☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » פאעזיע » מיין ליבע געזאנג

מיין ליבע געזאנג

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10844

mevakesh » זונטאג אוגוסט 28, 2016 4:50 pm

· #347514
מיין ליבע געזאנג
מיין אינערליכע קוואל פון לעבן

טוט אלס צו טיפקייט שטרעבן

עס וויל זיך באהעפטן ווי איין

צו דעם כוח וואס מאכט אלס שטיין

 

עס איז בעסער ווי דער בעסטע וויין

פארוואס ווייס איך נישט אליין

אויף ליבשאפט איז נישט דא קיין מיין

אהן דעם קען איך פון דא שוין גיין

 

איך ווייס נישט וואס דו ביסט

אבער דיין שמעק צו מיר עס גיסט

אין מיר עס טוט ציען און טוליען

צו דעם זיסער פארבארגענע זיך שלענגלען
 

הייב מיר ארויס פון מיין לאך

נאר לויפן צו דיר וועל איך דאך

ארומגענומען מיט פיהלע שטרעבען

אבער גליק האב איך נאר אין דיין וועזן

 

דער גליק איז נישט געוואנדען אין זאכן

וואס צום ענדע וועל איך קענען טאפן

נאר ריינע גראדע ליבע

וואס האט נישט קיין ענדע און אייביג א טיפע

 

איך בין טאקע שמוציג ביז גאר

פון דערויסען פיהל מיט האר

אבער אינערוויניג בין איך לויטער

נאר פארדעקט מיט אסאך אייטער

 

איך בין פארנומען מיט די פעלדער

מיט די יאגעניש און געפילדער

צוליעב דעם פארגעס איך צומאל

צו באוואסערען מיין אייגענע טאל

 

זאג מיר ווי דו לאזט אפדרוקען

גרויסע קליינע אדער נאר פלעקן

אזוי וועל איך קענען זוכען

און נישט ארומוואנדערען ווי א בלינדען

 

די בעסטע וואס איך קען דיר פיהרן

ווי דו קענסט זעהן מיינע שפיערען

איז מיטן באטראכטן דיינע גלייכען

דער שיין וואס טוט דוירעך זיי ארויס לייכטען

 

קוק אריין אין א יעדע מענטש

ווי טיעף און טייער עס איז געבענטשט

אין די אלע בין איך באהאלטען

טרעפן וועסטו מיר און מער נישט שיידען

 

געבויעט טיילווייז אויף שיר השירים פסוק א-ח לויטן פירוש פונעם מלבים

רויטע וואנצעס » מאנטאג אוגוסט 29, 2016 3:43 am

· #347576
ריין הארציגע דיבורים של אהבה! יישר כח!

שמעקעדיג » מאנטאג אוגוסט 29, 2016 5:28 am

· #347578
גם אני מצטרף, הארציג שיין!

דערמאנט אביסל די אלטע שירים פון בן תמליון ז"ל
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/995">viewtopic.php?f=50&t=995</a><!-- l -->

וואלווי » מאנטאג אוגוסט 29, 2016 2:48 pm

· #347632
מלא רגש און זיייער טיף. keep it coming !