☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » עסן מיט יענעם קוגל, נאר ווען ס'זעהט אויס כ'קוק אין שפיגל

עסן מיט יענעם קוגל, נאר ווען ס'זעהט אויס כ'קוק אין שפיגל

11 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10836

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג אוגוסט 25, 2016 8:34 pm

· #347311
עסן מיט יענעם קוגל, נאר ווען ס'זעהט אויס כ'קוק אין שפיגל
לעבן אין א באקס
נישט גיין מיט קראקס
א גארטל אויפן מאגן
אויב נישט וואס וועט מען זאגן
סניקערס מאדערן
טריפל זירא זיך שערן
א מיני ווען זייער ברייט
א דירה זייער טייט
אין סטארעזש די דיינונג רום טיש
אלץ צו קענען באקומען די מאמע'ס פיש
א ברייטע שמחה מוז מען מאכן
אויב נישט וועלן אלע לאכן
געלט מ'בעט צו לייען
אז קלאפן זאל די מראית העין
אויסזעהן ווי יענעם גענוי
נישט א זשעקעט ווי א גוי
עסן מיט יענעם קוגל
נאר ווען ס'זעהט אויס כ'קוק אין שפיגל
כ'האב מורא פון לענסעס במקום ברילן
"א מאדערנער" וועט מען בילן
אן אייגענע תפיסה פאר'ן לעבן
אן איינדרוק יענעם געבן
א געזעלשאפט פון בלאף
וואס זאגט יענער דערויף
מ'רופט עס היימישקייט
די סדום בעטל אבער גאר טייט
געפויעלט, כ'על גיין מיט קראקס נאר שווארץ
כ'האב דאך פארט א אידיש הארץ.

קל וחומר » דאנערשטאג אוגוסט 25, 2016 8:38 pm

· #347312
Re: עסן מיט יענעם קוגל, נאר ווען ס'זעהט אויס כ'קוק אין שפיגל
קרעפטיג!
כ'זאג דיר צו אז ליינענדיג האט זיך מיר פון זיך אליין גענומען רעפפען דעם ניגון. (האסט עס באזירט אויף א רעפ טון?)

וואלווי » דאנערשטאג אוגוסט 25, 2016 8:46 pm

· #347314
same here

זעט אויס קורצע זאצען ארבעטען גוט מיט רעפ

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג אוגוסט 25, 2016 8:49 pm

· #347315
ווען די נושא איז א ברענדיגער, איז די מעסעזש שטערקער ווען מ'שרייבט קורץ און טייט. כ'פרוביר ארויסנעמען יעדע ווארט וואס מ'קען. הוא הדין ביי רעפ איז דאס אויך די געדאנק. א ווארימע נושא איז יא בעסער צו ניצן מער לשון, אז די ווארימקייט זאל זיך בעסער זעצן אין הארץ פונעם לייענער.

סימפל » דאנערשטאג אוגוסט 25, 2016 8:54 pm

· #347316
מען קען אפשר דן זיין צו איינער וואס האט שוין סיי ווי רויטע וואנצעס צו ער קען טרעפן א היתר גיין מיט רויטע קראקס און נישט דווקא שווארצע...

וואלווי » דאנערשטאג אוגוסט 25, 2016 8:59 pm

· #347318
סימפל
מען קען אפשר דן זיין צו איינער וואס האט שוין סיי ווי רויטע וואנצעס צו ער קען טרעפן א היתר גיין מיט רויטע קראקס און נישט דווקא שווארצע...


די דיון איז נישט אזוי סימפל...

סימפל » דאנערשטאג אוגוסט 25, 2016 9:08 pm

· #347320
וואלווי
סימפל
מען קען אפשר דן זיין צו איינער וואס האט שוין סיי ווי רויטע וואנצעס צו ער קען טרעפן א היתר גיין מיט רויטע קראקס און נישט דווקא שווארצע...


די דיון איז נישט אזוי סימפל...

ספעציעל ווען עס איז נישט דא קיין שום פלאץ ווי מען קען גיין נאך קוקען די שורש פונעם דין.

וואלווי » דאנערשטאג אוגוסט 25, 2016 9:36 pm

· #347326
סימפל
וואלווי
סימפל
מען קען אפשר דן זיין צו איינער וואס האט שוין סיי ווי רויטע וואנצעס צו ער קען טרעפן א היתר גיין מיט רויטע קראקס און נישט דווקא שווארצע...


די דיון איז נישט אזוי סימפל...

ספעציעל ווען עס איז נישט דא קיין שום פלאץ ווי מען קען גיין נאך קוקען די שורש פונעם דין.


עיין כאן האיך נהגו בעיר זו: <a class="postlink" href="https://he.wikipedia.org/wiki/%D7%A7%D7%A8%D7%90%D7%A7%D7%A1">https://he.wikipedia.org/wiki/%D7%A7%D7 ... 7%A7%D7%A1</a>

און דער האט זיך יא געמושטעט אויף די נושא פון קראקס: <a class="postlink" href="http://www.ykr.org.il/modules/Ask/answer/8448">http://www.ykr.org.il/modules/Ask/answer/8448</a>

דער דאס » פרייטאג אוגוסט 26, 2016 12:22 am

· #347347
רויטע וואנצעס
.


wow דאס איז אייזן שטארק.. קורץ און שארף, ווי מ'זאגט.

שבת אחים » פרייטאג אוגוסט 26, 2016 3:29 am

· #347360
רויטע, א געוועזענע קאווע איד וואס מ׳האט פארטריבן קיין פאליש אין גלות אריין וואלט דיר געוואלט מודיע זיין איין זאך פאר ער גייט, דו ביסט צוקער זיס! דעטס אלל! חזק ואמץ!

אייז קריעם » דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 9:51 pm

· #349567
קל וחומר
קרעפטיג!
כ'זאג דיר צו אז ליינענדיג האט זיך מיר פון זיך אליין גענומען רעפפען דעם ניגון. (האסט עס באזירט אויף א רעפ טון?)

צריך לומר בניגון "אלי ציון"