די פנקס קהלות פון ליטא
דא איז געווען אזא סארט תקנה). ווען דער גר"א איז געקומען צום אסיפה וכו'..
זוכענדיג פאר א מקור אויפ'ן אינטרנט, האב איך געטראפען די מעשה
דא, אבער דאס איז נישט קיין ראיה.
איך אויךאסאך יורינעלס קומען טאקע היינט מיט א בילד פון א פליג א אדער א סאקקער גאול באול אינדערמיט.
אסא בעסער וואלט געוועהן ווען אין בתי מדרשים לייגען אריין א בילד פון די אנדערער רעבא, למש ל אהרונים\זלונים באבוב\45 בעלז\מחנובקא א.א.וו.
Re: עס טוט זייער וויי ווען.....
...ווען מ'שלינגט אראפ א שירעם און ס'עפענט זיך אין בויך
ווי אזוי ווייסטו?
אפשר האט ער אראפ געשלינגן די קליינע שירעם וואס פלעג אמאל קומען אריינגעשטעקט אין די פענסי פארשפייס פרוכט קאפ.
ווער געדענקט...
זיכער, ווען מ'פלעגט נאך מאכן שבע ברכות אינעם באזאאר אויף ראסס סטריט, אדער אינעם יאנג איזראעל זאל אויף בעדפארד ראדני
דער גאלדענער אדלערזיכער, ווען מ'פלעגט נאך מאכן שבע ברכות אינעם באזאאר אויף ראסס סטריט, אדער אינעם יאנג איזראעל זאל אויף בעדפארד ראדני
און וואס איז מיט קליימער טערעס?
Re: עס טוט זייער וויי ווען.....
וואלווידער גאלדענער אדלערזיכער, ווען מ'פלעגט נאך מאכן שבע ברכות אינעם באזאאר אויף ראסס סטריט, אדער אינעם יאנג איזראעל זאל אויף בעדפארד ראדני
און וואס איז מיט קליימער טערעס?
יא יא, א ווייטאג צו זעהן ווי מ'האט אויסגעריסן דעם אלטן וויליאמסבורגער חן, גוד אלד ווילי