נתיבות שלום - ברכת אברהם - וואס איז דארט געווען?
מיר האלטן יעצט קורץ נאך די יארצייט פון האי חכם האי צדיק, כ"ק מרן מאור הגולה האדמו"ר בעל הנתיבות שלום מסלונים זצוק"ל, א צדיק וואס האט אין אונזערע צייטן באלויכטן די אויגן פון צענדליגע טויזנטע אידן, פון אלע שיכטן און קרייזן, און זיינע ספרים זענען ביז היינט נאך אור לרגליהם פון אלע סארט שטערמונגען און שיכטן, אנגעהויבן פון חסידי'שע אידן, ביז ליטווישע, ספרדים און מזרחי אידן מיט קליינע קאפלעך, צענדליגע טויזנטע אידן זענען נהנה פון זיינע ספרים און שעפן דערפון חיות דקדושה אויף א מאסנשטאבליכער פארנעם.
עס וואלט שיין געווען דורכצושמועסן א נושא, וואס האט ליידער קיינמאל נישט באקומען געהעריגע דעקונג אין קיין שום אידישע ארט, און אויסער א ווארט דא און א ווארט דארט, האט נאך קיינער נישט געהעריג באשריבן דעם נושא פון אלע שטאנדפונקטן און קוק-וואונקלען. וויבאלד קאווע שטיבל איז דער ארט וואו זאכן קענען אויסגעשמועסט ווערן מיט א ברייטקייט, און בעבר האבן זיך שוין געעפנט אזוינע אשכולות וואו מען האט דורכגעשמועסט שטילע פרשיות ביי כלל-ישראל, וואס האט געווארפן א פרישער ליכט אויף תקופות, וואלט דעריבער געווען די פאסיגסטע פלאץ און די פאסיגסטע צייט אויפצוקלערן און דורכשמועסן אויך די דאזיגע נושא.
געווען איז דאס אין יאר תשי"ד לפ"ק, גראד נאך די פטירה פון הרה"ק רבי מאטל מסלונים זצ"ל, ווען די סלונימער חסידים האבן זיך געפינען אן קיין איש על העדה און מנהיג וואס זאל זיי פירן, מען האט דעמאלס געקלערט וואס מען זאל טון און וועמען מען זאל אויפנעמען אלס רבי. פארשידענע פארשלאגן זענען דעמאלס געווען אויפן טיש, ווען אין ענדע האט מען ארויסגעשטעלט עטליכע קאנדידאטן וואס זענען ראוי אויף די מעמד פון רבי, מען האט געמאכט וואלן און איינער האט געוואונען.
למען האמת, האט סלונים א לאנגע היסטאריע מיט אויפנעמען זייערע רבי'ס, דוכט זיך אז קיין איין רבי איז ביי זיי נישט אויפגענומען געווארן גלאטיג, נאר מיט א פרשה. נאך די פטירה פון דער יסוד-העבודה, האט דער זוהן, הרה"צ ר' מיכל אהרן זצ"ל, נישט געוואלט ווערן קיין רבי, איז געבליבן עטליכע אויסוואלן, עס איז געווען ר' משה מידנער, אדער א זוהן פון ר' מיכל אהרן, דער שפעטער-באקאנטער דברי שמואל פון סלונים, ווי אויך איז געווען אן איידעם פון דער יסוד-העבודה, הרה"ק רבי משה מרדכי מקוברין זצ"ל. סיי דער דברי שמואל און סיי ר' משה מידנער האבן געשטיפט אז ר' משה מרדכי זאל ווערן רבי. מען האט דעמאלס געמאכט אסיפות און מען האט באשלאסן אז מען נעמט אויף אלס רבי דעם דברי שמואל.
נאך די פטירה פון דעם דברי שמואל, האט ער איבערגעלאזט צוויי קינדער, האט דער עלטערער זוהן איבערגענומען אין סלונים, און דער יונגערער זוהן איז געווען דער בית-אברהם, ער האט איבערגענומען אין ביאליסטאק און שפעטער אין בראנאוויטש. נאך די פטירה פון דעם בית-אברהם, איז ווידער געווען א שאלה, צי מען זאל אויפנעמען דעם רבי'נס איינציגסטער זוהן, וועלכער איז דעמאלס געווען נאך א בחור, אדער זאל מען אויפנעמען ר' אברהם - דעם רבי'נס ברודער'ס זוהן, וואס האט געזאלט איבערנעמען ביידע חסידות'ן, זיין טאטע'ס חסידות און זיין פעטער'ס חסידות. עס איז דעמאלס געווען א גרויסער גאראטשקע, וואס אויך דערויף איז פאראן דעות חולקות וואס דארט איז געווען. די סלונימער טענה'ען אז ר' אברהמ'ל איז אנגעקומען און געוואלט נעמען די חסידות בידיים, ער האט עס אפן געפאדערט, און דער עולם האט דאס נישט ליב געהאט. ווידער אנדערע מקורות וואס באשרייבן דעם ר' אברהמ'ל טענה'ען, אז מען האט זיך איינגעבעטן ביי אים אז ער זאל קומען איבערנעמען די רביס'טעווע, און ער האט קודם נישט געוואלט, ביז מען האט אים ממש כמעט געצווינגען דערצו, און רוב עולם האט אים אויפגענומען אלס רבי, ביז עס זענען געקומען אפאר מחרחרי ריב און אנגעהויבן צו מאכן אן איבערקערעניש, וואס ער וואלט דאס רואיג געקענט מסדר זיין בידיים תקופות, אבער זייענדיג אן איש השלום, איז ער אנטלאפן פון די גאנצע זאך און געפארן וואוינען אויף ארץ-ישראל.
אויף די דאזיגע מעשה איז אויך פאראן עטליכע גרסאות. איין זאך איז זיכער, אז אין יענע תקופה איז געקומען צו פארן פון טבריא קיין בראנאוויטש, דער ברכת אברהם, וועלכער איז מיט יארן שפעטער אליין געווארן סלונימער רבי, ער איז געקומען זיך אננעמען פארן יונגן זוהן פונעם בית-אברהם, וועלכער איז נאך געווען א בחור, און גע'שתדל'ט לטובתו. עס דארף באמערקט ווערן אז אין טבריא איז דעמאלס געווען א גרויסער סלונימער חבריא, מעגליך נאך גרעסער ווי אין בראנאוויטש זעלבסט, און זיי האבן געהאט א גרויסער דעה און ווארט אין די גאנצע סאמעטוכע. דער ברכת אברהם איז דאן געקומען צו פארן און מען האט מכתיר געווען דעם בחור, וועלכער האט באקומען דעם צונאמען "דער יונגער רבי". א שמועה האב איך אמאל געהערט, אז די ארץ-ישראל'דיגע חסידים - וועלכע זענען געווען דבוק בכל לבם ונפשם צום בית-אברהם זצ"ל - האבן געוואלט אויפנעמען אלס רבי זיין זוהן, דעם יונגן רבי. ווידער דער ציבור אין בראנאוויטש האט ענדערש געוואלט ר' אברהמ'ל, וועלכער איז געווען עלטער און אויך א תלמיד-חכם. אויך האב איך געהערט פון זקנים, אז עס האט געפעלט א האר אז ר' אברהמ'ל זאל ווערן רבי, די אנהענגער פון יונגן רבי האבן שווער געדארפט ארבעטן אז דער יונגער רבי זאל איבערנעמען, למעשה איז דער ברכת אברהם געקומען, און מיט זיין השפעה האט מען געקרוינט דעם יונגן רבי אלס רבי. (דיסקלעמער, וויבאלד עס איז אין ערגעץ נישט געשריבן געווארן, איז רב בו החתום על הגלוי, און איך שרייב זאכן מפי השמועה, וואס איך נעם נישט קיין פולן אחריות דערויף).
למעשה האט זיך דאס ארויסגעשטעלט אלס טובה פאר ר' אברהמ'ל, צוליב דעם וואס ער איז ארויפגעקומען קיין ארץ-ישראל און געראטעוועט געווארן פונעם קריג, און איבערגעלעבט אין ארץ-ישראל.
נאכן קריג, האבן די חסידים אין ארץ-ישראל איינגעזען אז דער יונגער רבי איז ליידער נסתלק געווארן אין קריג, האט מען גענומען רעדן פון אויפנעמען א רבי'ן. די זאך האט זיך פארצויגן ביז אין יאר תש"י, ווען עס איז אויפגענומען געווארן אלס רבי, הרה"ק ר' מאטל סלונים זצוק"ל. למעשה האט ער זיך נישט געלאזט רופן מיטן טיטל 'רבי' און אפילו געהייסן אריינדרוקן אין זיין ספר אז ווער עס רופט אים 'רבי' איז ער אים נישט מוחל בזה ובבא, א זאך וואס דער מדפיס האט נישט געפאלגט און נישט אריינגעדרוקט.
אין יאר תשי"ד לפ"ק איז ר' מאטל נסתלק געווארן לעולמו און עס איז ווידער געווארן א שאלה איבער די רבי'סטעווע אין סלונים. עס זענען דעמאלס געווען פיר קאנדידאטן, און דא הויבט מען אן צו טאפן א וואנט, עס זענען פאראן דעות חלוקות וואס דא איז פארגעקומען, מאיזה סיבה רעדט מען נישט געהעריג דערפון, און אפילו די אלטע וואס דארפן דאס געדענקען, רעדן ווייניג דערפון. איך וועל שרייבן עטליכע גרסאות וואס איך האב געהערט, ובוחר יבחר, יעדער קען צולייגן וואס ער האט געהערט, דן זיין און רעדן, אפשר וועט זיך עפעס אויסקלארן דא.
עס זענען געווען פיר קאנדידאטן: א. דער ברכת אברהם (וואס איז למעשה געווארן רבי), ב. זיין איידעם, דער נתיבות שלום (וואס האט למעשה איבערגענומען נאכן פטירה פון זיין שווער דער ברכת אברהם - ער איז געשטיפט געווארן דורך די יונגע מבני החבורה), ג. ר' אהרן יוסף לוריא - בעל עבודת פנים, ד. ר' מתתיהו לוריא - מחשובי החבריא.
אריינצוגיין אין די נקודה פונעם בעל נתיבות שלום זצ"ל, דער עצם פאקט אז ער איז געווען א קאנדידאט צו ווערן א רבי אין אזא יונגע עלטער, ווייזט אויף זיין פנימיות'דיגן גדלות הנפש, ער האט בפועל געטון מיט די יונגעלייט און בחורים אין סלונים און בכלל פיל געטון פאר די אויפבוי פון סלונים נאכן קריג.
אצינד זענען פאראן עטליכע גרסאות וואס דא איז געשען:
איין גירסא האב איך געהערט, אז אין די ערשטע רונדע פון וואלן איז ארויסגעפאלן דער בעל עבודת פנים מיטן נתיבות שלום, אזוי אז ביים צווייטן רונדע פון וואלן איז געווען אן אויסוואל צווישן דער ברכת אברהם און ר' מתתיהו לוריא זצ"ל. למעשה האט ר' מתתיהו געוואונען מיט א שמאלע מערהייט, אלס רבי פאר חסידי סלונים. דעם קומענדיגן אינדערפרי איז ר' מתתיהו צוריקגעקומען אז זיין רביצין איז בשום אופן נישט מסכים אז ער זאל איבערנעמען די רבי'סטעווע, און דעריבער ציעט ער זיך ארויס פוןן די גאנצע זאך. איבערגעבליבן איז דעריבער בלויז דער ברכת אברהם, און ער איז געווארן דער פאקטישער רבי אויף חסידי סלונים.
צווישן טייל חסידי סלונים ווערט דערציילט אז דער נתיבות שלום האט למעשה געוואונען די וואלן און ער וואלט געדארפט ווערן רבי, אבער ער האט מכתיר געווען זיין שווער אלס רבי פאר חסידי סלונים (דאס איז א פיינער הסבר אויף די פרשה וואס איז געשען אין יאר תשמ"א וד"ל). מען דארף נעמען אין באטראכט אז דער ברכת אברהם איז שוין געווען אן עלטערער איד ביים ווערן א רבי און דער איידעם האט אים אויפגענומען אלס רבי (עד...).
ווידער ווערט דערציילט א מעשה, אז דער נתיבות שלום האט בעצם געהאט דעם רוב פון די בני החבריא (וואס זענען געווען מער פון די יונגע). א נאכט פאר די וואלן האט ער צוזאמענגערופן זיין עולם אלס א הכנה פאר די בחירות, דארט האט ער סופרייזפול באפוילן פאר יעדן איינעם, אז מען זאל שטימען פאר זיין שווער אלס רבי, אז דער שווער זאל ווערן דער רבי. פארשטייט זיך, אז וויבאלד דער רוב חבריא האט געשטימט פארן ברכת אברהם, בפקידת הנתיבות שלום, איז ער געווארן דער פאקטישער רבי.
נאך א ווערסיע האב איך געהערט פון אן עלטערן איד, נישט קיין סלונימער, אבער ער האט דעמאלס געוואוינט אין טבריא און מיטגעהאלטן פון די נאנט די גאנצע געשיכטע און כסדר געהערט באריכטן. יענער זאגט אז נישט דער נתיבות און נישט דער ברכת האבן געהאט א שאנס צו געוואונען, און מסתמא וואלט געוואונען די וואלן ר' מתתיהו לוריא. דער נתיבות האט למעשה פארשטאנען אז ער וועט נישט אויסדערוועלט ווערן פאר רבי האט ער געטון א מעשה (א פאליטיקאנט איז ער פארט געווען...), ער האט געהייסן זיין ציבור שטימען פארן שווער מפני כבוד חמיו (און א דאנק דעם איז די רביס'טעווע אנגעקומען צו אים, ביום מן הימים)... ווען נישט דאס, וואלט נישט דער נתיבות און נישט דער ברכת, קיינמאל נישט אנגעקומען צו דעם שטאפל פון רבי'סטעווע (אויסער אויב דער נתיבות וואלט געמאכט שבת פאר זיך מיט זיין עולם).
דער אמת אין דעם ענין, איז לגמרי נישט אזוי קלאר, און עס זענען פאראן פיל נגיעות צו דערציילן די מעשה אזוי צי אזוי. מען דארף אין באטראכט נעמען, אז די דאזיגע פרק אין געשיכטע, האט געלאזט א טיפע השפעה אויף אנטוויקלונגען אין סלונים במשך יארן שפעטער, אזוי אז יעדער זייט פראבירט צו דערציילן די מעשה אויפן אן אופן, אז עס זאל שטימען מיט די אגענדעס פון זייער זייט, דעריבער איז שווער ארויסצוהאבן די אמת'ע געשיכטע איבער די וואלן.
והבוחר יבחר.