☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » אתה קדוש קעגן אתה חונן

אתה קדוש קעגן אתה חונן

28 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10819

mevakesh » זונטאג אוגוסט 21, 2016 4:50 pm

· #346639
אתה קדוש קעגן אתה חונן
  אנהייב שמונה עשרה  איז דא צוויי ברכות  אתה קדוש און אתה חונן

אויבן אויף איז דאס פשוטע ברכות און האט נישט קיין פארבינדונג איינער מיטן צוויטען אתה קדוש זאגט מען אויפן באשעפער אז ער איז הייליג  און אתה חונן בעהט מען אז דער באשעפער זאל חונן דעת זיין דעם מענטש

באמת ווען מען קריכט אריין טיפער איז דא א פארבינדונג צווישען די צוויי און נישט נאר א פארבינדונג נאר א שטארקע פאראדוקס

מיר זענען אויפגעוואקסן מיט אסאך הייליגע זאכן גאט איז הייליג תורה איז הייליג שבת איז הייליג און אזוי ווייטער

אבער וואס באדייט בכלל ווען מען זאגט אויף עפעס אז עס איז הייליג?

לויט ווי איך פארשטיי הייליג איז דאס ווען מען זאגט אויף א זאך אז אויף דעם פרעגט מען נישט עס איז למעלה מטעם ודעת

כדי א מענטש זאל קענען עקזיסטירען און וואקסן אויף דער וועלט דארף מען האבן געוויסע זאכן וואס עס איז א מציאות אן קיין פארוואס סתם ווייל אזוי

און דאס איז לאו דוקא ביי מאמינים אפילו אין די מאדערנע וועלט ווי אלעס דארף האבן א הסבר איז אויך דא  זאכן  וואס דאס איז הייליג אן קיין קלארע לאגיק די קלארסטע דוגמא צו דעם איז מאראל כמעט יעדער גראדער מענטש  אין די מאדערענע וועלט נעמט אהן מאראל אלס א הייליגע זאך אפילו עס איז ממש נישט דא קיין לאגישע הסבר אויף דעם

נאר איינמאל עס איז דא א יסוד פון א הייליגע מציאות קען מען אנהייבען בויען מיט לאגיק

פון די אנדערע זייט איז קלאר אז אין דער וועלט מיז מען נוצן לאגיק

אפילו דער עקסטרעמסטער רעליגיעזע מענטש וועט אויך מודה זיין אז מען דארף נוצן לאגיק ווייל אויב נישט דארף מען נישט דער וועלט און עס איז ממש נישט דא קיין בחירה

דער פראבלעם ווערט נאר אייביג ביז ווי איז דער קדושה און ווי פונקטליך הייבט זיך אהן דער דעת?

ביי אונז האט זיך די קדושה אויסגעצויגען גאר ווייט

דער באשעפער איז הייליג

תורה שבכתב איז הייליג

תורה שבעל פה איז הייליג

דער אריזל איז הייליג

דער בעש"ט איז הייליג

דער גר"א איז הייליג

דער חתם סופר איז הייליג

דער רבי\ראשעשיבע איז הייליג

דער לבוש(קראקס..) איז הייליג

טוהן א שידוך ביי די אכצן איז הייליג

וועלכע סייז קאפל מען גייט איז הייליג

גיין אין קאנטרי איז הייליג

לייגן משומר איז הייליג
מען קען אהנגיין אזוי מיט א רשימה פון דא ביז קאנארסי אויף וואס איז אלץ הייליג דער איינציגסטע זאך וואס איז דערווייל נאכנישט הייליג איז צו מען זאל קויפען א באגעבא
אנטשולדיגט דאס איז שוין אויך הייליג...
צוריק צו שמונה עשרה זעהט מען אז מען האט טאקע אתה קדוש אבער מען דארף גראד נאכדעם אתה חונן  און פונקט ווי דער אתה חונן אהן דעם אתה קדוש איז כפירה

דאס זעלבע איז פארקערט אתה קדוש אהן דעם אתה חונן אויך כפירה

moshav zekeinim » זונטאג אוגוסט 21, 2016 4:58 pm

· #346641
wow אויף אזא יסודותדיגער רעיון האב איך מיך נישט געראכטן. איך מיין אז דאס איז זייער מדויק. געוואלדיג געוואלדיג

berlbalaguleh » זונטאג אוגוסט 21, 2016 8:49 pm

· #346667
moshav zekeinim
wow אויף אזא יסודותדיגער רעיון האב איך מיך נישט געראכטן. איך מיין אז דאס איז זייער מדויק. געוואלדיג געוואלדיג

מושב זקנים: הני מילי. ווען איז דאס געזאגט געווארן. ווען מ'האט נישט קיין קאמפלעקס אז די אייגענע אמונה איז א געפעלשטע. און זי האט געגנב'עט אלע גוטע זאכן און נאכגעמאכט אנדערע אמונות און קאנווענשן'ס. און ממילא זוכט מען ארויס ראיות וועלכע זענען אפילו אקעיגן לאגיק אז אונזער רעליגיע איז נישט קיין אויטענטישע. דאס איז ליידער א מחלה ביי די מערסטע פון די זעלבסט-אויפגעקלערטע במחנינו. אנשטאט צו קוקן פארקערט. אז אונזער רעליגיע איז מכח איר עלטער און קוואליטעט די העכערע, און אויטענטישע, שעמט מען זיך מיט איהר. און מ'זוכט מידות טובות וועלכע זענען פארהאן אין חאמוראבי'ס אדער אין די כשדיים'ס געזעץ און היסטאריע ביכער. אדער גאר אין די פראטעסטאנטישע רעליגיע.

חייקל » זונטאג אוגוסט 21, 2016 9:11 pm

· #346674
Re: אתה קדוש קעגן אתה חונן
מבקש, איך הער דיין תורה און ס'קען גאר זיין ס'איז אפילו על פי אמת. אבער דאכט זיך הייליג מיינט גאר עפעס אנדערש, לכל הפחות אין די תורה און נישט וויאזוי מען איז עס מגדיר אין סאסייעטי.
און די תורה ואוו ווייט איך פארשטיי מיינט הייליג ,"קדוש", א ענין פון "מיוחד" .
איין קליינע ראיה, ס'איז דא אסאך צו רעדן דערוועגן ואכמ"ל, איז ביי א חתונה זאגט דער מאן/חתן " הרי את מקודשת לי ..." וואס מיינט דעס? איך גלייב ס'איז דא אסאך דרשות וואס מ' קען זאגען אויף דעם, אבער על פי פשטות זאגט די חתן "דו כלה וועסט זיין אויסדערוועלט צו מיר פון אלע אנדערע פרויען", וואו ס'ווייזט זיך מער קלארער ארויס און די ברכת הקידושין אליינס. און נאך מ'האט געמאכט א קנין דורך די קידושין טוט מען מעשים וואס ברענגט ארויס "יחוד".

די חז"ל זאגען "אם אין דעת הבדלה מנין" כדי צו קענען מקדיש זיין דארף מען קענען מבדיל זיין, און צו קענען מבדיל זיין דארף מען דעת. און לכא' דאס איז די קשר צווישען בר' אתה קדוש און בר' אתה חונן.
און די תורה שטייט ביי אלע ימים טובים וכדו' "מקרא קודש", וואס מיינט דעס? ואוו געשמועסט מיינט עס, מאכטס/באשטימטס דעם טאג פאר א עבודה מיוחד. איינמאל די טאג איז באשטימט טוט מען פעולות צו ארויסברענגען און וייזען די יחודות פון דעם טאג. מ'טוט זיך אן א הייליג שטריימעל, 40 אינטשעס לכה"פ, (די הייעכקייט ווענדט זיך מן הסתם וואו הייליג מ'פיהלט זיך 🙂 ) און א הייליגע בעקיטשע, קאפעל וכו.....

איך האף כ'האב קלארער געמאכט און נישט מער מבלבל געווען (פארקערט פון הבדלה)

נולד מאוחר » זונטאג אוגוסט 21, 2016 9:27 pm

· #346676
Mevakesh, זייער שיין און אמת

moshav zekeinim » זונטאג אוגוסט 21, 2016 10:22 pm

· #346680
איך וויל נאכאמאל אויסדרוקן מיין הנאה פון דעם רעיון, עס איז ממש א קוש צו געבן.

mevakesh » זונטאג אוגוסט 21, 2016 10:25 pm

· #346681
Re: אתה קדוש קעגן אתה חונן
moshav zekeinim
איך וויל נאכאמאל אויסדרוקן מיין הנאה פון דעם רעיון, עס איז ממש א קוש צו געבן.

וויי איז מיר באלד וועל איך ארויפגיין אויף די שווארצע ליסטע ווייל דו האסט ליעב מיין ארטיקעל...

moshav zekeinim » זונטאג אוגוסט 21, 2016 10:32 pm

· #346682
חייקל, אמת אז דער שורש קדוש איז לאו דוקה דער הייליגער שלייער, אבער דאכט זיך אז אין די תפילה איז עס שוין יא דאס . בכל אופן גיט דער רעיון א קלארקייט צווישן דעם היינטיגן מושג פון קדוש, און דעת.

moshav zekeinim » זונטאג אוגוסט 21, 2016 10:34 pm

· #346683
mevakesh
moshav zekeinim
איך וויל נאכאמאל אויסדרוקן מיין הנאה פון דעם רעיון, עס איז ממש א קוש צו געבן.

וויי איז מיר באלד וועל איך ארויפגיין אויף די שווארצע ליסטע ווייל דו האסט ליעב מיין ארטיקעל...


the damage is done דו ביסט שוין אין די הענט פון די סטרא אחרא

געוואלדיג » זונטאג אוגוסט 21, 2016 10:35 pm

· #346684
סארא שטותים, א גוטע ארטיקל למאי נ"מ ווער אלס האט הנאה.

קאצקע ציקער » זונטאג אוגוסט 21, 2016 10:46 pm

· #346685
אביסל צוצילייגן צו דיין רשימה פון הייליג.

ג'יין אין קאנטרי שבת נחמו איז הייליג
טשילן מוצאי שבת נחמו איז הייליג

mevakesh » זונטאג אוגוסט 21, 2016 10:52 pm

· #346688
Re: אתה קדוש קעגן אתה חונן
געוואלדיג
סארא שטותים, א גוטע ארטיקל למאי נ"מ ווער אלס האט הנאה.

אודאי נאר א ווערטל

berlbalaguleh » מאנטאג אוגוסט 22, 2016 3:37 am

· #346716
געוואלדיג
סארא שטותים, א גוטע ארטיקל למאי נ"מ ווער אלס האט הנאה.

געוואלדיג: נאר צו פארשטערקערן דיין נקודה. למשל אויב איינער עסט חזיר, ר"ל. מיינט נאכנישט אז ער קען נישט הנאה האבן פון א געשמאקן טשאלנט און קישקע... 😂 🙄

שלום על ישראל » מאנטאג אוגוסט 22, 2016 8:37 am

· #346723
ווער קען ביטע ברענגן דא די בילד אז מ׳טאר נישט ארויסנעמען די סמארטפאן אויפן שטח פון די הייליגע קעמפס. כ׳מיין ׳הייליגע קעמפס׳?!

געוואלדיג » מאנטאג אוגוסט 22, 2016 11:48 am

· #346751
.
📎 והית משוגע.png

בן אדם » מאנטאג אוגוסט 22, 2016 12:18 pm

· #346755
ס'פאסט נישט צו לייגען א קאווע שטיבל לאגא אויף אזא צעטל. ביטע נעם עס אראפ. דאנקע

געוואלדיג » מאנטאג אוגוסט 22, 2016 1:13 pm

· #346758
עלעבריר

ונבנתה העיר » מאנטאג אוגוסט 22, 2016 1:15 pm

· #346759
א געוואלדיגער געדאנק.

ומבואר בכ"מ אז קדוש מיינט מובדל. וכידוע ווייסט טאקע קיינער וואס הייליג מיינט.

יעקב מענטש » מאנטאג אוגוסט 22, 2016 1:47 pm

· #346761
אני בעניי בינעך נישט אזוי קלאר וואס דער פ"ה מיינט ארויסצוברענגען.

ביי אונז אידן - אנדערש ווי ביי די 'מאראלישע' אומות - מיינט הייליקייט עפעס וואס די תורה אדער חז"ל זאגן אז דאס איז הייליג, ס'איז עפעס וואס איז מנותק (אדער ווייניגער מקושר) פון די גשמי עולם הזה און איז נאנטער צו רוחני, וויאזוי קענסטו אפי' מדמה זיין דאס פארהייליגט-קייט פון די תורה, און רבותינו הקדושים נבג"מ צו די איינגערעדטע, אלץ-טוישענדע, אומבאגרינדעטע, מאראלן פון די גוים ?

די סיבה פארוואס ביי אונז זענען די זאכן פארהייליגט האט צו טאן מיט אונזער אמונה, אז דו גלייבסט נישט בה' ובתורתו, האסטו טאקע נישט קיין שום שווארצע סיבה פארוואס צו דערקלערן דעם חת"ס אלץ הייליג, ס'איז טאקע די זעלבע ווי די אלע גויאישע מאראלן, איינמאל דו גלייבסט אין תורת משה, און דו פארשטייסט אז דאס איז דער דבר ה', איז עס גאנץ אן אנדערע מעשה.

און די סיבה פארוואס אונז גלייבן איז גראדע העכסט לאגיש, נעמליך די 'היסטארישע' פאקט פון מעמד הר סיני....

mevakesh » מאנטאג אוגוסט 22, 2016 1:57 pm

· #346762
Re: אתה קדוש קעגן אתה חונן
איך מיין נישט צוצוגלייכען מאראל צו אונזער תורה נאר לגבי דעם אז עס איז א הייליגע מציאות וואס מען פרעגט נישט אפ (טאקע צומאל צוליב אונזער אמונה און מסורה ) און אז עס קען נישט זיין אז יעדע שריט אין לעבן איז אן קיין לאגיק נאר בלויז הייליג

בן אדם » מאנטאג אוגוסט 22, 2016 2:54 pm

· #346766
געוואלדיג
עלעבריר

וואס מיינט דאס? אבער כ'האף דו פארשטייסט פארוואס כ'האב עס געפרעגט... (עניוועי, ר' שש האט שוין ארויפגעלייגט איינס אן קיין וואטערמארק).

חייקל » מאנטאג אוגוסט 22, 2016 4:45 pm

· #346773
Re: אתה קדוש קעגן אתה חונן
מבקש, וואס די נאסט געשריבען בלייבט אויף וואס ס'איז. בשעת'ן ליינען דיין ארטיקעל איז מיר אדורך געגאנגען דיע געדאנק האב איך עס געשריבען אלץ אן תגובה.

זבולון » מאנטאג אוגוסט 22, 2016 6:09 pm

· #346786
איך מיין אז עס איז נישט קיין סתירה פון חייקל׳ס צו מבקש׳ס ווערטער. קידושין און הקדש איז מלשון אז עס איז מיוחד און מובדל, און דאס זעלבע איז מיט די קדשה וואס איז מיוחדת לזנות, (אזוי ווי רש״י שרייבט אויפן ארט).

ווען עס קומט צו געטליכקייט, און מיר זאגן אתה קדוש, מיינט מען צו זאגן אז געטליכקייט איז מובדל פון אונזער השגה. (און דא וועל איך שוין לאזן @ונבנתה העיר, ער זאל ערקלערן די מדריגות פון קדושה, פארוואס מיר זאגן נישט אתה ושמך קדוש, ווייל די קדושה פון אתה און די קדושה פון שמך זענען באזונדערע מדריגות אין קדושה. עפ״ז קען מען בדרך אפשר אויך אפטיילן צווישן די קדושה פון די באגעבו און די אנדערע, ואיכ״מ).

mevakesh » מאנטאג אוגוסט 22, 2016 6:38 pm

· #346794
Re: אתה קדוש קעגן אתה חונן
ריכטיג באגעבא קומט נישט באמת אריין דא עס האט זיך פשוט אריינגעגליטשט

וואלווי » דינסטאג אוגוסט 23, 2016 4:48 am

· #346847
@Mevakesh אויף דיר איז געזאגט געווארן ובקשת"ם משם את ה' אלהיך ומצאת כי תדרשנו בכל לבבך ובכל נפשך.

דיינע טייערע רייד זענען נדרש בלב ונפש צו זוכען און טרעפען דער הייליגער באשעפער דוקא אין אונזערע הערצער, און דיינע ווערטער עפענט אויף אונזער אויגען צו לעבען מיט'ן באשעפער דא אויף אונזער וועלט. ייש"כ.

איך זע אז ס'דא משמש א שטיקל ערבוביא אין די אפטייטש פון הייליג וואס ברענגט אומפארשטענדענישען אין די כוונה פונ'ם פותח האשכול.

בעצם גערעכט זענען די אלע וואס טייטשן אפ קודש אלס מופרש, מובדל, און מיוחד. אזוי טרעפט מען ביי איסורים, ביי כלאים, ביי קידושי אשה, וכדו'. אבער דאס ווענדט זיך אויף וועלעכע חלק פונם האלב פולען\ליידיגען גלעזעל מ'קוקט. די לשון קדושה איז טאקע שלילית'דיג לגבי אנדערע אבער מצד די קדושה איז דאס א חיובות'דיגע הוספה. דאס קען מען זען פון דבר והפיכו אז די היפך פון קודש איז חול, וואס חול מיינט א ליידיגע גשמיות דיגע חפץ און קודש איז טייטש ווען מ'נעמט דעם זעלבען חפץ און מ'איז דאס מקדיש פאר א מצוה. כלפי טריקענע הלכה איז טאקע קודש א לשון פון הפרשה אבער כלפי רוחניות איז דאס א הוספה אין קדושה דוגמת א נשמה אין א גוף. על אחת כמה וכמה ווען מען ניצט דער לשון כלפי שמיא איז דאס דא גרעסטע מאס פון תוכן'דיגע קדושה וואס איז שייך, כביכול.

זעט אויס אונזער פותח האשכול וויל מבחין זיין און אין דער זעלבע צייט מקשר זיין צווישען די צוויי ברכות אתה קדוש און אתה חונן. איז די ערשטע זאך דארף קלאר זיין אזוי ווי ער שרייבט אליינס אז אתה קדוש גייט ארויף אויף דער באשעפער און אתה חונן אויפ'ן מענטש. דער נפק"מ איז אז אתה קדוש ווערט געזאגט באופן שבח אויפ'ן באשעפער וואס ער איז דער גרעסטער מאס קדושה און טאקע פארדעם איז דא נישט די כוונה דא פון עבודת האדם דורך זיין אייגענע השגות און לאגיק נאר אז א מענטש דארף אנדערקענען הייליגקייט אלס א זאך וואס איז למעלה הימנו, אין די ברכה קומט אוועק שטעלען א מציאות. משא"כ די ברכה פון אתה חונן איז א בקשה אויף דעה, בינה, שכל, און לאגיק אלס כלים פאר עבודת האדם צו קענען מבדיל זיי בין קודש לחול און אליינס דערגיין וואס גייט פאר אויף די וועלט כדי צו קענען צוקומען צום אנדערקענונג פון די דערמאנטע מציאות פון קדושת ה' וואס אונז זענען א חלק אלקי ממעל, און די ברכה קומט אוועק שטעלען אן עבודה.

דאס איז טאקע דער תכלית מצד אחד א "ידיעה" אין דער מציאות פון קדושת השם, און מצד שני א "בחירה" אין עבודת האדם, און איינס ארבעט נישט אן דעם צוויטען כאמור.

mevakesh » דינסטאג אוגוסט 23, 2016 9:33 am

· #346863
Re: אתה קדוש קעגן אתה חונן
אסאך זענען פארנומען דא דן צו זיין צו הייליג מיינט טאקע
באמת איז דאס נישט ממש רעלעוואנט צום עיקר רעיון

וואלווי » דינסטאג אוגוסט 23, 2016 4:36 pm

· #346928
עס זעט אויס ווי די ניצט "הייליג" אלס אן ענין פון עפעס העכערס וואס מ'גלייבט און "דעת" אלס לאגיק, מילא קומט אויס א פאראדאקס פון פארשטיין און נישט פארשטיין, וואס אויף דעם ארויף איז דיין רעיון אז מ'מוז אנקומען צו א באלאנס פון ביידע אזוי ווי די דריקסט זיך אויס צום סוף אז איינס אן דער צווייטער איז "כפירה". דאס איז א שטארקע יסודות'דיגע רעיון בפרט דעס וואס די ברענגסט ארויס אז מ'פארפארט אין הייליגקייט עד כדי נארישקייטען.

מיין כונה איז מער געצילט צו צישטעלען דער פשוטער פשט אדער דער אמת'ער פשט פון קדושה "כלפי שמיא" וואס איז א אנדערקענונג פון א דערהויבענע מציאות און ממילא איז נישט אזוי שטארק א פאראדאקס מיט דער דעת חלק וואס איז דער עבודה שבו, און איינס קאמפלימענט דער צווייטען. דאס איז באמת א צווייטע נקודה פון וואס די שרייבסט, איך לייג דאס סתם אזוי צו.

שמעקעדיג » מיטוואך אוגוסט 24, 2016 5:07 am

· #347021
ואולי יש לפרש בדרך רמז דברי חז"ל עה"כ קדושים תהיו וגו' כי קדוש אני, יכול כמוני, ת"ל קדושתי למעלה מקדושתכם. דהיינו שאין שום דמיון כלל.