☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מייסטערווערק » אשכול אן א טיטל #10868

אשכול אן א טיטל #10868

28 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10868

— » זונטאג סעפטעמבער 4, 2016 10:44 am

· #348286

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

שמיטשיק » זונטאג סעפטעמבער 4, 2016 12:19 pm

· #348296

אחד העם » זונטאג סעפטעמבער 4, 2016 12:57 pm

· #348298
@אנאנים להוי ידוע לך, איך וואוין אין מעקסיקא, איך בין א גריכישער אפשטאמיגער, מיין מאמע איז פון רוים. יידיש האב איך זיך געלערנט ביי @שלום בערגער.
וואו איז דאס בארא פארק?
Screenshot_2016-09-04-12-49-56-1.png

פליקער » זונטאג סעפטעמבער 4, 2016 1:27 pm

· #348299
איך קען זיך נישט איינהאלטן פון גראטעלירן די וועקער בעאמטע פארן אראפ לייגן א הערליכן ארבייט, בעיקור פאר די אינהאלט פון די ארטיקלען, ממש א כבוד שמים,עס פארזיכערט פאר אלע פארמישטע א גיט געבענטשט יאר, בלי ספק, פאר סיי און פאר אלע ליינער'ס, און בפרט פאר אלע לייקערס און גראטעלירער. איך וועל נאך ציריק קומען מיט א באריכט איבער די ארטיקלען בפרט, און וואס איך האב געקלערט ווען איך האב געליינט, און וואס איך האב דאן געשפירט. #וועןכ'וועלהאבןאגעלעגנהייט

קל וחומר » זונטאג סעפטעמבער 4, 2016 2:42 pm

· #348304
הער פליקער,
דיין ארטיקל פליקט שטיקער,
די שווערע כוחות זענען היבש ניכר,
דו פארדינסט אן אויסצייכענונגס סטיקער!

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג סעפטעמבער 4, 2016 4:58 pm

· #348317
איך מוז זיך אנטשולדיגען. דער קאלירטע ווערזיע איז אונז נישט געלונגען, דער קאמפאני מאכט שווערע פראבלעמען.
דער שווארץ און ווייס ווערזיע קען מען באקומען דא, ויאכלו ענוים וישבעו.

געוואלדיג » זונטאג סעפטעמבער 4, 2016 5:20 pm

· #348323
חלק א'
השי"ת לויבן זאל איך
עס באלאנגט אויפן 'המספיק' מהלך
מיט מער מיחושים
חינוך חידושים
ל, פ"ב עפעס קענטליכע ווערטער
א"ה א אסקער דערקלערט ער
און בעפאר א מראה מקום פאר נאך
נ,.וו. איז נהנה פון די מתינות און נישט די קאך

***

פארמאכטע געפילן
לאזן אויפשפילן
נישט פארשטילן
עס זאל נישט אנהייבן בילן

***

א שמועס איז געווארן אפגעהאלטן
מעגליך דורך צוויי ראבאטן
אויסוועלטליכע באשעפענישן
טוהען נישט צומישן

***

את אבי יצאתי לחפש
ולא ידעתי למה לצפות
את האב האלול והתשרי פגשתי
ועליהם בקולי רעשתי
אזי מצאתי את אבי מלכי וא-לוהי
אגילה ואשמחה בו

***

חינוך פארשלאגן ווערן געברענגט
עס זאל קיינעם זיין געענגט
עס זאל זיין ביי יעדן
א בחינה פון גן עדן

***

התחלת קלארקייט איז צומישעניש
אבער נישט געגעבן כח פאר די מוטשעניש
אבער כעס איז קיין ארטיקל
עס איז נישט פונעם אמת א שטיקל

***

דער דאס » זונטאג סעפטעמבער 4, 2016 9:24 pm

· #348350
א ביזי טאג געווען ב"ה, נאך נישט אנגעיאגט צו ליינען מער ווי די עדיטאריעל -הפעם אודה את ה'- מיט עטליכע בריוו, א שנעלע בליק איבער די בלעטער ווייזט, אז ס'איז דא וואס צו ליינען.. אבער פאר אלעם מוז מען באדאנקן.

ס'איז אומגלויבליך אז ס'האלט שוין דא!

קלוגע יודל » זונטאג סעפטעמבער 4, 2016 10:17 pm

· #348360
ליטוואק פון בודאפעסט
איך מוז זיך אנטשולדיגען. דער קאלירטע ווערזיע איז אונז נישט געלונגען, דער קאמפאני מאכט שווערע פראבלעמען.
דער שווארץ און ווייס ווערזיע קען מען באקומען דא, ויאכלו ענוים וישבעו.

לייג אויך ארויף די פראנט קאווער (וואס אמעזאן רופט די בעק קאווער)

א איד » דינסטאג סעפטעמבער 6, 2016 7:39 pm

· #348626
[ציטאט אראפגענומען]

אויב איך מעג פרעגן ווי איז דיין ארטיקל פונעם ראדימנער פראצעס אינעם וועקער?
גייסט עס ווייטער ממשיך זיין?
ביטע זיי מודיע, לאז אונז נישט הענגן מיטן צונג אינדרויסן.
שכח

ארי נוהם » דינסטאג סעפטעמבער 6, 2016 11:47 pm

· #348667
wow, כהאב נישט געגלייבט אז די וועקער וועט אנהאלטן אזוי לאנג. אוודאי זאג איך מיט מיט אנאנים, פיקאסא, וחבריהם - הפעם אודה את השם. ס'געווען קנאקעדיגע ארטיקלעך, און כאמיך באלעקט די פינגער.

אפילו פון גאס האב איך צוריקגעהערט אסאך גריסען, און די עולם גייט ווילד פארן נייעם שטערן אין האריזאנט פון דשורנאליזם.

כהאב שוין צוגעזאגט ביים צווייטען וועקער, אבער כהאמיך פארשלעפט. איך בין גרייט צו שרייבן א געשמאקע ארטיקל פארן קומעדיגען וועקער (בתנאי סאיז עפעס קאנטרעווערסל 😂 ). כבעט די רעדאקציע מיך צו דערמאנען דערוועגן (און געבן א רעיון).

שטאפענע קאפעליטש » מיטוואך סעפטעמבער 7, 2016 12:49 am

· #348674
שמאי הזקן פלעגט א גאנצע וואך אוועק לייגן די בעסטע עסען פאר שבת אין אלץ טייסים געהאט אין געזאגט לכבוד שבת קודש.
איך האב נאכנישט אנגעקוקט די וועקער, יעדער מאל כקום אין שטיבעל האלט איך זיך צירוק פון download אין איך זאג דערביי לכבוד שבת קודש.
אי״ה שבת גייט זיין א פיינע תענוג

פיקאסא » דאנערשטאג סעפטעמבער 8, 2016 10:26 am

· #348862
הפעם אודה את ה'!
ברוך השם מ'האלט שוין טאקע דא ביי די פערטן וועקער וואס איז ערשינען לאור העולם. נישט לייכט קומט דאס אהן, אבער מיטן הילף פון כל יכול האט מען באוויזן צו איבערגיין די אלע שטרויכלינגן און מ'גיימער ווייטער מיט פעסטע טריט צום "חמשה מי יודע"..

הפעם אודה את ה'. וואס איז פשט הפעם אודה את ה'? אלע מיטשענן זיך פארוואס האט לאה זיך דערמאנט פונקט ביים פערדן קינד צו דאנקן ?
קלער איך אזוי, די טבע פון א מענטש איז, אז ווען ער באקומט א טובה צו א מתנה דאס ערשטע מאל איז ער מלא התפעלות והכרת הטוב צום נותן הטובה, און מ'באדאנקט זיך פאר דעם ווי עס דארף צו זיין מיט אלע מיני לויב ווערטער. שוין, דאס צווייטע מאל ער באקומט די גרויסע מתנה, איז ער נאך אלס מכיר טובה פאר דעם, אבער ער האט שוין פארלוירען די התפעלות, די התרגשות'דיגע געפילן האט ער מער נישט. דאס דריטע מאל, שפירט דעם מענטש נאך אלס אז ער האט באקומען א טובה, אבער זיין הכרת הטוב איז גאר שוואך, אפשר א שקויעך וועט ער נאך זאגן אבער ס'שוין בכלל נישט דאס גרויסע שמחה ווי אמאל. קומט דאס פערטן מאל, פארגעסט ער בכלל אז דאס איז א טובה בכלל, ער האט שוין חזקה צו באקומען דאס גוטסקייט, און ס'שוין א חלק פון זיין לעבען, ער שפירט עס בכלל נישט, עד כדי כך אז מ'פארגעסט אינגאנצן אז מ'דארף דאנקן, אדרבה אויב באקומט ער נישט ווייטער דעם טובה האט ער שוין גאר תרעומת וטענות... כך היא דרכה של הטבע.

לאה אמנו האט אוודאי ביי יעדעס קינד געדאנקט דעם פון אויבן, אבער די חילוק איז געווען ביי אירע פריינד און משפחה. ביי דאס ערשטע קינד האט זיך א יעדער איינער געפריידט און מיט געטאנצן בשיר ושבח להשי"ת אז מ'איז זוכה צו א בן זכר. ביים צווייטן קינד איז שוין געווען ווייניגער וואס האבן מרגיש געווען די שמחה, און ביים דריטע קינד נאך ווייניגער. ווען דאס פערדע קינד איז ארויס לאויר העולם האט שוין א יעדער פארגעסן צו דאנקן, ס'שוין דא דריי קינדערלאך קע"ה, דאס פערטע קינד איז נאר א טפל והוספה צום עגזעסטירענדיגע משפחה, און ווי מ'זאגט דער עולם האט דאס גענומען פאר גרענטעד. האט לאה אויסגעשריגן "הפעם אודה את ה'" דאס מאל בין איך דער איינציגסטע וואס לויבט דעם באשעפער, איך בין דער וואס כאפט יא וואס גייט פאר, איך האב מיטגעהאלטן און באגלייט דאס קינד משעת יצירה, איך פארשטיי שוין איינמאל וויפיל נסים ונפלאות ס'געשעהן אז דאס קינד איז ארויס לעבעדיג בריא ושלם, קיינער ווייסט נישט וויפיל מאהל מיין הארץ האט פארפעלט א קלאפ אויף דאס וואויל זיין פון מיין פיצל קינד, חיל כיולדה, איך בין דער וואס ווייסט דער געפיל וואס א מאמע האט צו א קינד אפילו ס'איז נומער פיר, דערפאר אפילו א יעדע כאפט נישט דאס געוואלדיגע שמחה, אבער איך מאמע כאפ יא און הפעם אודה את ה' איינער אליין בקול רעש גדול.

כלפי מה הדברים אמורים, ווען דאס ערשטע הייליגע וועקער איז ארויס צום דרוק, האט דער עולם דאס אנגענומען מיט גרויס עקסטייטמענט, מ'האט באוויזן עפעס ווינדערליך, זה אומר בwow וזה אומר בנאדיר א גרינע ויחד כולם הודו ואמרו א ברכת שבח והודיה פאר די אלע וואס האבן אריין געלייגט צייט, קאפ און מח אז דער וועקער זאל צושטאנד קומען און אז ס'זאל זיין ראוי צו זיין עולה על שלחן מלכים מאן מלכי כל ישראל בני מלכים.

דאס צווייטע וועקער איז ערשינען, דער עולם איז נאכאמאל צופרידען און עקסייטעד, הגם נישט אויף אזא פארנעם ווי אויף די ערשטע, אבער מ'האט נאך אלס געקענט דערקענען אויף די פילע תגובות און הערות אז דער עולם האלט מיט די פארשריט און אז יעדע האט הנאה.

אהה .. ברוך השם מ'האלט שוין ביי די דריטע וועקער אין א מזל'דיגע שעה. די רעספאנס פונעם ציבור איז שוין היפש שוואכער, מ'הערט א ווארט דא און א ווארט דארט, אבער באופן כללי איז די ריאקציע אסאך שוואכער ווי דאס פאריגע מאהל. דער עולם הייבט שוין אהן צו פארגעסן אז דער וועקער וואקסט נישט אויף א בוים...

והנה, מיר האלטן שוין ביים פערטןן וועקער! דער עולם איז שוין ווארשיינליך צוגעוואוינט אז יעדער ראש חודש קומט ארויס צו פארן א וועקער ווי פון זיך אליין.. אין איש שם על לב די כחות עצומות וואס די געטרייע מערכת לייגט אריין במשכ'ן חודש צו ארויסגעבען א דבר נאה ומתקבל. (כמעט) קיינער דאנקט נישט (כמעט) קיינער לויבט נישט...

דערפאר שריי איך דא אויס "הפעם אודה" דאס מאל טוה איך איינער אליינס דאנקן פון טיפן הארצן! יא! איך ווייס וויפיל סייעתא דשמיא מ'האט געדארפט האבן אויף יעדע טריט און שריט! איך ווייס שוין איינמאל ווי שווער דאס קומט אהן פאר די מערכת וואס טוען זייער ארבעט מיט געטריישאפט, אוועק רייסענדיג פון זייער אייגענע צייט לטובת אונזער מיסיע! איך קען מעיד זיין וויפיל שטרויכלינגן מ'איז אדורך מבית ומבחוץ! און איך זאג אייך צו אז די ווועקער קומט נישט אהן צופיס!

אשר על כן דאנק איך דא בשער בת רבים בראש וראשונה פאר ידיד נפשי @אנאנים ירום הודו, וואס לא נח ולא שקט און נישט געשפארט קיין מיה צו זיכער מאכן אז אלעס קלאפט כראוי וכיאות. ועתו עמו אודה די שר החוץ ומלך הלצנים @אנאנים וואס איז מיין פערזענליכע ראהט געבער און שטייט מיר צו די רעכטע האנט בכל זמן ועידן. הפעם אודה די חברי המערכת ה"ה אונזער זיידע הרב @שמעקעדיג וואס איז משפיע פון זיין אוצר החכמה לדעת את המעשה אשר יעשון. הפעם אודה ידידי הדגול כשמו כן הוא @געוואלדיג וואס איז אונזער מעכטיגע פינאנץ מיניסטער און מאכט זיכער צו שמירן די רעדער. הפעם אודה החכם @אנאנים וואס בלאזט אריין א רוח החיים אין די גאנצע פראדזשעקט. הפעם אודה ידי"נ @ליטוואק פון בודאפעסט וואס האט גאר אסאך כחות אריין געלייגט אז מ'זאל דאס קענען קויפן אנליין. ואחרון אחרון חביבי פאר די אלע טאלאנטפולע שרייבערס כל אחד ואחד בשמו הטוב יבורך!


ווי עס דאנק אייך אלע פארן ליינען, מגיב זיין און פארשפרייטן
ידידכם עוז
פיקאסא

פליקער » דאנערשטאג סעפטעמבער 8, 2016 10:52 am

· #348867
יאפ פיקאסא איז גערעכט, קיינער גיבט נישט קיין הכנה,

קוק די אשכול הוציא ממסגר נפשי 5 רעספאנצעס 12 לייקס 240 מאל געזען געווארן

וויאזוי קענען מיר פארבעסערן דעם חינוך סיסטעם 3 רעספאנצעס 7 לייקס 80 מאל געזען געווארן

נשמה און באוואוסטזיניגקייט 2 רעספאנצעס 9 לייקס 127מאל געזען געווארן

מלך בשדה 2 רעספאנצעס 9 לייקס 101מאל געזען געווארן

וואס איז דאס קענסער 3 רעספאנצעס 8 לייקס 142 מאל געזען געווארן

הפעם אודה את ה' 0 רעספאנצעס 15 לייקס אלע ציזאמען 124 מאל געזען געווארן

what a shame

שוין טוישן פון 'דער וועקער' צו 'דער פעיפער'

אן קיין געז פארט נישט קיין קאר

קאמענטירער » דאנערשטאג סעפטעמבער 8, 2016 11:22 am

· #348876
איך טראכט אז די דייקא די וועקער בומט אבער לכבוד דעם שלאפט דא דער שטיבעל
[*]ווייל סאיז דאך געמאכט אז מזאל קענען ליינען ארטיקעלן אויפן פאפיר און נישט אויפן סקרין
[*]אויך איז די מטרה צו מאכן א ויפוצי ממילא די טרעפיק איז אויף ארויס נישט אויף אריין
אבער סקען זיין אז וויבאלד סווערט אזוי פארשפרייט איז עס פי.אר. פארן שטיבעל אפשר וועט עס אהערשלעפן שרייבערס?

שמעקעדיג » דאנערשטאג סעפטעמבער 8, 2016 12:46 pm

· #348896
דאס איז דער מציאות העולם, אין חסידות כבתחילתו, מען קען נישט אנהאלטן מאמענטום און ענטוזיאזם אויף איין זאך א לאנגע צייט, סדר העולם איז אז אפילו דער גרעסטער עושר ווערט צוגעוואוינט צו זיינע תאוות און נעמט עס פאר גרענטעד, עס מיינט נישט אז ער האט נישט הנאה דערפון, נאר די אינישעל עקסייטמענט וועפט אויס, און עס איז שווער נאכאנאנד צו דאנקען. אפילו דעם באשעפער וואס טוט מיט אונז נסים ונפלאות ערב ובוקר וצהרים נעמט מען נישט אינאכט וויפיל מען דארף דאנקען ווייל מען איז צוגעוואוינט, מען דארף חיזוק דערצו.

עכ"פ וויל איך דא מגלה דעת זיין אז כאטש איך שרייב נישט גענוג מיינע הכרת הטוב געפילן פאר אנאנים מיט זיין שטאב, בין איך אים/זיי שטארק דאנקבאר, און איך אפרישיעט די עבודת הקודש בדמים תרתי משמע, און אויב כ'וועל האבן מער צייט בקרוב וועל איך שרייבן מער בפרטיות מיינע איינדרוקן, אבער אל תאמרו מדשתקי ש"מ לא ניחא לי, ובזה יצאתי.

פאר די מנהלים וויל איך פארשלאגן אפשר קען מען מאכן א סיסטעם אז מען קען נישט דאונלאודן דעם וועקער נאר אויב מען ווארפט אריין לכה"פ 20 לייקס פאר אנאנים...?? חלום ווייטער.

און אויך וויל איך מכריז ומודיע זיין כדי נישט צו זיין א מתעטף בטלית שאינו שלו, כ'זעה אז מען דערמאנט מיין נאמען אין איין שורה מיט פיקאסא און שטיסל, כאילו איך האב צוגעהאלפן ווי זיי, וויל איך זאגן כ'קום נישט צו לקרסולי רגליהם, לא מיני' ולא מקצתי', אויסער אריינשטעקן מיין נאז זעהן צי ס'שמעקעדיג טו איך גארנישט... בעת שטיסל און פיקאסא לייגן אריין שעות ארוכות מדי יום ביומו ומדי לילה בלילותו, אפגערעדט פון שש אליין, ער אטעמט דאך דער וועקער (א היכי תמצא אז א מענטש וואס שלאפט נישט דארף א "וועקער"?...) און געוואלדיג מיט זיינע געלט אקציעס איז אויך נישט אוועקצומאכן, גראדע דער גבאי אין מיין ביהמ"ד פארציילט מיר שטילערהייט אז עפעס א איד מיט א לאנגע בארד איז אים געקומען פרעגן צי ער קען מאכן אן אפיל נאך אשרי ובל"צ פאר דעם וועקער, אבער דערווייל האט ער אים נישט געגעבן קיין רשות, ווייל ער נעמט נאר פעימענטס ביי פעיפעל און אונזער רב וועט קנייטשן מיט די אויגן אויף אזא דערהער. עכ"פ ער שלאפט נישט.

ופטור בלא כלום א"א, וויל איך קודם אויסדרוקן מיין דאנק פאר די חינוך ארטיקל, עס איז מלא וגדוש מיט גוטע רעיונות (און בל"נ כ'וועל בקרוב צולייגן מיינע צוויי צענט אויב איינער איז אינטרעסירט), ווי אויך די ארטיקל פון פליקער איז ממש מורא'דיג, כ'קען זיך נישט איבערקומען, ה' ישלח רפו"ש לכל חולי ישראל.

צום ווידערזעהן.

רויטע וואנצעס » זונטאג סעפטעמבער 11, 2016 12:26 am

· #349075
געווען פרייטאג ביים נייעס בודקע אויף 49 סטריט, נאר געהאט די דריטע אויסגאבע. ווען וועט זיין נומער 4?

גר ותושב » זונטאג סעפטעמבער 11, 2016 11:57 pm

· #349230
מיין בליק אויפן וועקער נומער 4

איך האב נאך נישט מסיים געוועין בעסער געזאגט איך האב עס קוים אנגעהויבן צו ליינען אבער וויבאלד שש מאכט געוואלדעס אז דער עולם מאכט זיך נישט וויסנדיג וועל איך שרייבן וואס איך האב שוין יא געליינט
די עדיטאריעל דורך @אנאנים איז מעכטיג איך פיל מיך אביסל אויסגעשפילט אז איך האב נישט קיין חלק נישט בגוף (בכתיבה) און נישט בממון אבער איך פיל מיט מיט די הפעם אודה כפשוטו אז איך האב הנאה פון אזא הערלכע ארבעט צו געשטעלט דורך @שש און @פיקאסא וכל פמליה דילהון די אינהערן און אויסערן און געלט מיניסטארן.
די בריוון צו די רעדאקציע איז מלא טעם.

(איך האב אויסגעלאזט די ארטיקלען וואס דארפן געליינט ווערן מיט ישוב הדעת ועוד חזון.)

די מייקל פעלפס ארטיקל דורך @העינך האב איך הנאה געהאט פון זיין לעיבן באשרייבונג בנוגע די לימודים וואס מען קען ארויס נעמען דערפון פיהל איך מער א געפיהל עס צו לערנען פון חסידושע ספרים וכדומה אבער די ארטיקל איז זייער שיין אראפ געלייגט.

די ארטיקל פון די מחלה הידועה @פליקער עס קומט זיך דיר אסאך קרעדיט (איך האב שוין געוואלט שרייבן פאריגע חודש איך האב נישט אנגעיאגט וועל איך יעצט שרייבן עס איז קיינמאל צו שפעיט) איינער פון מיין גאר נאנטע משפחה איז נלקה געווארן מיט די מעשה עס האט זיך אהגעהויבן מיטן צאמפאלן א שבת צופרי און די המשך ווי די האסט עס אראפ געלייגט פארשטייט זיך מען האט עס באהאלטן פון די גאס וואס דאס אליינס האט צוגעברעינגט א חרבן פאר די קינדער גראדע דארף איך אויסלויבן א מנהל וואס ווען ער איז געוואר געווארן לאחר המעשה האט ער צוגערופן א קינד און איבער געבעיטן פארן לייגן צו סאך לחץ און אזא צייט זאגנדיג אז ער האט נישט געוואוסט דערפון ביז דעמאלט די עיקר אנגעצויגן קייט איז פארשטייט זיך געוועין די נסתר מרובה על הגלוי איז ווי געזאגט עס קומט זיך דיר אסאך קרעדיט די קענסט ראטעווען דערמיט אסאך משפחות פון אינטעגאנג ממש.

אלכסנדר מוקדון דורך @ממי שאמרו איך האב געמיינט עס וועט מער שרייבן איבער זיינע טאקטיקן דאכט זיך עס ווערן באהאנדלט באריכות אין יוסיפין אבער שטארק הנאה געהאט.

גאנצל » מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 2:49 pm

· #350419
כבוד הרב עוסק בצ"צ באמונה הרב הידען הרב הכותב וחותם וכל שום וחניכה

קשה עלי לכתוב ואנחנו לא נדע מה נעשה

דער אמת איז איך האב כמעט יעדן טאג די זעלבע מעשה מיט מיין אסתר המלכה איך מיין איך קען שוין נישט טרעפן נאך א לשון קאפלימענט ווען איך דארף איר מכיר זיין די נאכטמאל אויב זאג איך נישט יעדן טאג ס'איז זייער זייער זייער זייער פיין געווען פרעגט זי מיר 10 מאל איבער

איך דארף טרעפן נאך ווערטער טעיסטי געשמאק א מחי' די בעסט וכדו' אלעס האב איך שוין געזאגט

הנמשל מובן מאיליו

שלום על ישראל » מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 4:36 pm

· #350432
[ציטאט אראפגענומען]

סארי, כ'בין נישט געווען דאהי (אויף די אויבערנעץ) פאר א וויילע. לאמיר זיך ארויסלאזן אויף א לייק-ספרי.

קל וחומר » מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 8:37 pm

· #350477
אנשטאט זיך מטפל זיין מיט לייקס און דברי שבח, וואלט איך געראטן צו אנהייבן קלערן וועגן ביזנעס. ס'איז שוין העכסט צייט אז ס'זאל שוין עמטליך ארויסגיין אויפן גאס. ארבעט אויס א וועג אז עס זאל קענען ערמעגליכט ווערן און הייב אן שארן גאלד.

קאמענטירער » דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:44 pm

· #350601
איך שלאג פאר מזאל מאכען אן עקסטערן פארום פאר אלע אשכולות בנוגע די וועקער, און אזוי אויך די ארטיקלען, סאיז פשוט פראקטיש ווייל איך וויל יעצט עפעס קאמענטן אויף די קענסער ארטיקעל, ווי זאל איך עס גיין זוכען? און אזוי אויך וועט עס ארויס ווייזן שעצונג פאר די שווערע ארבעט פון אונזערע חברים וואס זאגט די עולם? @אנאנים @פיקאסא @געוואלדיג ועוד?

פליקער » דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 4:25 pm

· #350607
קאמענטירער
איך וויל יעצט עפעס קאמענטן אויף די קענסער ארטיקעל, ווי זאל איך עס גיין זוכען? און אזוי אויך וועל איך ארויס ווייזן שעצונג פאר זיין שווערע ארבעט

דא האט איר א לינק

קאמענטירער » דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 4:35 pm

· #350611
פליקער
קאמענטירער
איך וויל יעצט עפעס קאמענטן אויף די קענסער ארטיקעל, ווי זאל איך עס גיין זוכען? און אזוי אויך וועל איך ארויס ווייזן שעצונג פאר זיין שווערע ארבעט

דא האט איר א לינק

שקויעך כהאב שוין געקאמענט אגב וואס איז פשט פון דיין תיקון הגה?

פליקער » דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 4:37 pm

· #350612
איך האב זיך נישט געקענט איינהאלטן, פארדרייען ווערטער איז מיין'ס א זאך, אולי ווען דו וואלסט געווען דא אזוי לאנג ווי איך וואלסטו נישט געפרעגט.

קאמענטירער » דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 4:40 pm

· #350615
פליקער
איך האב זיך נישט געקענט איינהאלטן, פארדייען ווערטער איז מיין'ס א זאך, אולי ווען דו וואלסט געווען דא אזוי לאנג ווי איך וואלסטו נישט געפרעגט.

מיינסט פארעכטן? אויב דו מיינסט כפשוטו, איז דאן די קשיא פארוואס טאקע האסטו ליב צו פארדייען ווערטער?

פליקער » דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 4:44 pm

· #350617
קאמענטירער
פליקער
איך האב זיך נישט געקענט איינהאלטן, פארדייען ווערטער איז מיין'ס א זאך, אולי ווען דו וואלסט געווען דא אזוי לאנג ווי איך וואלסטו נישט געפרעגט.

מיינסט פארעכטן? אויב דו מיינסט כפשוטו, איז דאן די קשיא פארוואס טאקע האסטו ליב צו פארדייען ווערטער?

געווענטלעך האט עס א פשט, נישט אלע מאל פארשטייט עס א יעדער, נישט אלע מאל ברויך עס יעדער פארשטיין.

טאמבל סאס » דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 7:52 pm

· #350647
יעצט אבגעלייענט דער פערטער וועקער. איך האב מיך מחיה געווען מיט יעדעס ארטיקל עקסטערער. באזונדער נשמה און באוואוסטזיניגקייט; וואס איז דאס קענסער; און וואס ווייסן דען די וויסענשאפטלער. כה לחי!