☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » אאאאא גוט ווארט..

אאאאא גוט ווארט..

30 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10860

דער דאס » דאנערשטאג סעפטעמבער 1, 2016 1:48 am

· #348034
אאאאא גוט ווארט..
נחמי' איז געשטאנען ביים רעזשיסטער אין גראסערי ווי געווענטליך, קאסטומער'ס קומען און גייען, איינער אין א גוטע גיסטע, א צווייטער נישט אזוי גוט, דא קומט א פרוי פרעגן, אין וועלכע אייל ליגט די מילך? א צווייטע וויל נאר וויסן, ווי איז די שוגער פרי קוקיס? יעדער מיט זייערע משוגעת'ן, ער קען זייער גוט זיינע קונים, ער פרובירט יעדעם צו העלפען מיט א שמייכל.

איין טאג שפאצירט אריין איינער נישט פון די געווענדליכע קאסטומער'ס, נאך זיך ארום קוקען א וויילע, קומט ער צו, און בעט צו טוישן א פינף דאלער באנקנאט, נחמי' נעמט ארויס אפאר סינגעל'ס, אבער יענער זאגט, ניין כ'וויל קוואדער'ס, שוין א טובה פאר א יוד, טראכט ער, זאל זיין, ער ציילט אפ צוואנציג מטבעות, און דערלאנגט אים.

דער יוד גייט צום 'פאבליק טעלפאון' (ס'געווען פאר די סעלפאון צייטן) און לייגט אריין א קוואדער, ווען יענער הייבט אויף זאגט ער, א גוטן מ'רופט דא פון בלומענפעלד'ס ,Landscaping אזוי ווי איר האט זיך אריינגעצויגן אין א נייע הויז, וויל איך אייך פרעגן, אויב איר האט שוין באשטעלט איינער צו מאכן די גראז פארנט פון די הויז, צו שניידן די ביימער אין די בעק יארד, א.ד.ג. ווייל אונז האבן זייער גוטע דיעל'ס, די ביליגסטע פרייזן, אויסנאם גוטע סערוויס, אויב ס'איז אייך אינטרעסאנט.. נאך צוויי מינוט זאגט ער, גוט איך פארשטיי, איר האט שוין איינער וואס מאכט עס פאר אייך, נישט קיין פראבלעם הצלחה, הצלחה, כל טוב, און ער הענגט אויף.

א מינוט שפעטער, ווארפט ער אריין נאך א קוואדער, און רופט א צווייטן, און נאכאמאל זאגט ער זיין דרשה, דא רעדט מען פון בלומענפעלד'ס landscaping אונז גיבן זייער גוטע סערוויס, בעסטע פרייזן, אויב זענט איר אינטרעסירט? נאך צוויי מינוט זאגט ער, איך הער ס'איז בסדר, הצלחה וברכה, און לייגט אראפ.

און א דריטע מאל, ס'זעלבע שפיל, לייגט אריין א קוואדער, זאגט אפ זיין פזמון, און לייגט צוריק דעם טרייבל ווי ס'באלאנגט, אזוי שטייט ער ביים טעלפאון ביז ער ניצט אויס אלע קוואדער'ס.

נחמי' שטייט דארט, דאס הארץ גייט אים אויס פאר דעם אינגערמאן, אזוי זיך צו פלאגן אויף פרנסה.. איינער נאכן צווייטן זאגט מען אים אפ.. קיינער וויל אים נישט נעמען.. ער זעט ווי דער אינגערמאן גרייט זיך ארויס צו גיין, ער קען זיך נישט איינהאלטן, ער גייט צו און זאגט אים, ס'איז טאקע נישט קיין שיינע זאך זיך אינטערהערן וואס יענער רעדט, אבער כ'האב דאך געהערט.. זאג מיר וואס גייט פאר, אפשר קען איך דיך מיט עפעס העלפן, כ'וועל טוהן פאר דיר אלעס..

דער אינגערמאן צולאכט זיך.. און זאגט, אז די האסט שוין יא מיטגעהאלטען וואס כ'האב גערעדט, וועל איך דיר זאגן וואס דא איז געווען, מיין ביזנעס איז טאקע ,landscaping אבער איך הייס נישט בלומענפעלד.. איך ארבייט זייער שווער פאר מיינע קאסטומער'ס, זומער אין די היצן מיט די גראז און ביימער, ווינטער אין די פרעסט פיץ איך די שניי, מ'צאלט מיך טאקע זייער שיין, אבער קיין ווארט הער איך נישט פון קיינעם, נישט קיין ש'כח, נישט קיין קאמפלימענט ווי שיין מיין ארבייט איז, ס'פעלט מיך אויס כדי צו קענען אנגיין ווייטער, צו הערן אז מ'איז צופרידן פון מיך.

וואס טוה איך? כ'רוף מיינע סטעדי קאסטומער'ס, ווי למשל א קאמפעטישען רופט, כ'לייג זיי פאר בעסערע פרייזן, בעסערע סערוויס, נאר צו הערן פון זיי איינס ביי איינס, ווי שטארק זיי זענען צופרידן פון דער וואס מאכט עס ביז יעצט ביי זיי..

די מציאות איז, אז יעדער דארף א גוט ווארט, א קאמפלימענט, א קלאפ אין רוקן, (אדער א לייק..) מ'קען מיט אזא קלייניקייט ראטעווען א מענטש, צו א גוט ווארט פארשטייט יעדער.. און אויב איינער ווארפט צוריק א קאמפלימענט, מיינט עס פשוט אז ער וויל עס הערן נאכאמאל..

און פארשטייט זיך, אז פאר זיך אליינס מעג מען אויך אמאל גיבן א גוט ווארט.

נו זאג שוין עפעס...

קאצקע ציקער » דאנערשטאג סעפטעמבער 1, 2016 2:08 am

· #348035
א גיטע איידוע

פעינטער » דאנערשטאג סעפטעמבער 1, 2016 8:59 am

· #348043
שטארק שטארק

שקויח פארן שרייבען די ארטיקעל זייער שיין געשריבען.

ווייל אזוי » דאנערשטאג סעפטעמבער 1, 2016 12:11 pm

· #348061
געווענדליך פטר איך מיך פון א שיין ארטיקל מיט א לייק אבער דא מוז איך שוין שרייבן אויך.

ס'איז זייער שיין געשריבן און די געדאנק איז געוואלדיג איך האב נישט געחלומ'ט אז ס'איז נאך א לייק אשכול...

געוואלדיג » דאנערשטאג סעפטעמבער 1, 2016 1:32 pm

· #348068
וואס האסטו געטוהן, איך האב פראבירט און מיינע קאסטומערס האבן איינס ביי איינס זיך צוגעכאפט צום געשעפט, וויאזוי דריי איך צוריק דעם דאשיק?

דער דאס » דאנערשטאג סעפטעמבער 1, 2016 2:45 pm

· #348070
כ'קען נישט גלייבן, די האסט א קאמפעטישען? ווער קען זיך בכלל פארמעסטן מיט דיך, ביסט דאך געוואלדיג!

סימפל » דאנערשטאג סעפטעמבער 1, 2016 2:45 pm

· #348071
געוואלדיג
וואס האסטו געטוהן, איך האב פראבירט און מיינע קאסטומערס האבן איינס ביי איינס זיך צוגעכאפט צום געשעפט, וויאזוי דריי איך צוריק דעם דאשיק?

כאטש יעצט ווייסטו אז דו דארפסט געבן בעסערע סערוויס.

פערינא » דאנערשטאג סעפטעמבער 1, 2016 3:12 pm

· #348073
איך קען איינער וואס צוויי ביזנעס אין די זעלבע ליין. איינס גיט ער ערשט קלאסיגע סערוויס און בעט שיין באצאלט. און די אנדערע אביוזט ער זיינע קאסטומערס און בעט טאקע ביליג. אז איינער קאמפלעינט שיקט ער אים צום קאמפעטישען.

קאצקע ציקער » דאנערשטאג סעפטעמבער 1, 2016 3:23 pm

· #348075
קדם טוט אזוי. אז דו ביסט נישט צופרידן פון קדם קענסטו ג'יין צו גפן ס'גייט סיי ווי צו דער זעלבע טאש

קלוגע יודל » דאנערשטאג סעפטעמבער 1, 2016 4:46 pm

· #348083
Re: אאאאא גוט ווארט..
קאצקע ציקער
קדם טוט אזוי. אז דו ביסט נישט צופרידן פון קדם קענסטו ג'יין צו גפן ס'גייט סיי ווי צו דער זעלבע טאש


און אויב די ביסט נישט צופרידן פון גפן, קענסטו גיין צו גדולה (gedilla), און אויב ביסטו נאך אלס נישט צופרידן קענסטו ג'יין צו קמח.

אבער זיי זענען נישט די איינציגסטע:

אויב די ביסט נישט צופרידן פון ליבערס קענסטו גיין צו שווארץ.

אויב די ביסט נישט צופרידן פון מהדרין קענסטו גיין צו J & J, אויב ביסטו נאך אלס נישט צופרידן קענסטו ג'יין צו גבעת.

איך בין זעכער אז די ליסט איז אסאך לענגער, נאר נישט אלס ווייס איך.

קאצקע ציקער » דאנערשטאג סעפטעמבער 1, 2016 4:48 pm

· #348084
גפן איז קמח? Never knew

קלוגע יודל » דאנערשטאג סעפטעמבער 1, 2016 4:50 pm

· #348085
Re: אאאאא גוט ווארט..
קאצקע ציקער
גפן איז קמח? Never new

ליגט מיר אזוי אין קאפ, זיי האבן לעצטענס גע'עפנט איין גרויסע קאמפאני kenover, וואס אונטער דעם זענען אלע אנדערע קאמפעניס.

Never 'K'new, מיט א K

קאצקע ציקער » דאנערשטאג סעפטעמבער 1, 2016 5:41 pm

· #348087
גערעכט... וואס זאל איך טאן אז איך האב געווארפן פיטשעס אויף מיין טיטשער..

אלטר פ » דאנערשטאג סעפטעמבער 1, 2016 11:33 pm

· #348138
Re: אאאאא גוט ווארט..
I have the opposite problem I'm working for a company for 3 months already and I never heard any compliment from my manager or my boss anybody has any idea how I can figure out if they're happy from me or if I'm going to get fired any day?

קאצקע ציקער » פרייטאג סעפטעמבער 2, 2016 12:49 am

· #348148
טראכט צו דו אין דיין באס'ס פלאץ וואלסטו ווען הנאה געהאט פון אזא ארבייטער ווי דיר. אויב זאגסטו יא מיינט אז ער האט הנאה פון דיר.

דאס איז די בעסטע וועג פון טשעקן. פארשטייט זיך נאר אז דו ווילסט זיין אויפריכטיג מיט זיך אליינס.

berlbalaguleh » פרייטאג סעפטעמבער 2, 2016 1:09 am

· #348150
אלטר פ
I have the opposite problem I'm working for a company for 3 months already and I never heard any compliment from my manager or my boss anybody has any idea how I can figure out if they're happy from me or if I'm going to get fired any day?

Alter P. I have an excellent idea how you can find out if your boss and/or manager are happy with your work at the company. But it's a bit risky. The next time you run into one of them, just tell them that you are extremely dissatisfied about a certain condition at the office. You can make something up. Also tell them that you are seriously considering resigning from your job. And watch their reaction. If they tell you that they're sorry to hear that you're not happy. And they promise to change things. And they beg you to stay at the company, you will know that they're happy with your performance. If, on the other hand they will gladly accept your resignation. And also beg you a favor to please make sure to close the door tight from the other side, you will know for sure that they were unhappy with your work...!

גראף » פרייטאג סעפטעמבער 2, 2016 1:32 am

· #348152
Re: אאאאא גוט ווארט..
I'm sorry Reb Berel but I would advise against using your tip.

berlbalaguleh » פרייטאג סעפטעמבער 2, 2016 1:40 am

· #348153
גראף
I'm sorry Reb Berel but I would advise against using your tip.

Yes. But I told him in the beginning that it's a risky move. That just illustrates that a lot of people are threatening to resign, when they're not really ready. They put themselves into a corner. Because their boss might take them up on their offer... 😂 🙄

סימפל » פרייטאג סעפטעמבער 2, 2016 2:18 am

· #348157
אלטר פ
I have the opposite problem I'm working for a company for 3 months already and I never heard any compliment from my manager or my boss anybody has any idea how I can figure out if they're happy from me or if I'm going to get fired any day?

You're asking two separate questions, the fact that you don't hear any compliments from your superiors is unfortunate but let's face it, most people don't give any compliments that often. think about yourself, when was the last time you complimented someone?... (Let me tell you, I think you're doing an awesome job!... You're welcome.) Obviously the best thing would be to ask you boss yourself but in most cases that's not so simple. so think about it yourself, does the job get done in a proper way? Can they rely on you? or you're playing hookey... and don't forget 3 months in a job might still be early to judge. Hatzlocha Rabeh!

פעינטער » פרייטאג סעפטעמבער 2, 2016 9:05 am

· #348166
If your boss and or manager dont tell u nothing or asking u anything. This is a sign that thay r happy and u r doing the job, a boss is not a father or a teacher,
I understand it's working much better when u r getting compliments, but it will feel much better when ull c it on your next paycheck (raise). Not every few min another compliment. Wait a bit chap nisht kein heisa lukshen

דער דאס » פרייטאג סעפטעמבער 2, 2016 11:03 am

· #348174
סארי פאר שרייבן און יודיש.

האט איינער שוין אמאל פרובירט צו רעדן קלאר און אפן?

פאר עטליכע יאר צוריק ווען כ'האב אנגעפאנגען ארבייטן, נאך בערך א חודש האב איך געפרעגט מיין באאס, היות איך בין זייער צופרידן צו ארבייטן פאר דיך, זיי אזוי גוט און זאג מיך, ביסטו צופרידן פון מיך? מאך איך א גוטע זשאב? ער איז געווען אביסל שאקירט, (ער איז זייער א פארמאכטע מענטש) אבער ס'האט אים געפאלן, און געס וואט.. כ'האב באקומען א רעיז.. און אזוי טוה נאך היינט, כ'זאג אפן אלעס, און כ'ווארף אריין 'א גוט ווארט' פון צייט צו צייט.

כ'ווייס אז ס'איז שווער צו זיין אפן, אבער פון די אנדערע זייט, האלט איך אז ס'איז די גרינג'סטע וועג צו וויסן אויב מ'איז צו צופרידן פון דיך.

שלום על ישראל » פרייטאג סעפטעמבער 2, 2016 11:30 am

· #348177
דער דאס
סארי פאר שרייבן און יודיש.

🙂 😂

קאצקע ציקער » מאנטאג סעפטעמבער 5, 2016 4:39 pm

· #348452
דער דאס
סארי פאר שרייבן און יודיש.

האט איינער שוין אמאל פרובירט צו רעדן קלאר און אפן?

פאר עטליכע יאר צוריק ווען כ'האב אנגעפאנגען ארבייטן, נאך בערך א חודש האב איך געפרעגט מיין באאס, היות איך בין זייער צופרידן צו ארבייטן פאר דיך, זיי אזוי גוט און זאג מיך, ביסטו צופרידן פון מיך? מאך איך א גוטע זשאב? ער איז געווען אביסל שאקירט, (ער איז זייער א פארמאכטע מענטש) אבער ס'האט אים געפאלן, און געס וואט.. כ'האב באקומען א רעיז.. און אזוי טוה נאך היינט, כ'זאג אפן אלעס, און כ'ווארף אריין 'א גוט ווארט' פון צייט צו צייט.

כ'ווייס אז ס'איז שווער צו זיין אפן, אבער פון די אנדערע זייט, האלט איך אז ס'איז די גרינג'סטע וועג צו וויסן אויב מ'איז צו צופרידן פון דיך.

מיט אזא קאנפידענס קעסטו דאך עפענען אן אייגענע ביזנעס... דארפסט נישט זיצן אין ארבעטען ביי א באאס

שמעקעדיג » דינסטאג סעפטעמבער 6, 2016 10:57 am

· #348537
עס זענען פאראן מאנכע ניקס וואס מיינען אז אויב איימיצער האט פונקט פארלוירן זיין אידישן קיעבארד און פרעגט עפעס אן אין ענגליש, מוז מען ענטפערן ווי א גוי, אין ענגליש!
וואט דע העק?
אאא, א גוט ווארט...

berlbalaguleh » דינסטאג סעפטעמבער 6, 2016 5:40 pm

· #348615
שמעקעדיג
עס זענען פאראן מאנכע ניקס וואס מיינען אז אויב איימיצער האט פונקט פארלוירן זיין אידישן קיעבארד און פרעגט עפעס אן אין ענגליש, מוז מען ענטפערן ווי א גוי, אין ענגליש!
וואט דע העק?
אאא, א גוט ווארט...

שמעקעדיג: ברוב ענוותנותי ווייס איך פאר זיכער אז דו מיינסט טאקע מיך. און נאר מיך. אוודאי קען איך נישט רעדן פאר א צווייטן. אבער אפשר איז כדאי דן צו זיין לכף זכות. אפשר האביך פונקט נישט קיין צוטריט צו א אידישן קיעבאורד. והשנית. ס'קען זיין אז יענער מענטש קען פונקט נישט קיין אידיש. דאמאלס מפני כבוד הבריות, וועלל איך איהם ענטפערן אין זיין שפראך. איך ווייס פון מיר אליינס. אין די בראשית יארן פון קאווע שטיבל. און פון מיינע בראשית יארן אויף קאווע שטיבל איז געווען א סאך מאל אין זומער ווען כ'בין אווקגעפארן אויף די וויעקענד (מאדערן, רח"ל) שבת-זונטיג. און דארט ווי איך בין איינגעשטאנען האביך נישט געהאט קיין צוטריט צו א קאמפיוטער מיט אידיש. אבער ס'האט מיר געברענט די התלהבות צו שרייבן. האביך געשריבן אויף ענגליש...!
והוי דן את כל האדם לכף זכות...!
שוין באלד אזוי ווי דער בלאט וואס ברענגט א פסוק וואס שטימט פונקטלעך אזוי ווי טענו בחיטים והודה לו בשעורים...!
אדער ווי א פאטש צו גוט שאבעס... 😂

שמעקעדיג » דינסטאג סעפטעמבער 6, 2016 5:58 pm

· #348620
איי ר' בערל דו ביסט זיס, אבער עס איז כדאי צו וויסן אז ווער עס קען נישט קיין אידיש שרייבט נישט און לייענט נישט דא, ממילא איז נישט שייך קיין כבוד הבריות...
חוץ פאר בן נריהו, ענטפערסטו דאך שוין ממילא בלשונו אין דזשארגאן דייטש, (זיך נישט טועה זיין מיט דויטש זכותו יגון) 😛
אגב, קענסט שרייבן אורוגווי'איש אויכעט? ווי אזוי זאגט מען מצטט לבטלה אין ספאניאליש?

איך אויך » דינסטאג סעפטעמבער 6, 2016 8:28 pm

· #348632
Citando vano.

berlbalaguleh » מיטוואך סעפטעמבער 7, 2016 10:31 pm

· #348813
איך אויך
Citando vano.

Al Senor...Yo Tambien. Usted viene de Argentina o el Uruguay...?
פאר ווער ס'פארשטייט נישט, קען איך עס איבערטייטשן אויף אונגאריש... 😂 🙄

דער דאס » מיטוואך סעפטעמבער 7, 2016 10:34 pm

· #348814
דאס איז א גוט ווארט..

berlbalaguleh » מיטוואך סעפטעמבער 7, 2016 10:39 pm

· #348815
דער דאס
דאס איז א גוט ווארט..

דער דאס: פארשטאנת...? קודם האביך געמיינט אז איך אויך רעדט טאקע מקורות'דיג ספאניש. פון דערהעים. האביך איהם געפרעגט אויף היספאניאליש אויב ער קומט פון ארגענטינע אדער אורוגוויי. אבער נאכדעם האביך געכאפט אז ס'איז דא א גאון וואס ער קען (כמעט) אלע שפראכן. ער הייסט גוגל טרענסלעיט...!