☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » זינגער'ס-רבנים ירידת הדורות?

זינגער'ס-רבנים ירידת הדורות?

42 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10817

קאמענטירער » זונטאג אוגוסט 21, 2016 1:46 pm

· #346602
זינגער'ס-רבנים ירידת הדורות?
מיין חבר פרעגט מיך וואס איך זאג צו דעם אז היינט זענען שוין דא רבנים וואס זענען זינגערס ווי הרב טוסיג אדער הרב שמעלצער.. אזוי אויך זענען דא גאר חשובע יודען און בנש''ק'לעך וואס גיבן זיך אפ אין נגינה, ווי הרב יואל ראטה אדער הרב מענדיל ראטה, און אזוי אויך פארמאגט די באקאנטער שטערן אין עולם הנגינה הרב ווערדיגער אן אייגען שול'כעל, הפנים אסאך וואס טוען היינט אין נגינה זענען אויסערגווענליכע רוחניות'דיגע טלאנטפולע מענטשען לכאורה איז עס אכשרא דרא?
האב איך אים גענפערט אז איך האלט אז סאיז ירידת הדורות ווייל אמאל זענען געווען רבנים וואס זענען געווען אין צוגאב צו זייער רבנות, זענען זיי געווען פרפעסארען א דר. היינט וואס איז מעןשוין א זינגער?..

קלוגע יודל » זונטאג אוגוסט 21, 2016 3:34 pm

· #346627
Re: זינגער'ס-רבנים ירידת הדורות?
עס איז נישט קיין נייע זאך, משפחת זינגער זענען שוין רבנים אין אלכסנדר שוין איבער 30 יאר.

moshav zekeinim » זונטאג אוגוסט 21, 2016 4:01 pm

· #346631
שלמה קארלבאך.

אין די היימישע וועלט איז עפעס אזוי איינגעפירט אז דער בימת המנגנים האט נישט קיין שייכות מיט דער בימת הרבנים, אין חב"ד האט מען עס יא צוזאמענגעשמאלצן. דאס נעמט זיך לכאורה פון דעם וואס אמאל זענען די נגני כלי שיר געווען ציגיינער, אבער חזנים, בדחנים, און בעלי מנגנים ביי חתונות זענען יא געווען אויסגעמישט מיטן עולם (איך מיין אז אפילו ביז לעצטנס פלעגט א חזן זינגען ביים אויווען אן טיש), און אין טייל חסידישע מקומות האבן רביס געזינגען, געבדחן׳ט און קאדאטשקעט. זינגעריי ביי א חתונה האט געטראגן א היימישער כאראקטער.

בסך הכל איז צוואנציג יאר צוריק געווארן אזא זאך ווי א זינגער וואס פרעמד זיך אפ פונעם עולם און זינגט מיט די מוזיקאנטן.

יעצט קומט דאס צו א שטיקל באלאנס.

שבת אחים » זונטאג אוגוסט 21, 2016 4:06 pm

· #346632
דער סקלענער רבי זצ״ל און ר׳ חיים מאירל וויזניצער זצ״ל האבן קאמפיזירט אסאך באוויסטע ניגונים וואס מ׳זינגט היינט אין אלע חרדישע קרייזן, די מודשיצער וכו׳ וכו׳, נגינה איז א חלק פון אידשקייט, אין אלע רעליגיעס שפילט נגינה און מוזיק א גרויסע ראלע.

moshav zekeinim » זונטאג אוגוסט 21, 2016 4:13 pm

· #346635
מען רעד דא פון זינגען אלס אן אפעציעלער ארבעט ביי א חתונה, א פראפעשן וואס איז געבוירן צוואנציג יאר צוריק, וואס האט געהייסן צו בעסעריש, פרעמדליך, אדער וועלטליך, פאר א רבי אדער רב צו טון.

שבת אחים » זונטאג אוגוסט 21, 2016 4:17 pm

· #346636
moshav zekeinim
מען רעד דא פון זינגען אלס אן אפעציעלער ארבעט ביי א חתונה, א פראפעשן וואס איז געבוירן צוואנציג יאר צוריק, וואס האט געהייסן צו בעסעריש, פרעמדליך, אדער וועלטליך, פאר א רבי אדער רב צו טון.

גערעכט, כהאב נישט געכאפט, יא, דעס איז שוין א חילוק.

איך אויך » זונטאג אוגוסט 21, 2016 5:41 pm

· #346644
'הרב שמעלצער' ערגעץ האלטן מיר שוין אויפן וועלט.

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג אוגוסט 21, 2016 6:04 pm

· #346645
Re: זינגער'ס-רבנים ירידת הדורות?
הרב שמעלצער קען רבנות ווי ר' חיים מאיר'ל האט געקענט זינגען.....

Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk

איך אויך » זונטאג אוגוסט 21, 2016 6:06 pm

· #346646
סתם געהאקט א קאפ.

ירח בן יומו » זונטאג אוגוסט 21, 2016 8:25 pm

· #346663
וואו איז הרב ווערדיגער'ס שול?

moshav zekeinim » זונטאג אוגוסט 21, 2016 10:46 pm

· #346686
אין זיין בעיסמענט אין סיגעיט

קלוגע יודל » מאנטאג אוגוסט 22, 2016 1:14 am

· #346701
ליטוואק פון בודאפעסט
הרב שמעלצער קען רבנות ווי ר' חיים מאיר'ל האט געקענט זינגען....

לענ"ד האט ער פארשטאנען צו א ניגון.

שבת אחים » מאנטאג אוגוסט 22, 2016 2:22 am

· #346707
ליטוואק פון בודאפעסט
הרב שמעלצער קען רבנות ווי ר' חיים מאיר'ל האט געקענט זינגען....


דו רעדסט אין דער וועלט אריין! דו האסט אמאל געהערט ר׳ חיים מאירל זינגען? ווייסט וואס פארא א שטימע דער איד האט געהאט? ער האט הערליך געזינגען און ער האט קאמפזירט הערליכע ניגונים וואס די גאנצע וועלט זינגט, אריינגערעכענט דיינע פארביסנע ליטוואקס, דו ווייסט נאר מסתמא נישט אז ס׳איז זיין ניגון.

דאס איז די ערשטע קליפ וואס איך האב געטראפן אויף יו-טוב וויאזוי ר׳ חיים מאירל אין די עלטערע יארן מאכט קידוש, הער וואספארא קול די מענטש האט געהאט, ער זינגט טאקע נישט אויף די קליפ אבער אזא קול אויף דער עלטער איז גארנישט אוועקצומאכן, חוץ דעם קענסטו הערן די מתיקות און הרגשות וואס ער האט אריינגעלייגט אין א שהחינו, זיי נישט אזא hater און טוה אנערקענען אז די ליטוואקס האבן נישט קיין איין גדול אזויווי ר׳ חיים מאירל און די אלטע סקלענער רבי אין די חלק הנגינה.

<a class="postlink" href="https://youtu.be/WwIP3uPGdKw">https://youtu.be/WwIP3uPGdKw</a>

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג אוגוסט 22, 2016 4:35 am

· #346719
דאס איז די אלטע טענה אויף פארטיי, אז אמת און שקר ווערען פארדרייט. ס'איז דא טעיפס ווי ר' חיים מאיר'ל זינגט, און ווען מ'הערט זיי אן די נגיעה פון פארטיי, זעט מען ווי ווייניג ער האט געקענט האלטען א ניגון. ס'איז גארנישט בעסער ווי די טעיפס פון ר' משה שמואל שפירא. ווען ער הייסט נישט רבי וואלט איהם קיינער נישט געוואלט אויסהערן.

שבת אחים » מאנטאג אוגוסט 22, 2016 8:12 am

· #346722
אבי געשאסן. לאמיר הערן די טעיפס?, די גאנצע נארמאלע וועלט האט אנגענומען ר׳ חיים מאירל אלץ א געוואלדיגע בעל כשרון אין נגינה, קומט א ליטוואק פון בודאפעסט אשר לא ידע את יוסף -און ער האט אים קיינמאל נישט געהערט זינגען און זאגט אז ס׳איז דא טעיפס ווי ער קען נישט זינגן, נעקסט קעיס.

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג אוגוסט 22, 2016 9:22 am

· #346724
די גאנצע וועלט איז כולל אלע מיט פארקערטע קאפעלוטשען, ווארום פארטיי מיינט דאך אז די וועלט עגזיסטירט נישט ווייטער ווי די עק פון די טלפון בוך פון אנ"ש.
ס'איז דא טעיפס, איך האב געהערט א טעיפ ווי ער זינגט כבודו מלא עולם און ס'האט א טעם ווי טשאלענט מיט קעיז, ס'קראצט און שלעפט אזש נאר א פארקויפטע חסיד צו אפשר זיין ווייב האבען זיך געקענט איינרעדען אז ס'טוט זיך דא א זינגער. אפשר האט ער פארשטאנען דערצו, דאס ווייס איך נישט, אבער זינגען האט ער נישט געקענט. קען זיין רבנות אויך נישט, איך ווייס נישט. ס'האט נאך קיינער נישט אויפגעוויזען אז יא, אחוץ די אויבענדערמאנטע 'וועלט'.

שבת אחים » מאנטאג אוגוסט 22, 2016 9:32 am

· #346727
דעס אז מ'זינגט זיינע ניגונים אין די גאנצע חרדישע וועלט איז א ראי׳ אז ער איז געוועהן א בעל כשרון, זיינע טישן האבן געצויגן אלע מיני מענטשן פון אלע אנדערע קרייזן.

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג אוגוסט 22, 2016 10:02 am

· #346730
You sound desperate.
איך קען נישט זיין כשרונות, נאר זיין שטימע....

און דיין רעקארדינג איז סתם אן עוולה. ווען דו האסט געזאגט ס'איז קידוש, האב איך געמיינט ער האט פרי שבת געמאכט און ביים רעקארדער איז עס נאך געווען ערב שבת. ווען איך האב געהערט יו"ט, האב איך געמיינט ס'איז שביעי של פסח וואס מ'מעג מאכען פרי. ווען ער זאגט אבער שהחיינו איז קלאר אז ס'איז ליל הסדר וואס מ'מוז, עפ"י דינא דגמ', מאכען שפעט. ווי קענסטו איהם אזוי אפטוהן? ווייל ער קען נישט זינגען קומט זיך איהם נישט אז מ'זאל מפרסם זיין א טעיפ רעקארדירט מתוך חילול יו"ט.

שבת אחים » מאנטאג אוגוסט 22, 2016 10:17 am

· #346732
א ליטוואק בלייבט א ליטוואק, א עקשן בלייבט א עקשן! קענסט נישט מודה זיין אז ער האט געמאכט שיינע ניגונים וואס צענדליגער טויזענטער אידן זינגן שוין העכער פופציג יאהר ביי זייער שבת טיש? קענסט נישט אנערקענען קיין פאקטן וואס שטימען נישט מיט דיין אגענדע?, אנשטאט דעם ביסטו ביזי מיט קמח ישן און מכלומרשטע חילול שבת פון א רעקארדינג פון פופציג יאהר צוריק 🙄, גוד ביי!

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג אוגוסט 22, 2016 10:21 am

· #346733
די סבה פארוואס דו סאונדס דעספערעט איז צוליב דעם אז דו האלטסט אין איין פארדרייען די נושא. איך רעד פון שטימע און דו רעדסט נאכאמאל פון זיין פארפאסונג פון ניגונים. פ"וו? ווייל דאס אויפגעבן די גלויבונג פון קינדווייז איז שווער, זייער שווער. די זייטיגע גלויבונגען וואס מ'האט דערפיטערט, קען מען זיך א לייכטע אן עצה געבן. אבער די עיקרי הדת אז ר' חיים מאיר'ל איז דער וועלטס מנגן קען מען פאר קיין שום געלט נישט אויפגעבן.

שבת אחים » מאנטאג אוגוסט 22, 2016 10:29 am

· #346736
אינטערסאנט אז מ'האט מיך פונקט אזוי געפיטערט אז ר׳ מאטעלע פליעט אין הימל און אז דער ריבניצער און די סקלענער זענען געוועהן מלאכים און שרפים, און אז אלעס שטייט אין די תורה, און אז יעדע זאך וואס געשעט האט א חשבון און אזוי ווייטער, למעשה בין איך גאנץ א קנאפע חסיד פון ר' מאטעלע און איך גלייב נישט אז די ריבניצער האט געקענט מאכן מופתים. עני וועי די שמועס איז געווארן צו באורינג און קינדעריש און איך האב נישט קיין געדולד זיך צו דינגן מיט קיין ליטוואקס ווי דיר.

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג אוגוסט 22, 2016 10:34 am

· #346738
הוא הדבר אשר כוונתי. תורה איז מינדערוויכטיגס כלפי דער עיקר העיקרים, די זינגען טעטיגקייטען פון ר' חיים מאיר'ל

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג אוגוסט 22, 2016 11:23 am

· #346745
Re: זינגער'ס-רבנים ירידת הדורות?
מ'עט מסביר זיין די ווערטעל. שבת אחים גלויבט שוין אין גארנישט, אחוץ דע זינגען קענשאפט פון ר' חיים מאיר'ל אין וואס ער גלויבט בלינדעהייט. דאס איז צוליעב דעם אז איינגעבאקענע וויכטיגע אמונות גייען נישט אזוי שנעל אוועק. נאר קלייניקייטען ווי תורה איז כבולעו כך פולטו.
פארשטייסט צו סארקאזם?

ס'איז דא טעיפס פון ר' משה שמואל זינגען. קענסט קויפען אין בלכתך בדרך טאמער ס'איז דיר נייטיג

Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk

moshav zekeinim » מאנטאג אוגוסט 22, 2016 1:32 pm

· #346760
ר משה שמואל זינגט גראדע זייער געשמאק.

פאר ווער עס פארשטייט נישט, ווען מען רעדט פון א רבישער בעל מנגן איז עס נישט אזוי ווייט די שטימע אדער אנדערע טעכנישע חלקים אין נגינה, עס איז די געשמאק וואס ער גיט אריין אין א ניגון. ווי מען זאגט "א הימלישן טעם". און דער כח האט ר חיים מאירל בלי ספק פארמאגט.

יהושע חיים » מאנטאג אוגוסט 22, 2016 2:24 pm

· #346764
Re: זינגער'ס-רבנים ירידת הדורות?
אדמו"ר מהר"ש מבאבוב האט שיינע ניגונים וואס מען זינגט איבעראל טייל ווייסט מען אז עס איז זיינס און טייל נישט
האב איך אמאל געהערט א רעקארדירונג ווי ער זינגט און עס איז ממש א פחד ווי שוואך ער האט געקענט זינגען
קומט אויס אז מאכן ניגונים האט נישט מיט קענען זונגען
(וכן משה גאלדמאן ווען ער זינגט "א נשמה לויטער און ריין....)

Sent from my Fire Phone using Tapatalk

בן אדם » מאנטאג אוגוסט 22, 2016 2:26 pm

· #346765
וכן יוסי גרין

איך אויך » מאנטאג אוגוסט 22, 2016 6:10 pm

· #346788
בן אדם
וכן יוסי גרין

יוסי האט א זעלטענהייט פון א גראבע מיעסע שטימע, אבער גיי פארשטיי כ'האב א חבר וואס גייט גאגא פאר זיין שטימע.

שבת אחים » מאנטאג אוגוסט 22, 2016 6:27 pm

· #346791
[ציטאט אראפגענומען]


ביסט זיכער? ער האט געהאט מעהר א דיקערע שטימע.

שבת אחים » מאנטאג אוגוסט 22, 2016 6:29 pm

· #346792
אביסל איז עס יא זיין שטימע און אביסל נישט.
ס׳קען אפשר זיין אז ס׳איז איינע פון זיינע ברודערס די דמשק אליעזר אדער דער סערטער די מקור ברוך?

בן אדם » מאנטאג אוגוסט 22, 2016 8:47 pm

· #346803
איך אויך
בן אדם
וכן יוסי גרין

יוסי האט א זעלטענהייט פון א גראבע מיעסע שטימע, אבער גיי פארשטיי כ'האב א חבר וואס גייט גאגא פאר זיין שטימע.

למעשה איז יוסי זייער הארציג

שבת אחים » דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:41 am

· #346839
[ציטאט אראפגענומען]



כהאב געטראכט אפשר איז עס ר׳ מוישלע יונגערהייט אבער ס׳איז נישט זיין קול און זיין וועג פון זינגען, כ׳וועל פרעגן מיין טאטע. פארוואס איז נישטא קיין מעגליכקייט אז ס׳איז ר׳ אליעזר׳ל? ס׳איז שוין געוועהן רעקארדינגס דעמאלסט און ער איז אויך געוועהן א בעל מנגן און מחבר געוועהן ניגונים.

וועלכע יאר האט וויזניץ ארויסגעגעבן די אלבום, ווייסטו?

הדד בן בדד » דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:47 am

· #346840
[ציטאט אראפגענומען]


איך האב געהערט דעם שטיקל ביי איינעם פון די תלמידים און חסידים פון דעם אמרי חיים פון די ערשטע יארן, און דער איד האט געגאסן טרערן ווען ער האט עס געהערט (גראדע א איד א ריזן תלמיד חכם, האט במשך כמה יארן געלערנט בחברותא מיט דעם קהילות יעקב), זעה איך אז עס איז יא ר' חיים מאיר'ל.

און ניין, ער האט נישט די שטימע פון מרדכי בן דוד אדער אברעמל פריעד, אבער ער זינגט דוקא זייער שיין און זייער ווארעם. סאו בודאפעסטער, שנייד די קרעפלעך און ווייז נישט פאר יעדן ווי דו ביסט דער וואס קען נישט צוריק ציען פון א נישט ריכטיגן סטעיטמענט. ווייסטו וואס, צי נישט צוריק, וואס גייטעס מיך אן...

עניוועי, שוין לאנג אוועק פון דעם נושא...

שבת אחים » דינסטאג אוגוסט 23, 2016 3:14 am

· #346846
אז מ׳רעדט שוין יא פון אלטע טעיפס איז אינטערסאנט צובאמערקן אז ס׳איז געוועהן רעקארדידנגס ביי ר׳ חיים מאירל ביי כמעט יעדע טיש פאר יארן לאנג, איינער אין מאנסי י.א. איינהארן האט דאס אנגעדרייט, ער האט אפילו אריינגעלייגט א רעקארדינג אין רבי׳ס פריוואטע שטוב, אין ער האט אפגעכאפט פריוואטע שמועסן און קוויטלעך, ער האט אלע טעיפס, זיין זוהן אלץ בחור האט גענומען אפאר טעיפס און פארשפרייט אן זיין רשות, איינע פון די טעיפס איז די גאנצע סדר נאכט!

מיין טאטע האט מיר פארציילט אז ווען מ׳האט געטראפן א ווייער אין די קוויטל שטוב אין די chandelier וואס איז געוועהן א ריזיגע חידוש אין יענע יאהרן האבן זיך די גבאים און שטוב מענשטען טויט דערשראקען און זענען געוועהן זיכער אז די מדינה - מס הכנסה האט עס אריינגעלייגט כדאי צו שפיאניארן וויפל געלט ער מאכט פון קוויטל געלט, זיי האבן גערופן א עמערדזשענסי מיטונג און דן געוועהן וויאזוי זיך א עצה צוגעבן מיט די פראבלעם, גאנץ ווייניג האבן זיי געחלמט אז ס׳איז זייערעס א אייגענע בחורל פון אמעריקע א מארמארישער אפשטאמיגע וואס האט זיך פארגלוסט אפצוכאפן דעם רעבאו אויף א קאסעט! ס׳וואלט געוועהן גאנץ אינטערסאנט צוהערן די טעיפס!

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג אוגוסט 23, 2016 9:18 pm

· #346970
הדד בן בדד פאדערט אז איך זאל מודה זיין אויף א טעות. איך האב ערשט אנגעיאגט צו הערן די רעקארדינג יעצט, און דאס איז טאקע וואס איך געדענק פון פאר צוואנציג יאר צוריק. דאס איז אן אלטע איד'ס שטימע וואס האלט מער ווייניגער אן די ניגון. דאס איז גוט פאר א שבת מנחה אין קאנטרי. די פארטיי קען דאס נישט פארליידען און א רבי וואס קען נישט זינגען איז ווי ווארימע אייס קרים אדער קאלטע קוגעל, ווי א לעפעל אן א זופ צו א מסע מלכות מיט אומבליטשעדיגע לאמפען. דעריבער האט מען איינגערעדט א ציבור אז דאס הייסט קענען זינגען.

אגב אורחא, ווען מיין ווייב האט געהערט ווי איך שפיל די רעקארדינג האט זי מיר געבעטען צו פארלעשען. איך האב איהר געפרעגט צו ס'איז גוט האט די גע'ענטעפערט it sounds like somebody's grandfather און זי ווייסט נישט וואס מיינט וויזניץ און נישט ווער ר' חיים מאיר'ל איז געווען צו ער לעבט נאך אדער ער גייט לעבן. בקיצור נישט קיין חסיד און נישט קיין מתנגד.

בן אדם » דינסטאג אוגוסט 23, 2016 11:45 pm

· #346994
לילה טוב לכולם...
-----------
א טיילווייזע ליסטע פון רבי'ס אדער רבנים וואס האבן געקענט זינגען:
ברדיטשעבער רב
אפטא רב
אור לשמים
ראפשיצער רב
רבי שלום זידיטשובער

לייגסט צו

סמבטיון » דינסטאג אוגוסט 23, 2016 11:50 pm

· #346997
דער גרויסע מגיד
בעל התניא
קדושת ציון
ר' שלמה באבובער
מאדזשיצע רעב'ס

יהושע חיים » דינסטאג אוגוסט 23, 2016 11:56 pm

· #346999
Re: זינגער'ס-רבנים ירידת הדורות?
רבי מרדכי פון נדבורנה
רבי אייזק'ל קאליב'ער
אדמור"י פוטסבורג

בן אדם » מיטוואך אוגוסט 24, 2016 12:06 am

· #347000
זיי האבן געמאכט ניגונים, אבער זיי האבן אויך געקענט זינגען?

יהושע חיים » מיטוואך אוגוסט 24, 2016 12:09 am

· #347001
בעלי מחברים
אויף זינגען האבן מיר עס נישט רעקארדירט

moshav zekeinim » מיטוואך אוגוסט 24, 2016 12:44 am

· #347006
פון די רביס וועם איך האב אליין געהערט זינגען איז טאשער רבי און סקולענע רבי, זיי ביידע האבן פארמאגט א פאכמאנישע קול נגינה אויף א רבישער אופן. סקולענע רבי האט שטענדיג א אויסגעמיטשעטער שטימע, אבער זיינע תנועות זענען זייער נגינה׳יש, ווידער טאשער רבי האט באמת געהאט א געשמאקע קול נגינה מיט א נעימות נוסח זידיטשוב.

אויך דעם שומר אמונים רבי ז"ל מיט זיין ברייטער שטימע האב איך עטליכע מאל געהערט, און ער האט זייער געשמאק געזינגען מיט זיינע חסידים וועלעכע האבן אים מוזיקאליש באגלייט.

ר׳ יענקעלע ספינקער האב איך נישט געהערט, אבער איך האב געהערט כלי ראשון אז ער האט וואונדערליך געזינגען און געפירט טיש.

הדד בן בדד » מיטוואך אוגוסט 24, 2016 2:22 am

· #347019
פון ר' יענקעלע ספינקער איז דא רעקארדינגס ווי ער זינגט און דאווענט, מ'קען צוגיין פון מתיקות ווי דער איד זינגט, ביידע סיי זיין קול און זיין הארץ און נשמה. (בודאפעסטער, גלייב נישט, שטותים, חסיד'ישע איינרעדענישן, אפילו דיין ווייב וועט אזוי האלטן...)

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך אוגוסט 24, 2016 4:05 am

· #347020
דער קאליב'ער פון בני ברק האט טאקע א שטימע און ער האלט א נאוט.

דאס האט נישט מיט חסידות, דאס האט מיט פארטיי. די בריסקער האבען די זעלבע איינרעדענישען וועגען זייער כח הנגינה, און פארטיי פארשפרייט עס, עכ"פ צווישען די אייניקלאך