☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » אשכול אן א טיטל #10827

אשכול אן א טיטל #10827

42 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10827

— » דינסטאג אוגוסט 23, 2016 11:21 pm

· #346988

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

שמעקעדיג » דינסטאג אוגוסט 23, 2016 11:38 pm

· #346993
😂 😂

נהורא נפישא » דינסטאג אוגוסט 23, 2016 11:45 pm

· #346995
מתכבד בקלון חבירו ?

שבת אחים » מיטוואך אוגוסט 24, 2016 12:16 am

· #347002
וואס האנדלט זיך דא? קען עמיצער מסביר זיין.

moshav zekeinim » מיטוואך אוגוסט 24, 2016 12:18 am

· #347003
עס ברענגט נישט ארויס מיין כאראקטער און אקטיוויטעט אין שטיבל, חקירה׳לעך, אנטראפאלאגיע, נגינה, און אנטי חרדיזם.

דער דאס » מיטוואך אוגוסט 24, 2016 1:18 am

· #347012
קען זיין, (סארי פאר זיך אריינמישן) אבער ס'זעט אויס, אביסל איבער געטריבען.

קל וחומר » מיטוואך אוגוסט 24, 2016 1:20 am

· #347013
יעדער פארשטייט אז ער האט נישט געמיינט דייקא מושב, נאר די לאגער וועם ער רעפרעזענטירט.
וויבאלד ער איז דא די סימבאל פון האקן מיט פארמאכטע אויגן אויף חרדים האט ער באקומען די כיבוד און ס'איז געגאנגן אויף זיין נאמען. אבער בעצם מיינט מען נישט נאר אים.
טיפיקל פאר אזאנע מענטשן אויסצוניצן יעדע פריוועליגיע וואס חרדיזם שטעלט צו, און באלד דערנאך האקן און באקן מעשיות און עוולות וואס גאנץ חרדיזם טוט.

שטאפענע קאפעליטש » מיטוואך אוגוסט 24, 2016 1:33 am

· #347014
לכאורה איז יעדער ווארט אמת ויציב,
מדארף דיר שפארן אלץ גילוי

moshav zekeinim » מיטוואך אוגוסט 24, 2016 1:44 am

· #347015
איין זאך איז זיכער אמת, אז איך גיי מיט א שפילקע אויף מיין הארלאזע קאפ...

ביבער » מיטוואך אוגוסט 24, 2016 8:48 am

· #347025
קל וחומר

טיפיקל פאר אזאנע מענטשן אויסצוניצן יעדע פריוועליגיע וואס חרדיזם שטעלט צו, און באלד דערנאך האקן און באקן מעשיות און עוולות וואס גאנץ חרדיזם טוט.

דערמאנט מיר פון די וואס האקן אויף אמעריקאניזם אבער לעבן אויף זייערע פראגראמען.

אפשר » מיטוואך אוגוסט 24, 2016 9:40 am

· #347034
זייער שיין אראפגילייגט א געוויסן טיפ, אבער מושב סאונד בכלל נישט ווי די אפגעריסענע גרוש ווי אראפגעלייגט דא.

moshav zekeinim » מיטוואך אוגוסט 24, 2016 11:49 am

· #347062
קל וחומר

טיפיקל פאר אזאנע מענטשן אויסצוניצן יעדע פריוועליגיע וואס חרדיזם שטעלט צו, און באלד דערנאך האקן און באקן מעשיות און עוולות וואס גאנץ חרדיזם טוט.


סהדי במרומים אז איך האב אין די לעצטע פאר יאר פון קיין חרדי גארנישט געהאט אויסער זייער שווינדלעריי און גניבות. איך האב שוין קיין חרדי פאר די אויגן ווייסעך ווי לאנג נישט געזעהן, און איך שטיי ווייט פון זיי כמטחוי קשת.

קל וחומר » מיטוואך אוגוסט 24, 2016 11:55 am

· #347063
ניטאמאל פאלט אים איין אז ק"ש איז א חרדישע פריוועליגיע וואס דולט אים לפנים משורת הדין.

#פארמאכטע_אויגן

moshav zekeinim » מיטוואך אוגוסט 24, 2016 11:59 am

· #347066
האלאו, מיט וואס ביסטו א מחותן מיטן רבש"ע מער ווי מיר?

רויטע וואנצעס » מיטוואך אוגוסט 24, 2016 12:08 pm

· #347067
מושב, איך בין א חרדי וואס האט דיר ליב אהבת נפש. ס'איז מאדנע אז איך זאג אזוי אפילו איך קען דיר נישט, אבער טראסט מיר. די אשכול ציפט מיר געפערליך אז מ'זאל א מענטש אזוי באשמייסן, אבער פארשטיי אז מענטשן זענען אנגעווייטאגט אויף דיינע טיילמאל אויסגעשפראכענע אנטי חרידיזם. יעדער דא ווייסט שוין די אלע טענות אויף חרידיזם, אבער נישט יעדער איז באהאוואנט אין מוזיק און אין אנדערע זאכן ווי דיר. אלזא, פרוביר שרייבן מער פון די געשמאקע שטאף דו האסט צו פארקויפן.

moshav zekeinim » מיטוואך אוגוסט 24, 2016 12:25 pm

· #347068
מיין תפקיד אויף דער וועלט איז צו מעורר זיין נאכאמאל און נאכאמאל קעגן די רשעי עמינו און מקור השקר . איך ווייס אז מען ווייסט די אלע טענות אבער איך וועל שרייען און שרייען נאכאמאל און נאכאמאל מדבר שקר תרחק ושומר נפשו ירחק מהכת הלזו, און אז וועט זיין אפילו איין איד וואס וועט זיך אפלאזן פון זייערע קרומע וועגן צוליב מיין געשריי פון הארץ ארויס תהיה זה שכרי.

כוכב » מיטוואך אוגוסט 24, 2016 12:27 pm

· #347069
גוד זשאב שלום, אלע קנאים און גראדע לעמעלעך זאלן זיך בארואיגן, סאיז א פיקטיווע אינטערוויו, ס'איז אין שמייכל, מושב ווייסט פינקטליך זיין מעמד אין שטיבל, ער האט אסאך מעלות אבער אויך אסאך קאנטראווערסיעס, יעדער זאל טשילן, און ווער עס פארדייט נישט קיין וויץ איז טאף לאק.

איך אויך » מיטוואך אוגוסט 24, 2016 12:46 pm

· #347070
דער מושב'ל ודעימיה פארדינט זיך עס למהדרין מן המהדרין. אבער דאך קלער איך אז קיינער וואלט נישט געוואלט מען זאל עם אויספראקן אן זיין רשות.

יעקב מענטש » מיטוואך אוגוסט 24, 2016 12:55 pm

· #347072
moshav zekeinim
מיין תפקיד אויף דער וועלט איז צו מעורר זיין נאכאמאל און נאכאמאל קעגן די רשעי עמינו און מקור השקר די חרדים. איך ווייס אז מען ווייסט די אלע טענות אויך חרדים, אבער איך וועל שרייען און שרייען נאכאמאל און נאכאמאל מדבר שקר תרחק ושומר נפשו ירחק מהכת הלזו, און אז וועט זיין אפילו איין איד וואס וועט זיך אפלאזן פון די חרדים און זייערע קרומע וועגן צוליב מיין געשריי פון הארץ ארויס תהיה זה שכרי.

פון ווי וווייסטו וואס דיין תפקיד אויף די וועלט איז ? מ'מאכט זיך נישט אליינס קיין תפקידים!

berlbalaguleh » מיטוואך אוגוסט 24, 2016 1:31 pm

· #347074
נהורא נפישא
מתכבד בקלון חבירו ?

נהורא נפישא: דו ביסט גערעכט. אויף זיין אנט-חרדיזם וועלל איך איהם אויסצופן עד הסוף. אבער נישט אראפלייגן אויף אזא אופן.
לדעתי מעג א יעדער איינער האלטן און אויסדרוקן א מיינונג וויאזוי ער וויל. פארשטייצעך נישט כפירה. (אויב איינער ליידט ח"ו אויף די מחלה, זאלל ער זיך גיין היילן. אבער ער זאלל בשום אופן נישט ארויסגעבן די סימפטאמען דא. דא איז נישט די אדרעסס פאר דעם.) נאר ווען איינער אטאקירט חרדים און חרדיזם אלס ציל. און נישט מיט א פאזיטיווע כונה, אדער סיי וועלכע גרופ, ווערט זיין מיינונג און געדאנקען דע-וואליואירט. און ער קען ערווארטן שארפע קאנטער-אטאקעס.אט דאס אלעס פאלט אונטער די פרייהייט פון ווארט און אויסדרוק...!

berlbalaguleh » מיטוואך אוגוסט 24, 2016 1:41 pm

· #347077
moshav zekeinim
עס ברענגט נישט ארויס מיין כאראקטער און אקטיוויטעט אין שטיבל, חקירה׳לעך, אנטראפאלאגיע, נגינה, און אנטי חרדיזם.

מושב זקנים:אויף אלע דיינע מעלות (אדער חסרונות) האביך גארנישט צו זאגן. ווייל חקירה איז נישט מיין פעלד. איך בין א פשוט'ער איד. דער אייבישטער (און קאווע שטיבל) האט ב"ה גענוג חוקרים און טיפע דענקערס (עכ"פ אזוי רעדן זיי זיך איין.) אנטראפאלאגיע דארף איך נישט לערנען ביי דיר. אויב כ'בין אינטרעסירט קען איך עס שטודירן ביי עכטע מומחים. און איך מוז נישט מסכים זיין מיט אלץ וואס זיי זאגן. נגינה, איז די זעלבע זאך. אויב איך וויל הערן און לערנען נגינה קען איך גיין צו די עכטע מומחים, וועלכע זענען עקספערטן אין דעם ליין. די איינציגע זאך ביי וואס איך וועל מיך אפשטעללן איז דיין אנטי חרדיזם לשם אנטי-חרדיזם. דארט וועל איך בלי"נ נישט אדורכלאזן דיינע זינלאזע (און ווערטלאזע) אטאקעס עד שידי מגעת בעז"ה.

געוואלדיג » מיטוואך אוגוסט 24, 2016 1:48 pm

· #347079
😂 😂 😂

קאווע טרינקער » דאנערשטאג אוגוסט 25, 2016 1:45 am

· #347177
ס'זעהט אויס אז דאס איז שטיקלעך פון די פורים אינטערוויו מיט יאסעלע וואס קולמע האט צענזורט.

זבולון » דאנערשטאג אוגוסט 25, 2016 12:30 pm

· #347212
דיסלייק,

אראפרייסן א פריוואטער מענטש איז נישט קיין צוגלייך צו קריטיקירן א קאמיונוטי, פאר די זעלבע סיבה וואס עס איז נישט דומה צו אראפרייסן א פאבליק פיגור.

געוואלדיג » דאנערשטאג אוגוסט 25, 2016 1:34 pm

· #347227
מיין בליק אויף דעם איז אז כאטש וואס געווענטליך איז חוזק מאכן פון א יחיד טאקע נשט ערלויבט, אבער אין די פאל וואו א יחיד קומט און לויט מיין מיינונג האט ער אלע דייעגנאסעס פון א טראלל און ער האט אליין מודה געווען אז זיין כוונה איז אויסדריקלעך צו חוזק מאכן און אוועקשלעפן אונז פון אונער דרך החיים, און איך בין נישט קלאר פארוואס די הנהלה האט איהם נישט אויסגעשפארט נאך זיין קלארע דעקלעראציע אז ער איז דא בלויז לקנטר, בקדירה שבישל בה יתבשל - מעג מען איהם אפענטפערן מיט די זעלבע מטבע.

בת קול » דאנערשטאג אוגוסט 25, 2016 1:59 pm

· #347235
יו געט וואט יו עסק פאר. עס זעהט מיר נישט אויס ווי עס באדערט אים בכלל. אבי ער באקומט זיין אטענשאן.

און צום פותח האשכול: דוינט פיד די טראלל.

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג אוגוסט 25, 2016 5:35 pm

· #347280
מושב זקנים טענה'ט אז ער קומט מיט א נאבעלע ציל צו ראטעווען דער מענטשהייט פון די פראבלעם פון חרדיזם. ער איז א קלוגע דענקער וואס האט אלס דורכגעטוהן, מיט פארשטאנד און ערליכקייט און ס'איז איהם ארויס א מסקנא אז חרדיזם איז פון דער טייוויל אליינס. ער נוצט זיין קענשאפט פון דער שפראך ארויס צו געבען זיין מיינונג כדי מקרב צו זיין אידען צום אמת.

ווען ער ווייסט אז דער רושם וואס אונז האבען אויף איהם איז אלס אן אלטער זעצער אין מושב זקנים, וואס זיין קינדער ווילען איהם נישט אנקוקען און זיין מאמע האט איהם לאנג אפגעלאזט. א גרוש וואס ארבעט אין א ווערהויז און זאגט יעדער איינער אז ער האט ערגעץ א דעגרי און דעריבער איז ער בעסער ווי זיי, א זוהן פון א גביר א יורד וואס איז געבליבען נאר מיט'ן עקעלדיגקייט פונ'ם געלט אן די געלט בפועל, ווי א שיבער אין מצה בעקעריי וואס האט א מיינונג אויף אלס און יעדעם און למעשה קוקט ער אין אויווען א גאנצע טאג, ווי א משולח וואס האט שוין אויסגערעכענט די נקמה וואס ער גייט נעמען אין יעדער איינער וואס גיבט איהם נישט אין מיט'ן ק"ש ווען ער ווערט רייך, ווי א טראמפ וויילער וואס באשולדיגט דער היספאנישער אין לאס אנדזשעלעס פאר דעם אז ער האט שיכערעהייט צוקלאפט זיין קאר אין קאנזאס. ווען ער ווייסט די רושם וואס ער האט, וואלט ער פארשטאנען אז קיינער וועט איהם אזוי נישט גלויבען און קיין איין אידישע נשמה וועט ער נישט ראטעווען דערמיט.

די אשכול איז פשוט א טובה פאר איהם.

moshav zekeinim » דאנערשטאג אוגוסט 25, 2016 5:55 pm

· #347288
ווער עס האט אזא רושם אויף מיר אזוי ווי ליטוואק האט מיר אראפגעמאלן בשם כל הקהל ווערט געבעטן צו לייקן ליטוואקן, אזוי וועל איך וויסן צו ער רעדט טאקע בשם כל חברי השטיבל, אדער בלויז בשם א קליינער הייפעלע ניקס.

א איד » דאנערשטאג אוגוסט 25, 2016 6:08 pm

· #347294
מושב אז דו האסט געבעטן האב איך געלייקט.
קאווע שטיבל איז דאך פרידאם אוו ספיטש, נאכדערצו אין שמייכל, ווער גיט א דעקל דערויף......

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג אוגוסט 25, 2016 7:21 pm

· #347302
ווען די תכלית איז אויסרעדען די ווייטאג, ביסטו גערעכט. ער זאגט אבער אז ער וויל האבען א השפעה. דאס קען ער נישט אין די מצב, לדעתי.

Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk

שמעקעדיג » דאנערשטאג אוגוסט 25, 2016 7:46 pm

· #347304
ליטוואק פון בודאפעסט
מושב זקנים טענה'ט אז ער קומט מיט א נאבעלע ציל צו ראטעווען דער מענטשהייט פון די פראבלעם פון חרדיזם. ער איז א קלוגע דענקער וואס האט אלס דורכגעטוהן, מיט פארשטאנד און ערליכקייט און ס'איז איהם ארויס א מסקנא אז חרדיזם איז פון דער טייוויל אליינס. ער נוצט זיין קענשאפט פון דער שפראך ארויס צו געבען זיין מיינונג כדי מקרב צו זיין אידען צום אמת.

ווען ער ווייסט אז דער רושם וואס אונז האבען אויף איהם איז אלס אן אלטער זעצער אין מושב זקנים, וואס זיין קינדער ווילען איהם נישט אנקוקען און זיין מאמע האט איהם לאנג אפגעלאזט. א גרוש וואס ארבעט אין א ווערהויז און זאגט יעדער איינער אז ער האט ערגעץ א דעגרי און דעריבער איז ער בעסער ווי זיי, א זוהן פון א גביר א יורד וואס איז געבליבען נאר מיט'ן עקעלדיגקייט פונ'ם געלט אן די געלט בפועל, ווי א שיבער אין מצה בעקעריי וואס האט א מיינונג אויף אלס און יעדעם און למעשה קוקט ער אין אויווען א גאנצע טאג, ווי א משולח וואס האט שוין אויסגערעכענט די נקמה וואס ער גייט נעמען אין יעדער איינער וואס גיבט איהם נישט אין מיט'ן ק"ש ווען ער ווערט רייך, ווי א טראמפ וויילער וואס באשולדיגט דער היספאנישער אין לאס אנדזשעלעס פאר דעם אז ער האט שיכערעהייט צוקלאפט זיין קאר אין קאנזאס. ווען ער ווייסט די רושם וואס ער האט, וואלט ער פארשטאנען אז קיינער וועט איהם אזוי נישט גלויבען און קיין איין אידישע נשמה וועט ער נישט ראטעווען דערמיט.

די אשכול איז פשוט א טובה פאר איהם.



ליטוואק, נישט צו פארדרייען דעם שמועס, אבער כ'האב הנאה פון דיין תגובה... קוק נאכאמאל אדורך דיין תגובה, נאר יעדע מאל ווי דיין תגובה ענטהאלט דאס ווארט "חרדיזם" שטעל אריין "חסידות"... און אנשטאט "מושב" לייג אריין "ליטוואק"... און דערנאך קוק זיך אין שפיגל... סאונדט פעמיליער? 😮 😞

עניוועי, איך גיי מיך קריגן מיטן עולם, איך האב נישט אזא שלעכטן בלק אויף מושב, כאטש איך בין נישט מסכים מיט זיינע מיינונגען און זיין טראללן, פארשטיי איך אז ער איז ערגעץ אין זיין לעבן שטארק בא'עוולה'ט געווארן דורך חרדישע אידן און ער לייגט אריין אלע חרדישע אידן אונטער איין נאסן ליילעך. רויטע וואנצעס האט אים ליב אהבת נפש, איך בין נאך נישט ממש אויף דער מדריגה, אבער פיינט האב איך אים נישט, און עס באדערט מיך נישט אז מען שמועסט אויס זאכן ווי ערוואקסענע, נאר דאס טריצן און שימפן פארנעם איך נישט. און אויב צוליב דעם, זענען פאראן נאך שרייבער דא אין שטיבל וואס איך פארנעם נישט זייער בייסיגקייט און געשימפעכץ.

ס'מערסטע פונעם אינטערוויאו האב איך הנאה געהאט פונעם קעפל, אינטערוויו מיט "חברינו היקר" מושב זקנים. קוק וויפיל לייקס דאס האט באקומען! 😉

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג אוגוסט 25, 2016 9:51 pm

· #347330
גערעכט, פערזענליך קען איך איהם אפשר פארשטייען. די שאלה איז צו דער וועג פון רעדען האט א תכלית איינעם צו העלפען. וואס איז די פלאן? לאמיר מסכים זיין אז חרדיזם סרח'ט, אנטלויפען לעזט דען די פראבלעם? ס'איז דא מער זעלבסטמארד ביי חרדים ווי ביי א.ט.ד.? אפשר וואלט מען געקענט פאררעכטען די סיסטעם, אבער זיין וועג ציט נישט צו תיקון, נאר צו ווייטאג. און זיין נוסח און מהלך איז א חלק פון די פראבלעם, עכ"פ לדעתי.

מיין פראבלעמען מיט חסידים זענען נישט געשריבען עפעס צו טוישען, און טאמער איך האב עפעס אן אגענדע איז עס גאר אויף אן אנדערען גאנג.

Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk

moshav zekeinim » דאנערשטאג אוגוסט 25, 2016 10:02 pm

· #347333
איך רעד נישט פון אנטלויפן פון חרדיזם, איך רעד פון עס אונטערברענגען.

berlbalaguleh » דאנערשטאג אוגוסט 25, 2016 10:09 pm

· #347336
moshav zekeinim
איך רעד נישט פון אנטלויפן פון חרדיזם, איך רעד פון עס אונטערברענגען.

מושב זקנים: וואו. דו האסט דיר גענימען צו א שווערע אויפגאבע. אפילו אין 10 גילגולים וועסטו עס נישט קענען אדורכפיהרן...איך מיין אז דו זאלסט זיך זעהן מיט א דאקטער. ווייל דו לעבסט אין עולם הדמיון. און אין עולם התוהו (ובוהו.)
נ.ב.: איך בעט דיך. נעם עס נישט פערזענליך.ייש"כ...!

א איד » דאנערשטאג אוגוסט 25, 2016 10:48 pm

· #347340
וואס גייט דיר אז אז ער נעמט עס פערזענליך?

berlbalaguleh » דאנערשטאג אוגוסט 25, 2016 10:51 pm

· #347341
א איד
וואס גייט דיר אז אז ער נעמט עס פערזענליך?

ווייל דער ..."סדרן"... און נאך א פאר וואוילע ניקס וועללן שרייען אז ס'איז קעיגן די תקנות... 😂 🙄

געוואלדיג » מיטוואך מערץ 15, 2017 10:39 pm

· #365662
עס זעהט עפעס אויס אז ער פאקט מער נישט באקסעס...

שבת אחים » דאנערשטאג מערץ 16, 2017 3:38 am

· #365689
לעבטס און לאזט לעבן... לאכטס ענק אויס פון יענעמ׳ס בויך וויי... וואס דארף מען יענעמס פערזענליכע לעבן אויספאקן, אויב האלטן ענק טאקע אז ענקער וועג איז די אמתע און ריכטיגע וואס צוקראצן זיך ענק וואס מושב צי שבת זאגט??? א גאנץ געשעפט! האט ער געזאגט!, יעדער קען ענטפערן און מ׳קען האבן א דיסקורס איבער דעם אבער פערזענליך אריינפליקן יענעם איז שוין מעהר אויף די קינדערישע זייט. אויב גייען זיי טאקע אויף די נערווען, זאל מען קאנטעקטן די גבאים און אחראים, אבער גיין פערזענליך איז נישט גענצליך אויסגעהאלטן, כך נראה לי.

יעצט קען יעדער צוריקגיין צום אלטן:

״ער וואוינט דאך אין א בעיסמענט מיט א שווערע גערוך אנגעפילט מיט ביר באטעלעך״...

איש את רעהו » דאנערשטאג מערץ 16, 2017 9:38 pm

· #365768
שבת אחים
לעבטס און לאזט לעבן... לאכטס ענק אויס פון יענעמ׳ס בויך וויי... וואס דארף מען יענעמס פערזענליכע לעבן
.


הבא לרודפך השכם לרודפו
אזוי האט מען ביינינז געלערנט.

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג מערץ 16, 2017 9:47 pm

· #365770
האט מען דעמאלסט געלערנט א חז"ל וואס עקזעסטירט נישט.

איש את רעהו » דאנערשטאג מערץ 16, 2017 10:13 pm

· #365777
רויטע וואנצעס
האט מען דעמאלסט געלערנט א חז"ל וואס עקזעסטירט נישט.

ווי ווערט עס געברענגט פון חז"ל

berlbalaguleh » פרייטאג מערץ 17, 2017 12:01 am

· #365802
שבת אחים
לעבטס און לאזט לעבן... לאכטס ענק אויס פון יענעמ׳ס בויך וויי... וואס דארף מען יענעמס פערזענליכע לעבן אויספאקן, אויב האלטן ענק טאקע אז ענקער וועג איז די אמתע און ריכטיגע וואס צוקראצן זיך ענק וואס מושב צי שבת זאגט??? א גאנץ געשעפט! האט ער געזאגט!, יעדער קען ענטפערן און מ׳קען האבן א דיסקורס איבער דעם אבער פערזענליך אריינפליקן יענעם איז שוין מעהר אויף די קינדערישע זייט. אויב גייען זיי טאקע אויף די נערווען, זאל מען קאנטעקטן די גבאים און אחראים, אבער גיין פערזענליך איז נישט גענצליך אויסגעהאלטן, כך נראה לי.

יעצט קען יעדער צוריקגיין צום אלטן:

״ער וואוינט דאך אין א בעיסמענט מיט א שווערע גערוך אנגעפילט מיט ביר באטעלעך״...

שבת אחים: אפשר טאקע. אזוי ווי דו ווייסט דאך. איך האב די מענטאליטי פון אן אראבער. (א וואוילן אראבער. וועלכער האט נאר געשטאכן 2 אידן. אבער קיין באמבע וועסטל האט ער נאכנישט אנגעטון. ער וועט אינש'אללא דאס אויכעט טון ווען די ריכטיגע צייט וועט קומען...) מ'דערציילט אז אין ארץ ישראל אין עפעס א שטאט איז געווען אן אראבישער גארד וועם מ'האט געשטעלט פאר א שומר קישועים. ער האט געדארפט וואטשן אויף פאמפקינס אין א פרוכט מארקעט. זענען געקומען א פאר יונגלעך און זיי האבן זיך גערייצט מיט איהם. ער האט זיי געדארפט די גאנצע צייט פארטרייבן אז זיי זאללן נישט גנב'נען אדער שאדן מאכן די סחורה. איז ער געפאלן אויף א המצאה. ער האט איינגערעדט פאר די יונגלעך א מעשה אז דארט אויבן אויפ'ן בארג איז דא א מענטש וועלכער טיילט שאקאלאד.זענען די יונגלעך געלאפן אהין. האט ער אנגעהויבן טראכטן. אפשר איז טאקע דא א מענטש דארט אויפ'ן בארג וועלכער טיילט שאקאלאד. פאר גרויס נייגעריגקייט האט ער נישט געקענט איינרוען ביז ער איז אליין געגאנגען דארט זיך איבערצייגן אז די מעשה איז נישט אמת. אט דאס מיינט די אראבישע מענאליטעט. זיי גלייבן אין זייערע אייגענע פאנטאזיעס. וואס זיי מאכן אליינס אויף...!